''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16056
''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
די איזראעלי סינעמע האט אין די לעצטע יארן אנטדעקט די חרדים און זיך ארויפגעווארפן אויף זיי מיטן גאנצן כוח. טעלעוויזע סעריעס און מאוויס אויף חרדים שפראצן ארויס ווי שוועמלעך נאכן רעגן אזש ס'איז שוין כמעט געווארן ווי א זשאנער פאר זיך ( ''שטיסל'', ''שבאבניקים'', ''אוטונומיות'',''חאנשי'', ''ריקוד האש''... ), א Horror סעריע אויף חרדים האמיר אבער נאך נישט געהאט. ''מלאך משחית''- א נייע Horror-supernatural- דראמא סעריע איז אין די טעג ארויף אויף ''כאן 11'' און האט שוין געצויגן אויפמערקזאמקייט.
אין צענטער פון מאווי איז א מערדעליכע שד וואס האט זיך אריינגעכאפט אין א חסידישע קהילה אין ירושלים און זייעט אן כאאס און חורבן. די סעריע פלאנט אנצוכאפן אזעלכע נושאים ווי חסידישע מיסטסיזם, אמונה און רעשענעליזם, און רעליגע קעגן מאדענירזם. פון די ערשטע צווי עפיזאדס קוקט אויס זייער אינטערסאנט.
דער דירעקטער איז נוח סטולמן וואס איז געווען פארמישט אין די ''פאודה'' סעריע. מערקווערדיג איז אז דער קערעקטער פון ''מלכי פרייס'' די חרדיש'ע פסיכאלאג שפילט א טראנסדזשענדער פרוי מיטן נאמען ליעוז לוי.
https://www.kan.org.il/program/?catId=2087שכוח, כ'האב שוין אסאך הנאה געהאט פון דיינע רעקאמענדאציעס.
קיעפ איט קאמינג.
כ'האב געקוקט די ערשטע עפיזאד, זייער דראמאטיש און שרעקעדיג. שכח פארן רעקאמענדירן.
אגב, נאך א סדרה וואס דרייט זיך ארום חרדים איז 'כיפת ברזל' ס'איז גאנץ גוט..
וואס רעדט זיך כיפת ברזל פון?
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
הרב שיףוואס רעדט זיך כיפת ברזל פון?
חרדישע זעלנער אין די מיליטער קניפן אן פארבינדונגען מיט חיילות
שערי יושר הרב שיףוואס רעדט זיך כיפת ברזל פון?
חרדישע זעלנער אין די מיליטער קניפן אן פארבינדונגען מיט חיילות
דאס איז לאו דווקא די עיקר פון די מעשה.. אבער שוין..
סאיז נאר אוועילעבל צו זען אין די מדינה? וואסעפשט?
📎 Screenshot 2023-04-16 133913.png
yn.NYסאיז נאר אוועילעבל צו זען אין די מדינה? וואסעפשט?
📎 Screenshot 2023-04-16 133913.pngScreenshot 2023-04-16 133913.png
אסאך זאכן זענען נאר אוועילעבל אין געוויסע לענדער, נעטפליקס טוט עס אויך.
אויב דו ווילסט עס זען קענסטו נוצן א vpn אדער טרעף עס אויף טעלעגראם..
אפשר קען מען דא איינפירן צו ברענגען גוגל דרייווס פון וואס מ'רעדט פאר די וואס קענען נישט צוקומען
ווי אין אנדערע פארומס
כספיאפשר קען מען דא איינפירן צו ברענגען גוגל דרייווס פון וואס מ'רעדט פאר די וואס קענען נישט צוקומען
ווי אין אנדערע פארומס
דא האסטע א טעלעגראם לינק
https://t.me/djdnsj2023Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
איך האב געקוקט די ערשטע עפיסאד ס'האט מיר נישט געכאפט
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
ווי אפט קומט ארויס אן עפיזאד?
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
@רבינו הק' וואס זאגסטו צום שאו? שדים און רוחות איז דאך דיין קענטעניס, ניין?
צוזאמגעדרייטווי אפט קומט ארויס אן עפיזאד?
דאכצעך יעדע זונטאג
שמן למאור כספיאפשר קען מען דא איינפירן צו ברענגען גוגל דרייווס פון וואס מ'רעדט פאר די וואס קענען נישט צוקומען
ווי אין אנדערע פארומס
דא האסטע א טעלעגראם לינק
https://t.me/djdnsj2023
פארוואס לייגן זיי נישט די פרישע עפיזאדן?
