☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #16031

אשכול אן א טיטל #16031

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16031

— » פרייטאג מערץ 31, 2023 12:30 pm

· #520227

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

חדשים » פרייטאג מערץ 31, 2023 4:49 pm

· #520264
בהשגחה פרטית האב איך איינגעהאנדעלט זילבער מיטוואך, זייער לעצטע טאג. איך האב באקומען גראדע זייער א גוטע פרייז, בערך 25-30% אראפ. עס האט אויסגעקוקט ביזנעס עז יוזשעל. איך בין נייגעריג פאר וויפעל פער גראם האבן זיי פארקויפט בשעת די סעיל, צו איך האב דערלייגט מיט’ן קויפן איין טאג פריער.
זייער קוואליטי דארף צו זיין שוואכער ווי די איטעליענישע/טערקישע. אבער פאר זילבער וואס מען נוצט נאר פסח איז עס פערפעקט פאר די פרייז.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 31, 2023 5:03 pm

· #520265
ס'זענען שוין געווען רומארס איבער די אומ-סטאביליטעט פון די הצורפים פירמע מיט בערך 4 יאר צוריק...!

חיים שמייסער » פרייטאג מערץ 31, 2023 6:35 pm

· #520278
געהערט פון קראנטע מקורות אז הצורפים איז שולדיג געווען אסאך געלט פאר סיגניטשור. לויט דעם מאכט טאקע סענס אז סיגניטשור איז אריין געקומען פון איין טאג צום צווייטען און פארקויפט די סחורה וואס הצורפים האט לכאורה לויטן אפמאך נישט געמעגט מיט נעמען.

Sent from my iPhone using Tapatalk Pro

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 1, 2023 10:28 pm

· #520290
סתם אזוי, איז שוין העכסט צייט צו עפענען נאך א זילבער סטאר אין מאנסי

טמיר » זונטאג אפריל 2, 2023 12:22 am

· #520304
סתם אזוי איז העכסט צייט צי פארמאכן אלע זילבער סטארס אין אלע יודישע געגענטער.
וואס איז די משוגעת איז מיר דארפן סטיקן צי די שרעקליך טייערע מאטריאל וואס איז ניטאמאל אין סטייל היינט אפילו ביי אפפער קלעס מענטשן? און דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס זיצן אויף קעסט ביי די גאווערנמענט, אין כולל אדער מיטשען זיך סתם צי דעקן די פעמפערס...
עס איז העכסט צייט צי סטאפן די גאנצע זילבער משוגעת

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג אפריל 2, 2023 12:43 am

· #520305
טמיר
סתם אזוי איז העכסט צייט צי פארמאכן אלע זילבער סטארס אין אלע יודישע געגענטער.
וואס איז די משוגעת איז מיר דארפן סטיקן צי די שרעקליך טייערע מאטריאל וואס איז ניטאמאל אין סטייל היינט אפילו ביי אפפער קלעס מענטשן? און דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס זיצן אויף קעסט ביי די גאווערנמענט, אין כולל אדער מיטשען זיך סתם צי דעקן די פעמפערס...
עס איז העכסט צייט צי סטאפן די גאנצע זילבער משוגעת
פאר א שיינע געדעקטער שבת טיש ברויכט מען שוין נישט האבן די עכטע טייערע זילבער שטיק, ס’איז א געהעריגע מרבה נכסים מרבה דאגה [גניבה/ מעינטענען / צוברעכען / ירושה]
ס’איז שוין דא היינט הונדערטער מינע הערליכע זילבער דעקאריטע אדער קריסטאלע זאכן צו באקומען אין די יודיאיקה (judaica) געשעפטן...

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 2, 2023 2:41 am

· #520311
שעפטאל
סתם אזוי, איז שוין העכסט צייט צו עפענען נאך א זילבער סטאר אין מאנסי
סיגניטשור לאזט נישט

ששון ושמחה » זונטאג אפריל 2, 2023 7:02 am

· #520325
וואס הייסט זיי לאזן נישט?

הדד בן בדד » זונטאג אפריל 2, 2023 4:17 pm

· #520381
ששון ושמחה
וואס הייסט זיי לאזן נישט?
סימפל. זיי בלאקן ווער עס טרייט.

ששון ושמחה » זונטאג אפריל 2, 2023 11:10 pm

· #520462
הדד בן בדד
ששון ושמחה
וואס הייסט זיי לאזן נישט?
סימפל. זיי בלאקן ווער עס טרייט.
א מאפיא אזא הייסט עס?

פאלגזאם » מאנטאג אפריל 3, 2023 1:15 am

· #520470
מען קען עפענען.
עס איז א שאד אז דער ניק ברענגט פריוואטע נגיעות.
ווער איז דער בעה''ב פון סיגניטשור?

