ענדליך: מאנסי באקומט די ערשטע ספינקא רבי
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1605
ענדליך: מאנסי באקומט די ערשטע ספינקא רבי
נאכדעם וואס אין יעדע חרד'ישע געגענט איז שוין דא כמעט א דאזען רבי'ס מיט די לעצטע נאמען 'ספינקא',
איז מאנסי געבליבן פאר'יתומ'ט
ווייל אפי' די איידימער פין ר' הערשלע ספינקער זצ''ל - וואס א חלק ספינקא רבי'ס שטאמען פון אים, וועלכע וואוינען אין מאנסי, האבן אנדערע נעמען
דער עלטסטער איידעם איז דער ראדווילער רבי, נאך בחייו פונעם שווער
און זיין איידעם ר' שלמה לויפער האט זיך א נאמען געגעבן 'קראלי'
יעצט איז אבער מאנסי אריינגענומען געווארען אין די חרד'ישע וועלט
מיטן באקומען א ספינקא רבי.
שוין יעצט קען איך מאפן קיין מאנסי.
דער בארשא רבי פין וויליאמסבורג א זון פין ר' בעריש מ'ספינקא ז''ל וועט זיין די ערשטע ספינקא רבי אין מאנסי
ער וועט זיך אריבערציען אדער האט זיך שוין אריבערגעצויגן קיין מאנסי
אויב איינער ווייסט דעטאלען פין די נייע ספינקא מאנסי הויף
ווי אויך ווי עס געפינט זיך זאל עס מיטטיילן פאר'ן עולם 'ספינקא' חסידים
מיר דא אין קאווע שטובל ווינטשן אסאך הצלחה אין סיעתא דשמיא פאר'ן נייעם רבי'ן אין ווארטן צו הערן פונעם גרויסן מעמד חנוכת הבית/אבן הפינה פאר'ן נייעם ביהמ''ד
ספינקא אדער בארשא?
גיי מיר מאכן פלענער צו מופן קיין מאנסי.
די הייזער זענען דאך ביליגער דארט,
ביז יעצט האבעך נישט געוואלט גיין דארטן, ס'טייטש, א פאר'יתומ'טע שטאט
אבער אצינד אז עס איז שוין געווארן אויפגעראכטן, קענען מיר שוין האבן א הו"א זיך צו ציען.
ענדליך ענדליך. אז מען לעבט דערלעבט מען!
איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא
דאן בלייבט מען אין שווייץ
וואס איז זיין וועבזייט אדרעס?
DEPRRESSED
I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !
כ'מיין ער פלעגט זיין "תולדות אברהם יצחק רב" אין וומ"ס.
נו, מחיל אל חיל...
קאווע טרינקערכ'מיין ער פלעגט זיין "תולדות אברהם יצחק רב" אין וומ"ס.
נו, מחיל אל חיל...
ער איז א איידעם ביי אדמו'ר מתוא'י?
יא
gehlungenI would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !
אנגעצויגענע מענטשן?
פון וואו נעמסטו דאס?
איך האב דארט אסאך פרייליכע משפחה.
gehlungenI would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !
די ווייסט ווי מאנסי איז ?
ווייל אין מאנסי נ.י. 10952 זענען מענטשען מוראדיג רואיג
יאפטשיק ועט ער געבען?
היימישעראיך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא
קען זיין ער וועט זיך רופן סערעט בארשא
ס'האט נישט גענומען לאנג, קוים וואס די מעלדונג איז צושפרייט געווארן אז בארשא/ספינקא רבי ציהט זיך אריבער קיין מאנסי הבירה
און שוין האט זיך די געגענט'ס פראפייל געהויבן!
CNN MONEY שרייבט איצט אז ראמאפא איז איינע פון די בעסטע געגענטער אין לאנד צו וואוינען.
(שוין נישט די ערשטע מאל וואס ראמאפא ערשיינט אויף די ליסטע, שששש.....)
איך קען זיך נישט סטאפן צו פרייען.
ער רופט זיך ספינקא-עירמאנט
מען האט שוין געגעסן דארטן קוגל און שלישקעס
און די דערנעבענדיגע רבנים זענען שוין געקומען זיך מיט פרייען און אויס טשעקען צו עס איז טאקע נישטא קיינער פון זייערער מתפללים
ער איז אן ערענסטער קאנקורעט פאר ליפא שמעלצער ווייל זיי זענען ביידע גוט מ.... {נו מטאר נישט זאגן א מיאוסע ווארט}
איז לאמיר אים טאקע וואונטשען מעומק הלב אלעס גוטס
נעבעך.......