God Farbid שמן למאור כספיאפשר קען מען דא איינפירן צו ברענגען גוגל דרייווס פון וואס מ'רעדט פאר די וואס קענען נישט צוקומען
ווי אין אנדערע פארומס
דא האסטע א טעלעגראם לינק
https://t.me/djdnsj2023
פארוואס לייגן זיי נישט די פרישע עפיזאדן?
אלע חלקים זענען שוין ארויף אויף טעלעגראם.
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
האב איך אפאר אקסן אקסן
וואס זיי בראקן לאקשן לאקשן
א וואונדער איבער וואונדער ווי די אקסן בראקן לאקשן
דאס איז מיר א וואונדער
דאס איז מיר א וואונדער
צוזאמגעדרייטהאב איך אפאר אקסן אקסן
וואס זיי בראקן לאקשן לאקשן
א וואונדער איבער וואונדער ווי די אקסן בראקן לאקשן
דאס איז מיר א וואונדער
דאס איז מיר א וואונדער.
הא??
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
עס איז א מורא׳דיגע גוטע ארבייט.
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
צוזאמגעדרייטהאב איך אפאר אקסן אקסן
וואס זיי בראקן לאקשן לאקשן
א וואונדער איבער וואונדער ווי די אקסן בראקן לאקשן
דאס איז מיר א וואונדער
דאס איז מיר א וואונדער.
כ'ווינדער מיך צו די שרייבער אליין האט יא פארשטאנען וואס דאס מיינט.
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
וויפיל עפיזאדס גייט די שאו האבן?
שטרומפוויפיל עפיזאדס גייט די שאו האבן?
עס האט 8 עפיזאדן, אלע זענען שוין ארויס.
שטרומפ צוזאמגעדרייטהאב איך אפאר אקסן אקסן
וואס זיי בראקן לאקשן לאקשן
א וואונדער איבער וואונדער ווי די אקסן בראקן לאקשן
דאס איז מיר א וואונדער
דאס איז מיר א וואונדער.
כ'ווינדער מיך צו די שרייבער אליין האט יא פארשטאנען וואס דאס מיינט.
ס'איז אן אלטע לידל
https://www.nli.org.il/he/items/NNL_MUSIC_AL990037835050205171/NLI שמן למאור שטרומפ צוזאמגעדרייטהאב איך אפאר אקסן אקסן
וואס זיי בראקן לאקשן לאקשן
א וואונדער איבער וואונדער ווי די אקסן בראקן לאקשן
דאס איז מיר א וואונדער
דאס איז מיר א וואונדער.
כ'ווינדער מיך צו די שרייבער אליין האט יא פארשטאנען וואס דאס מיינט.
ס'איז אן אלטע לידל
https://www.nli.org.il/he/items/NNL_MUSIC_AL990037835050205171/NLI
https://www.nli.org.il/he/items/NNL_MUSIC_AL990037924860205171/NLIאיך בין סתם נייגריג פאר וועם מאכט מען די שאו די פרייע זענען נישט אינטערסיט אין שיידים שאו'ס
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
נישט לחץאיך בין סתם נייגריג פאר וועם מאכט מען די שאו די פרייע זענען נישט אינטערסיט אין שיידים שאו'ס
פרייע זענען אינטרעסירט אין עניטינג וואס איז אינטרעסאנט. אין דעם פאל איז עס שדים
אין אנפאנג האב איך מיך געצווייפלט צו איך זאל עס קוקן צו נישט, למעשה האב איך זייער שטארק הנאה געהאט. ס'האט מיר דערמאנט אביסל פון Harry Potter, די לעצטע איז שוין אבער געווען צופיל דמיון, מלאך משחית מיין איך האט מער די ריכטיגע באלאנס צווישן מציאות און דמיון, אפילו די חלק הדמיון פילט זיך זייער עכט. כ'האב אויך זייער שטארק related צו דעם דוב-בער'ן און זיין עקשנות נישט צו גלייבן, ער האט שוין גערעדט מיט ידידה'ס רוח אבער ער חושט נאך ארום אז אפשר דאך איז עס סתם א סקיצאפרעניא מיט וואטעווער 😂 (דער יוצא בשאלה האט שוין א טראומע פון "גלייבן" 😛 ), און בכלל די גאנצע היימישקייט פונעם אטמאספערע, איך מיין אז ס'איז די ערשטע שאו איבער חרדים פון דעם זשאנער. איין זאך וואס האט מיר יא געשטערט אז צופיל מענטשן שטארבן מיט מיתות משונות, כ'האב שוין פארלוירן חשבון, מ'קען מאכן דערפון א נייע ווערסיע פון
דעם ליד..
