☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'

די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16054

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 8, 2023 9:13 pm

· #520850
די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
לכבוד חול המועד וויל איך ארויפברענגען דא א פרישע נאמען, עס קען זיין אז עס איז שוין דא איבער אים דא אויף קווע שטיבל, אבער ווי ווייט איך האב געזוכט האב איך נישט געטראפן,
Mr Bean איז גאר א אינטערעסאנטער קאמידיען, ממש ווי לאנגזאם. איך פרוביר נאך אויסצוגעפינען אויב אין ריעל לייף איז ער אויך אזוי משוגה אדער נישט, אדרבה לאמיר הערן וואס די עולם זאגט אויף אים
https://youtu.be/-uKOHJLs-mo
https://youtu.be/yGqP54lv9q4

שערי יושר » מוצ"ש אפריל 8, 2023 9:26 pm

· #520853
Re: די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
איך ווייס אין ישיבה איז ער געווען א גאנגבארע ארטיקל צווישן די בחורים, איך פערזענליך האב אים נישט געפונען פאני

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

קהל'ס נער » מוצ"ש אפריל 8, 2023 10:31 pm

· #520858
זיי חידוש איז אז ער רעדט נישט, אלעס איז בלויז עקט, די ערשטע מאל איך האב עים געזעהן האב איך זייער הנאה געהאט אזש פאר די נעקסטע פאר טאג האב איך בלויז עים געוואטשט, למעשה נאך א שטיק צייט ווערט עס רעפעטיטיוו ווייל ער איז כמעט מער נישט מחדש קיין נייע שטיק, סה"כ טוישט ער די קאסטיום, צייט און פלאץ והנה און אט א נייע עפיזאדע, למעשה פון צייט צו צייט טשעק איך אריין מיט עים און ער באווייזט נאך אלץ ארויף צו ברעינגען א שמייכל אויף מיין פנים.

צוזאמגעדרייט » מוצ"ש אפריל 8, 2023 10:34 pm

· #520859
Re: די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
צו מיר איז ער קארני.

קאצקע ציקער » מוצ"ש אפריל 8, 2023 10:42 pm

· #520860
מען דארף זיין א ענגלישער צו פארשטיין זיינע וויצן ווייל איך פארשטיי עס נישט

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 9, 2023 11:57 am

· #520889
Re: די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
ס'איז דא פון אים אויך אן אנימעישן סיריעס. מ'קען עס וואטשן אויף נעטפליקס. ער איז זעהר פאני. א חד בדרא.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

טראפעלע » זונטאג אפריל 9, 2023 2:16 pm

· #520903
דאס איז אויך גאנץ זיס, אבער קען ווערן לאנגווייליג
Man vs bee
https://youtu.be/YQ1vN_91KO0

צקון לחש » זונטאג אפריל 9, 2023 7:08 pm

· #520933
אזוי ווי דער אידישער לאנגזאם איז ער אין ריעל לייף א נארמאלע מענטש, עס זענען דא אינטערוויוס מיט אים אויף יוטוב
זיין ווערק האט א מעלה אז מען קען עס ווייזן פאר מער א פרומערע אודיענס זינט עס איז פון יארן צוריק און ממילא מער צניעות'דיג ווי היינטיגע טיווי שאוס

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 14, 2023 3:35 am

· #521143
Re: די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
בלעקאדדער, אויכעט פון מיסטער ביען - די ענגלישע "היהודים באים". הויעך רעקאמענדירט!
https://en.wikipedia.org/wiki/Blackadder?wprov=sfla1

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איך הער.. » מיטוואך אפריל 26, 2023 2:38 pm

· #522825
Re: די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
צקון לחש
אזוי ווי דער אידישער לאנגזאם איז ער אין ריעל לייף א נארמאלע מענטש, עס זענען דא אינטערוויוס מיט אים אויף יוטוב
זיין ווערק האט א מעלה אז מען קען עס ווייזן פאר מער א פרומערע אודיענס זינט עס איז פון יארן צוריק און ממילא מער צניעות'דיג ווי היינטיגע טיווי שאוס
מענטשען זאגען אז ער האט אן IQ פון 178 אבער דאס איז נישט באשטעטיגט, אויך הערט זיך עס נישט זאכליך ווייל ווי באקאנט האט איינשטיין געהאט אן IQ פון 160 (אויך נישט באשטעטיגט)

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:27 pm

· #522857
Re: די גוי'שע לאנגזאם.. 'Mr Bean'
ער איז אויך די וואיס עקטאר פאר zazu דער קאמיקעל פייגל וואס רייצט זיך מיט scar, אין די מאווי the lion king, וואס איז געווען די אינספעראציע ציזאמען מיט rafiki די באמבון מאנקי, פאר די כאראקטער "ראפקי" וואס מרדכי הערש הערשקאוויטש האט געשפילט אין אינטערן קעניגרייך

הערשקאוויטש האט ביי איין דראמאטישע ווערטער אויסטויש מיט באהיר וואס איז געשפילט געווארן דורך יוסף פרענקל נאכגעזאגט כמעט ווארט ביי ווארט די סקריפט פון the lion king.