היימישעראיך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא
Loy Almen Yisrooel. There is a yungerman from the other Spinka Geyza who lives in Monsey. Only we must wait until he is revealed. M'miz vart'n biz er vet nisgaleh ver'n. 😂
איך הער אז חסידים פון די אנדערע ספינקא, גייען עפענען אן 'עכטע' ספינקא בית-המדרש, מען זאל זיך חלילה נישט אויסמישן, איין ספינקא מיט די אנדערע.
ענטפער צו מורינו הרב שליט"א
מורינו הרבאיך הער אז חסידים פון די אנדערע ספינקא, גייען עפענען אן 'עכטע' ספינקא בית-המדרש, מען זאל זיך חלילה נישט אויסמישן, איין ספינקא מיט די אנדערע.
אבער אויב ס'איז אמת די שמועות אז די "אנדערע" ספינקא גייט עפענען א שטיבל, וועט מען דארפן זוכן א בעל תפילה אויף יו"ט און אנדערע פרייליכע זמנים, ווייל דער "רב" שליט"א דאוונט אלע תפילות און זאגט דרשות מיט א קול בוכים. אבער, האפנטליך וועט די לקח - בראנפן און קוגל ביי דעם קידוש זיין זייער געשמאק, וואס וועט צוצויען אן עולם פון די געגנט.
Is this the son of Rabbi Harshala Spinka?
הרה"צ ר' משה יענקל האראוויץ בן אדמו"ר ר' בעריש בן אדמו"ר ר' הערשעלע ספינקא זצ"ל וחתן אדמו'ר מתולדות אברהם יצחק שליטא
📎 %D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A2%D7%95%20%D7%9E%D7%91%D7%90%D7%A8%D7%A9%D7%A2%20%D7%95%D7%99%D7%97%D7%A0%D7%95%20%D7%91%D7%A1%D7%A4%D7%99%D7%A0%D7%A7%D7%90%20%D7%9E%D7%90%D7%A0%D7%A1%D7%99.jpg
we willIs this the son of Rabbi Harshala Spinka?
ניין, ער איז א זין פון ר' בעריש ספינקע
די הערליכע סיין וואס האט באשיינט די מלכות'דיגע ספינקא-מאנסי סוכה
📎 wnnvr.jpg
וואס איז דער נעבעך? אין וויזניץ הענגט אלעמאל ביי דינערס א גרויסע בילד פון די רבי...
קלארדי הערליכע סיין וואס האט באשיינט די מלכות'דיגע ספינקא-מאנסי סוכה
פאר ווער עס איז צומישט: די בילדער אויף דעם סיין פון לינקס צו רעכטס: הרה"צ ר' הערשעלע ספינקא'ער זצ"ל, הרה"צ ר' בעריש ספינקא'ער זצ"ל (בנו בכורו פון ר' הערשעלע), הרה"צ בעל חקל יצחק פון ספינקא זצ"ל, חתנו הרה"צ ר' אביש'ל פון קראלי.
פארוואס זיצט ר' בעריש פאר זיין טאטן?
פארוואס איז פון ר' אביש'ל דא א בילד בימי נעוריו און פון ר' בעריש נישט מימי נעוריו?
איז דער ערשטער נישט דער בארשער רבי אליינס ?
געוואלד! ווי איז דער תולדות אברהם יצחק רבי דעם רבינס שווער ?
מוחה מוחה מוחה
אויס מענטשאיז דער ערשטער נישט דער בארשער רבי אליינס ?
ניין, ווער עס קען דעם בארשער רבי/ספינקע מאנסי רבי, ווייסט אז דאס איז נישט ער.
משולם שטיינפעלדפארוואס זיצט ר' בעריש פאר זיין טאטן?
פארוואס איז פון ר' אביש'ל דא א בילד בימי נעוריו און פון ר' בעריש נישט מימי נעוריו?