וואס אנבאלאנגט די קבלה חלק האב איך נישט אלעס פארשטאנען, קץ כל בשר, לייגן תפילין ביינאכט, שרייען ווי א קוקו ביים פארטרייבן א דיבוק, דיזע ענינים האב איך נאכנישט באגעגנט. אנדערע זאכן האב איך יא אויפגעכאפט, די מקובלים'ס קאפפארדרייענישן און סנאבינעס (סיי דער פון צפת און סיי דער פון ירושלים) האט זיך געפילט גאנץ היימיש... ווי אויך דארט וואו ער הייסט דעם אראבער צו זאגן תהילים אינדרויסן, ער האט איהם פשוט נישט געדארפט אינעווייניג 😂 טיפיקעל, די "מעגל נשים" און sage קטורת זענען שוין מער ניו עידש ענינים. לשבחם יאמר אז די דראמא אין צפת האט נישט צופיל חורג געוועהן פון נארמאלקייט, כ'האב מיך שוין געראכטן פאר דאס ערגעסטע, נ נח'ס מיט כ'ווייס נישט וואס נאך צפת'ע כאלערעס, סך הכל האט מען אנגעטראפן א זיסער מקובל און אפאר אינטערעסאנטע פרויען, ווי שוין געזאגט, ס'האט זייער א גוטע באלאנס צווישן נארמאלקייט און "רוחניות", כ'בין עכט נתפעל.
ס'איז גאר א גוטע שאו, כ'האב מיך אויפגעוועקט אפאר מאל ביינאכט מיט שלעכטע חלומות...
אביסל האט מיר געשטערט די חלק אז שוין נאכן זען ווי געוויסע מיידלעך זענען גאר שעדליך, האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיי צו לאזן אליינס אינעם מוסד זיך ארומדרייען, דאס וואלט וויירשיינליך נישט פארגעקומען אין ריל לייף.
די הפסקת סיגריה פונעם מקובל אינמיטן די אינטענסע דיבוק ארויסטרייבונג האט מיר געקאסט א שמייכל..
די טוויסט צום סוף ווי די דאקטאר זינגט דעם אקסן לאקשן ליד איז א גוטע ענדע.. כ'בין נישט זיכער צו זי שפילט אויף אים, אדער איז די שדה גאר אריין אין איר.. און מען האלט ביי אלף.. אפשר א גוטע אריינפיר צו א עונה ב'..
כ'האב פארשטאנען אז דאס איז געווען די גאנצע פוינט פונעם ארומלויפן פון איין פרוי צום צווייטן, איר גאנץ לעבן האט זי זיך געבענקט צו דוב-בער און איינמאל זי איז געשטארבן האט זי געקענט ערפילן איר וואונטש, פשוט אריין אין א צווייטע פרוי און אנפאנגען די רילעישנשיפ פון פריש. זי האט נאר נישט געוואוסט וויאזוי מ'גייט אריין אין א ספעציפישע מענטש האט זי גענומען די סטראטעגיע פון hit & miss און יעדעס מאל ווען ס'נישט געלונגען האט זי זיך גענומען דאס לעבן און אריין אין א צווייטן, זי איז שיעור נישט אריין אין זיין גירלפרענד נעמה, ענדליך איז עס געלונגען און זי איז זיי אריין אין מלכי and they lived happily ever after.
און אז דו האסט ערווענט דעם אקסן לאקשן ליד'ל, איך ווער צודרייט פאר דעם ניגון, ס'איז א געפערליכע דמיון טרייבער (הגם איך פארשטיי נישט די ענין פון די פערד וואס וואקסן בערד 😂) ,פאר דעם ליד אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע סעריע.
אט האב איך געטראפן א לענגערע ווערסיע וואס האט טאקע נישט די פערד וואס וואקסן בערד...
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
אז די רעדסט שוין אביסל פון הערי פאטטער.
איך האב געקוקט די ערשטע מיט אלע שטותים אין דמיונות. פיין, אבער ווען סאיז געקומען צום סוף ווי הערי רירט אן לארד וואלדעמארט און ער מאכט עם פאר א שטיק שטיין, און דאמבלדור זאגט עם נאכדעם אז עס איז געשעהן דורך די כח פון ליבע וואס זיין טאטע מאמע האבן עם געגעבן אלס בעבי האב איך אויפגעגעבן.