בעל אחריות » מאנטאג אפריל 3, 2023 1:18 am

· #520471
הדד בן בדד
ששון ושמחה
וואס הייסט זיי לאזן נישט?
סימפל. זיי בלאקן ווער עס טרייט.
וויאזוי בלאקן זיי?

בן ישי » מאנטאג אפריל 3, 2023 6:31 pm

· #520569
הדד בן בדד
ששון ושמחה
וואס הייסט זיי לאזן נישט?
סימפל. זיי בלאקן ווער עס טרייט.
סתם געשאסן א סטעיעמענט? ווער האט פראבירט און זיי האבן בלאקירט?

גראדע האב איך געהערט אז עס עפנט זיך יעצט א נייע זילבער געשעפט אין מאנסי.

הדד בן בדד » מאנטאג אפריל 3, 2023 11:40 pm

· #520622
בן ישי
הדד בן בדד
ששון ושמחה
וואס הייסט זיי לאזן נישט?
סימפל. זיי בלאקן ווער עס טרייט.
סתם געשאסן א סטעיעמענט? ווער האט פראבירט און זיי האבן בלאקירט?

גראדע האב איך געהערט אז עס עפנט זיך יעצט א נייע זילבער געשעפט אין מאנסי.
נישט סתם געשאסן. כ'האב אויך געהערט. און ס'איז שוין דערנאך. עז אוו נאו עפענט זיך עס נישט. קורטעסי אוו סיגניטשור.

איך האב נישט קיין שום נגיעות, איך פארצייל דיר א מעשה שהיה.

סיגניטשור געהערט פאר א גרויסן גביר און דער געשעפט געפינט זיך אין זיין אייגענעם שאפינג צענטער. ער האט יענעם פלעין מודיע געווען אז פון זיין זייט קען ער עפענען, אבער ער זאל נאר וויסן אז היות ער צאלט נישט קיין רענט פאר זיין סטאר ממילא איז ער ביכולת צו גיין קאמפעטישן מיט אים און אים צוברעכן.

דאס איז נאר איין חלק.

פאלגזאם » דינסטאג אפריל 4, 2023 1:50 am

· #520647

האלטסט טאקע אז ער קען עם צוריקהאלטן מיט דעם וואס ער דארף נישט צאלן קיין רענט?
וויש דיר דאס נאז און ענטפער אפילו נישט.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 4, 2023 1:58 am

· #520648
איך ווייס נישט ווער דער גביר איז (בעה"ב פון סיגנעטשור) אבער דאס איז "נארמאלע" סטראנג ארם טאקטיקס אין די היינטיגע (און אפשר אמאליגע) ביזנעס סטראטעגיעס. וואס פאלט נאך אלץ אריין אין די ראמען פון געזעץ. אויף וואס א קוראזשפולער ביזנעסמאן קען זיך גובר זיין.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 4, 2023 2:02 am

· #520649
berlbalaguleh
איך ווייס נישט ווער דער גביר איז (בעה"ב פון סיגנעטשור) אבער דאס איז "נארמאלע" סטראנג ארם טאקטיקס אין די היינטיגע (און אפשר אמאליגע) ביזנעס סטראטעגיעס. וואס פאלט נאך אלץ אריין אין די ראמען פון געזעץ. אויף וואס א קוראזשפולער ביזנעסמאן קען זיך גובר זיין.
ווען דער קוראזשפולער ביזנעסמאן פארשטייט אז ער עפנט זיין נייעם ביזנעס גראד מיט א פייט, און די האולסעילערס לאזן אים וויסן אז זיי האבן א פראבלעם צו פארקויפן פאר אים, לאזט ער זיך אפ דערפון און זוכט זיך אנדערע אינוועסטמענטס.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 4, 2023 2:25 am

· #520652
איך בין נישט אין די ליין פון פארקויפן זילבער. (אויך נישט פון קויפן). און נישט קיין ביזנעסמאן בכלל. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער אזויפיהל פארשטייט א יעדער מיט קאממאן סענס אז מ'קען אייביג טרעפן סופלייערס און אנדערע מקורות זיך איינצוהאנדלען זילבער (אין האלסעיל) טראץ יענעם'ס אומבארעכטיגטע קעגנערשאפט. מ'רעדט דאך דא פון א מענטש וועלכער שרעקט זיך נישט פאר סטראשונגען פון גבר אלים'ס.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 4, 2023 9:29 pm

· #520758
נו שוין, דערווייל האט זיך נאכנישט געמאכט דער אינוועסטאר וואס לאכט זיך אויס פון אים.

אפשר איין טאג וועט זיך עס מאכן. ס'איז קאמאן סענס. אז אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, און אפילו אין קרית יואל, איז דא פלאץ פאר מער פון איין זילבער געשעפט, איז אין מאנסי אויך דא.

BROWSER » דינסטאג אפריל 18, 2023 10:24 pm

· #521716
is that signature bank that came in ?