פארוואס ער האט געשטעלט זיין טאטן פאר זיין זיידן ווייס איך טאקע נישט, און אזוי ווי דער באשטעלער פון דעם סיין לעבט נאך, זייט איר מכובד אים אנצורופן און פרעגן. אבער אויף די צווייטע קשיא מיין איך אז איך קען דיר יא ענטפערן:
פון ר' אביש'ל איז נישט דא קיין בילדער אין די עלטערע יארן, ווייל ער איז ליידער אומגעקומען אונטער די נאצישע רוצחים ימ"ש און האט דעריבער נישט זוכה געווען צו ימי זקנה. ווידער ר' בעריש בימי נעוריו האט זיך - פאר סאם ריזען (אפשר עניוות) - באהאלטן דאס הדרת פנים, אבער אין די עלטערע יארן האט ער דאס יא געצייגט, האט מען דעריבער געמוזט לייגן דוקא פון די עלטערע יארן און נישט פון די ימי הנעורים.
אנאנים, וואס פונקטליך שטערט דיך אז עס איז יא א שלשלת?
אנאנים, וואס פונקטליך שטערט דיך אז עס איז יא א שלשלת?[/quote]
שמואל הלוי
ס'דאכט זיך דיר גוט..
JDN האט זיך אריבערגעכאפט צום נייעם הויף
📎 41 Spinka Monsey (1).jpg 📎 41 Spinka Monsey (3).jpg
איך וויל פארשטיין, אז מען קויפט א קאלירטע כאלאטעל, פארוואס נישט קויפן א שיינע?
דאס דארף אריינגיין אין א נייע אשכול.
איך האב נאך נישט געזעהן 2 רבי'ס מיט די זעלבע בעקישע.
אזויפיל קאלירטע בעקישעס, וכשם שאין פרצופיהם שוות כך אין בעקישותיהם שוות.
ס'דא דער קליפ ווי ער 'ליינט' משנה תורה, איז דאס מנהג ספינקא צו ליינען אן קיין איין 'טראפ', נאר ליל הושענא רבה אדער אויך א גאנץ יאר, אדער איז דאס א ספינקא-מאנסי מנהג?
ער ליינט דאך מלא גרייזען פארוואס לייגען זיי ארויף אזא קליפ פאר די גאנצע וועלט צו זעהן?
דולה ומשקהס'דא דער קליפ ווי ער 'ליינט' משנה תורה, איז דאס מנהג ספינקא צו ליינען אן קיין איין 'טראפ', נאר ליל הושענא רבה אדער אויך א גאנץ יאר, אדער איז דאס א ספינקא-מאנסי מנהג?
ער ליינט דאך מלא גרייזען פארוואס לייגען זיי ארויף אזא קליפ פאר די גאנצע וועלט צו זעהן?
עס איז א מנהג אין ספינקא אז דער רבי זאל שטענדיג ליינען. וואס מיינט טראפן?
פיקציע יוש האב איך געלאכט
כ'האב מיר איינגעשריבן נאר דיר צו לייקן 👍
לאמיר אייך דערציילן א סוד
די סיין האט געמאכט איינער וואס האט נאך געדאוונט ביי אים אין די יונגע יארן (בעת היותו אב"ד תוא"י וומ"ס, או כשעלה לאדמו"ר מבארשע, איני זוכר)
און לכבוד דאס אוועק פארן פון וומ"ס (רוף דאס אן בדרך יפה, לכבוד דאס מופן) האט ער אים געמאכט די סיין (איך ווייס ווער דאס איז) און גראדע האט ער מיר אליין געשיקט דעם סיין,
פאר אזא סיין האט זיך נאך נישט געלוינט צו מופען...
גוטזאגערפאר אזא סיין האט זיך נאך נישט געלוינט צו מופען...
אבער עס איז געווען בחינם!!!!!
סיין גוררת סיין - אין לעמפעלעך ווען דער בחור וועט חתונה האבען מיט בית...
אויס מענטשפיקציע יוש האב איך געלאכט
כ'האב מיר איינגעשריבן נאר דיר צו לייקן 👍
כאטש איך זע נאכנישט די לייק, גיב איך אייך א דאנק פאר די תגובה.
מחוצף!
די רבי איז אנקעגן (אומגעלאנגענע) בילדער
יאפ מאנסי האט געווינען, אבער וויליאמסבורגע געסטליכע רבנים האבן שטארק פארלוירן... האדמו"ר מ'ספינקא מאנסי פלעגט כסדר -אלץ אדמו"ר מ'בארשא (העולמי...)- גיין צו אלע טישן פון רבנים ואדמורים וואס פלעגן קומען קיין וויליאמסבורג.
די חלל האט זיך שטארק אנגעזעהן ביי די טיש פונעם חותן המלך האדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט"א