ווייל אפילו דמיון און פאנטאזיע דארף אויך מאכן א געוויסע מאס סענס
רביה''ק זי''עכ'האב פארשטאנען אז דאס איז געווען די גאנצע פוינט פונעם ארומלויפן פון איין פרוי צום צווייטן, איר גאנץ לעבן האט זי זיך געבענקט צו דוב-בער און איינמאל זי איז געשטארבן האט זי געקענט ערפילן איר וואונטש, פשוט אריין אין א צווייטע פרוי און אנפאנגען די רילעישנשיפ פון פריש. זי האט נאר נישט געוואוסט וויאזוי מ'גייט אריין אין א ספעציפישע מענטש האט זי גענומען די סטראטעגיע פון hit & miss און יעדעס מאל ווען ס'נישט געלונגען האט זי זיך גענומען דאס לעבן און אריין אין א צווייטן, זי איז שיעור נישט אריין אין זיין גירלפרענד נעמה, ענדליך איז עס געלונגען און זי איז זיי אריין אין מלכי and they lived happily ever after.
און אז דו האסט ערווענט דעם אקסן לאקשן ליד'ל, איך ווער צודרייט פאר דעם ניגון, ס'איז א געפערליכע דמיון טרייבער (הגם איך פארשטיי נישט די ענין פון די פערד וואס וואקסן בערד 😂) ,פאר דעם ליד אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע סעריע.
אט האב איך געטראפן א לענגערע ווערסיע וואס האט טאקע נישט די פערד וואס וואקסן בערד...
דאס קען נאר געשען אויב די שד אנערקענט אין מלכי׳ס טרענזישן

ס'איז גראדע אינטערסאנט, ווייל דאכצעך אז איינע פון די פרויען זענען נישט געשטארבן, מען האט איר נאר ארויסגענומען פון די מוסד און איינגעשפארט ערגעץ אנדערש, מען האט פשוט פארגעסן פון איר (דאכצעך רחל לאה), והנה פלוצלונג איז די שד אין א צווייטן..
רביה''ק זי''ע
און אז דו האסט ערווענט דעם אקסן לאקשן ליד'ל, איך ווער צודרייט פאר דעם ניגון, ס'איז א געפערליכע דמיון טרייבער (הגם איך פארשטיי נישט די ענין פון די פערד וואס וואקסן בערד 😂) ,פאר דעם ליד אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע סעריע.
אט האב איך געטראפן א לענגערע ווערסיע וואס האט טאקע נישט די פערד וואס וואקסן בערד...
אין די ווערסיע האסטע הונט וואס מאכן טינט... דער ענין פארשטייסטו יא...?
שמן למאור רביה''ק זי''ע

די פוינט פונעם ליד איז אז ער האט א גאנצע שטאב פון חיות וואס טוען זיין ארבעט, די אקסן בראקן זיינע לאקשן, די פייגלעך באקן בייגלעך, די הינט מאכן טינט, ס'טוט זיך א גאנצע אפאראט, און ער זיצט זיך זארגלאז אויפ'ן באקוועמען פאטעל און פאררייכערט א דשוינטעלע געמיטליכערהייט, אבער וואס האט ער דערפון וואס זיינע פערד וואקסן בערד? 😂 😂 😂
רביה''ק זי''ע שמן למאור רביה''ק זי''ע

אז די פערד זיינע וואקסן בערד פאר אים, דאן קען ער זיך שוין שערן ס'אייגענע בארד...
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
נאך די לעצטע עפיזאד בין איך אויפגעשטאנען אינמיטן נאכט פון א פחד'יגע חלום, נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט אזא צעדרייט שרעקעדיגע חלום אין מיין לעבן!
דאס איז געקומען אין באגלייט מיט בויך וויי, ברעכן און אבנארמאלע שווינדלענישן.
איך מאך נישט קיין וויצן, די חידוש איז אז איך בין דער סטייל צו אויפשטיין פון א שרעקליכע חלום און זיך אויסלאכן, אפילו אלס קינד געדענק איך נישט דאס זאל מיך עפעס באזינדער דערשרעקן. עניוועיס.
______
ווי די שאו ענדיגט זיך איז קעש! מ'מיינט אז ס'איז שוין דערנאך און בומבס! דער ש-ד איז ווידער אין "טאון".
מערקט ווי דאס שטופט דעם ליבעראלע אגענדע אז טרענס זענען עכטע פרויען.
פאר וואס האט דוב בער אנהייב זיך אפ געלאזט פון ידידה ?
צוזאמגעדרייטנאך די לעצטע עפיזאד בין איך אויפגעשטאנען אינמיטן נאכט פון א פחד'יגע חלום, נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט אזא צעדרייט שרעקעדיגע חלום אין מיין לעבן!
דאס איז געקומען אין באגלייט מיט בויך וויי, ברעכן און אבנארמאלע שווינדלענישן.
איך מאך נישט קיין וויצן, די חידוש איז אז איך בין דער סטייל צו אויפשטיין פון א שרעקליכע חלום און זיך אויסלאכן, אפילו אלס קינד געדענק איך נישט דאס זאל מיך עפעס באזינדער דערשרעקן. עניוועיס.
______
ווי די שאו ענדיגט זיך איז קעש! מ'מיינט אז ס'איז שוין דערנאך און בומבס! דער ש-ד איז ווידער אין "טאון".
מערקט ווי דאס שטופט דעם ליבעראלע אגענדע אז טרענס זענען עכטע פרויען.
זיי גייען מיט די מהלך אז טראנס מענטשן האבן א נשמה פון די אנדערע מין, אינטעסאנט נאר איר קאנפידענס אז ס'גייט נישט אנקומען צו איר.
ביים עפענען דעם אשכול האב איך פארגעסן צולייגן א דיסקלעימער אז די שאו קען זיין שרעקעדיג, בפרט פאר פרויען אדער אזעלכע וואס האבן נישט געוואטשט קיין Horror מאוויס בעפאר. כ'האב באקומען עטליכע גרוסן פון אומגינסטיגע רעזולטאטן וואס די שאו האט צוגעברענגט ועל כך אזהרתי.
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
דו מיינסט הפלות?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך האב נעכטן געענדיגט די שאו, וואו איז דאס שרעקעדיג
מיינע צוויי צענט אויפן שאו נאכן וואטשן אלע עפיזאדס (ספוילער אלערט):
די הויפט קערעקטערס זענען לדעתי היבש אויבערפלעכליך און אָן קיין כאראקטעריסטישע פערסאנעליטי שטריכן, 'פרווה' אזוי, אָן קיין פלייש: מלכי לאזט נישט אפ פאר א רגע די פיינפולע ערנסטע 'קדושה מעונה' טאן און די גאנצע אויפירונג אירע איז כאילו כפאה שד (תרתי משמע); דזשובאני מאכט ענדערש א רושם פון א ליבליכע פעטער ווי פון א פאליציי אינוועסטיגעיטער און אפי' באר וואס פארמאגט יא עטוואס טיפקייט איז אויך נישט קלאר צו מ'רעדט דא פון א נעבעכדיגע שלימזל אדער גאר א מענטש מיט געוואגטע און געהיימנספולע סודות פון חיידר.
אבער בעיקר זענען זיי די אלע קערעקטערס פאסיוו, נישט אינציאטיוו, זיי פירן נישט די סטאריליין נאר ווערן נאכגעשלעפט, בעצם כמעט אזוי ווי דער Plot זעלבסט- פארלוירן, וואקלדיג, פאסיוו, אָן קיין קלארע ריכטונג. נישטא קיין סטרוקטור און נישט קיין טעמפא, די גאנצע plot איז זייער לויז. אין יעדער עפיזאד בערך קומען זיך מלכי און דב בער צוזאם קרעכצן מיט א ערנסטע/פארלוירענע מינע איבער א גלאז קאווע און פון דארט לאזט מען זיך ארויס וואנדלען ווי די שד פירט זיי, אפטמאל אָן קיין קלארע פארבינדונג צו די פריערדיגע געשענישן; שפעטער איז דא א פרוי וואס רצח'ט, באגלייט מיט א בלוטיגע מארד סצענע; און א פרוי וואס שעפשעט מאדנע דיבורים און ווייזט אז זי ווייסט סודות פונעם אומגליקליכן מיט א שרעקעדיגע 'שד'ישע' קול (צו בארעכטיגן די horror טיטל) ... אה און ידידה שץ, אָן א שיעור ידידה שץ, פון אלע זייטן.
צום סוף פרעגסטו וואס איז דא פארגעגאנגען? האט דא בכלל עפעס פאסירט? בדר"כ א סעריע גיבט דיך א בעיס פון א סטארי און לאזט איבער אביסל אפענע שאלות און מיסטעריע פארן דמיון פון די צושויערס אבער צו איז בכלל דא, סוף פון דער ערשטע סיזאן עפעס א בעיס פון א סטארי? איך בין געבליב מיט א קאלעקציע פון סצענעס וואס קומען זיך נישט צוזאם, אבער בעיקר פארמירן נישט עפעס א געשיכטע אדער נעראטיוו. בקיצור, כ'זעה מיך נישט וואטשן קומענדיגע סיזענס, אויב זיי וועלן נאכפאלגן.
אגב, דער בעסטע קערעקטער לדעתי איז דווקא ישי דער זאפטיגער טשאלמער וואס איז געשפילט זייער ארגינעל.
זייער נישט גוט געשפילט די חרדים קיין איין רב זאגט נישט גיטי אדער גיטעלע און עס שטייט נישט קיין צעטלעך מרת "מלכי".
ווי אויך ווער ווייסט נישט אז א דיבוק רעדט נישט פון די מויל...
און אז די צענזוס אין אמעריקע מיינט גארנישט
Re: ''מלאך משחית'' -נייע TV שאו
ווען מען ענדיגט די שוי פילט זיך מיר ווי די דיירעקטאר האט געוואלט געבן א מעסעדש פאר די חרדים אז ער ווייסט אז ווי נישט ווי דו ביסט אפגעהאקט פון די אינטערנעט און פרייע מידיע דאך האלטן זיי אלעס מיט אויפן סמארטפאון… זייער זיס געווען וויזאוי ער לייגט אפ בחורים ווייזן פאר אנדערע בחורים און מיידליך פאר אנדערע די קליפס.
למעשה גאר מאדענע די צעטיל געהאנגען אויף די מאה שערים גאסן צו אויסלויבן די פרוי. און מן הסתם מיינט צו זאגן אז די עדה חרדיות איינקענט די טרענסדזענדער אקט אז זי איז א פרוי. די פאני זאך איז אז איך האב קיינמאל נישט געזעהן אין מאה שערים א צעטיל ממש צו אויסלויבן א פרוי אזוי פאבליק אויפן גאס. עס איז געווען א שטארקע נייג אוועק פון נאכמאכן די חרדישע לעבן און אריין ברענגן די טרענס רעיון אז עס קען ווערן לעגמעטירט ביי חרדים.
גאר ארגינעל איז די צומישעניש פון די מיידל וואס ווערט געוואר אז דער וואס האט איר געהאלפן אסאך אין יודישקייט איז גאר א טראנס אליינס און זי קען נישט צוקומען צו זיך. און האפט אז איר משפיע וועט נאך איין טאג צוריק קומען
פאר די אלע וואס האבן געוואלט א הסברה אויף די מיסטעריע פון די טיווי שוי. וועל איך זאגן ווי אזוי איך קוק עס אן.
ידידה ש״ץ איז געווען א עלטערע מיידל געלענט האט זי קבלה. געווען צורידערט אביסל. זיך געדרייט אין צפת און ירושלים. געלאזט מאלערייען נאך זיך איבעראל. אפילו געווען א פאציענט אין יענער פרויען היים אין ירושלים. למעשה ווען איז איז געשטארבן האט זיך אנגעפאנגען די גאמצע זאך איר נשמה איז געגאנגען קודם צו די כלה. און למעשה ארויס פון די כלה צו די קומענדיגע פרוי. זינט דעמאלט איז די כלה געווארן נארמאל און האט נישט קיין אנונג פארוואס זי זיצט. גלייך וואס די פרוי וואס האט גענומען דאס לעבן איז די נשמה געגאנגען צו דעם מיידל וואס האט געהארגעט די רעבעצין פון די פרויען היים. מן הסתם וועגן די טעלער וואס זי האט אראפגעלייגט ווי קומט נאך פון ידידה שץ וואס איז געווען אין דער פרויען היים יארן צוריק.
דערנאך איז די נשמה געגאנגען צו דעם עלטערן פרוי וואס פון דארטן איז עס נישט ארויס נישט בעפאר זי האט זיך גענומען דאס לעבן. הארט דערנאך געגאנגען צו די טאכטער פון די חברותא. ווי למעשה האט מען ארויס געטריבן דורך קבלה. און געמאכט זיכער עס זאל זיין א ווידיא דערפון. אויב איינער האט דעי ווידיא קען ער עס אריין שיקן:)