☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פאראדיע: נבלה נעשית בישראל! וואו האלטן מיר שוין?

פאראדיע: נבלה נעשית בישראל! וואו האלטן מיר שוין?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1603

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:04 pm

· #38664
פאראדיע: נבלה נעשית בישראל! וואו האלטן מיר שוין?
איך האב נישט קיין ווערטער: דאס וואס איך גיי יעצט שרייבן איז שוידערליכער פון וואס איר קענט זיך פארשטעלן. ליידער מוז געזאגט ווערן אז כלל ישראל האלט ביי שפל המצב ממש.

מיט עטליכע טעג צוריק, האט מען ארעסטירט א כלה ביום חופתה. הארט איידער זי איז געגאנגען אונטער די חופה, זענען אנגעקומען פאליציי, מען האט איר געקייטלט, אריבערגעפירט אין פאליציי סטאנציע, און ענדליך, נאר גרויסע אינטערווענץ פון עסקנים, האט מען איר ארויסגעלאזט פאר א גרויסע סומע בעיל. איר חטא איז געווען 'דראג פארברעכנס', ווי אויך אנדערע עבירות שהשתיקה והצניעות יפה להם (איך בין נישט פון די וואס שרייבן קלאר, דאס לאז איך פאר אנדערע).

וואס מיינט איר איז געשען ווייטער?
עס האבן זיך געיאוועט עטליכע מויל מאכער, ובצירוף צו אונזערע רע-בנים, וואס פראבירן צו מאכן א שווייג און א קאווער-אפ פון יעדע אזא סארט פאל, און אנשטאט אז מען זאל ארויסקומען מיטן אמת און דערציילן וואס עס האט באמת פאסירט, איז מען אויפגעקומען מיט מעשיות, אז... זי האט זיך נאר געמאכט (לאכט נישט), זי האט געבעטן אז די פאליציי זאלן איר גאר קייטלען, אדער אז דער פאליציי איז גאר איר ברודער (איר הערט?). אין אנדערע ווערטער, מען האט פראבירט צו פארקויפן פארן עולם, אז א כלה ביום חופתה האט נישט וואס צו טון נאר זיך צו פיקטשערן מיט פאליציי.

אויב דאס איז נאכנישט גענוג, האט מען אונטערגעקויפט די חרדי'שע בחדרי חרדים און אנדערע, וועלכע האבן פראבירט צו פירן דעם ציבור ווי פערדן ביי די נאז, און פארקויפן אז עס איז געווען אן אונטערגעשטעלטע מעשה. און אויב האט זיך איינער יא דערוואגט צו באריכטן די מעשה, און פארשעטלן ווי אזוי מען האט דעם זונה ארעסטירט, האט מען אים נאך פארשריגן אלס חילול השם און היתכן אז מען "באשמוצט כלל ישראל". (נישטא ווער עס זאל לאכן).

רבותי! וועקט אייך אויף!!

פארוואס שיצט מען אויף מאלעסטערס? - פארוואס פארענטפערט מען דראג דילערס? פארוואס? פארוואס? פארוואס קען כלל ישראל נישט זיין קיין קלין קאמיונטי? פארוואס ווילן מיר נישט ווערן נארמאל?

אונזער פארלאנג איז, די קאווער-אפ זאל זיך תיכף אויפהערן. מען זאל איר איבערגעבן פאר די פאליציי, אן קיין בעיל. מען זאל אויפהערן לייגן דרוק אויף די צייטונגען און נישט פארמאכן דער מויל פון יעדער וואס וויל רעדן.

מיר וועלן זיך נישט לאזן פון זיי! מיר וועלן דאס פייטן!

----
באקאנטמאכונג: דער ארטיקל איז פאראדיע. דער שרייבער וויל דערמיט ארויסברענגען א נקודה.

פריינדליך » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:20 pm

· #38672
דא בין איך שוין אינגאנצן פאלוירען, מילא ביי מאלעסטרעס פארשטיי איך אז מען טאר נישט מאכען קיין קאווער אפ כדי נישט צו שעדיגען אנדערע,

אבער דא ווי זי האט קיינעם נישט געשדעיגט, הו קעירס אז מען מאכט א קאווער אפ?? יעדעם'ס עבירות מוז זיין פובליק אינפערמאציע??

ביסטו עפעס מגלה פאר יעדעם אלע דיינע חשבונת צווישען דיר אינעם באשעפער??

מורינו הרב
ליידער מוז געזאגט ווערן אז כלל ישראל האלט ביי שפל המצב ממש.


ווי זעסטע דא אז כלל ישראל האלט ביי שפל המצב??
קענסט נישט פארנעמען אז איין עפל צווישען טויזטענער עפל איז פארפוילט? דאס ווייזט אויף גאנץ כלל ישראל??

{דער שרייבער פון גי שורות ווייסט נישט גארנישט איבער די מעשה, און מעגליך אז די גאנצע אשכול איז נישט מער ווי הומער א דשאוק}

קלאר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:22 pm

· #38675
איך ווייס נישט אויב די מאכסט א וויץ
אדער די ביזט מתלמידו של נחום וואס די קאפ ליגט דיר אין ()
ווייל פין די בילדער וואס crownheights.info האט צוגעברענגט זעהט מען קלאר אז דאס איז א נערישע שפיל

סוי באראגיר דיך
יא עס זענען נאך דא חרדישע וואס זענען נישט קיין זונות/מאלעסטערערס/פוגעים/נפגעים/כו'

היימישער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:28 pm

· #38679
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אויב מען ארעסטירט איינעם קען מען כאפען א שיינע פיקטשער מיט די פאליציי
📎 6.JPG

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:33 pm

· #38689
ס'איז אלעס א קאווער אפ. די היימישע רע-בנים האבן שייכות מיטן די עי, און האבן ערלעדיגט אז מען זאל מאכן אזא בילד, כדאי מען זאל קענען נאכדעם זאגן אז עס איז גארנישט געווען.

דאס פארשטייסטו יא, אז די כלה זאל זיך פיקטשערן מיט פאליציי ביום חופתה? זיך אנרירן מיט זיי?

עס איז א קאווער-אפ און דער אמת וועט מען זען ווען דער געריכט וועט זיין.

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:36 pm

· #38693
עז איף די פאליציי מאן איז דער וואס איז מחליט ארויסצולאזן אויף בעיל

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:41 pm

· #38696
פריינדליך, דו מאכסט א קאווער-אפ, ביסט אינטראדינג דזשאסטעס און מען קען דיר איינזעצן.

וואס הייסט עבירות צווישן איר און באשעפער, אונזערע קינדער זענען הפקר? - א דראג דילער מעג זיך ארומדרייען פארקויפן דראגס פאר סאטמארע בחורים, מיינערס<? א אפן זונה מעג זיך דרייען אויף די גאסן?

רבותי! באגראבט אייך נישט די קאפ אין וואנט. עס איז נישט נחום ראזנבערג (ער מעלדט עס אפילו נישט, עכ"פ דערווייל), עס איז ריאלעטי. קוקט אייך אין שפיגל און קוקט ווי אזוי איר קוקט אויס.

משמרת » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:49 pm

· #38706
צייטווייליג פארשלאסן

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:53 pm

· #38710
וואס וויל ער ארויסברענגען
איך כאפ נישט

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:00 pm

· #38716
פאראדיע נקודות קען מען ארויסברענגען אין די שמייכל פארום.

דער רב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:54 pm

· #38759
מורינו הרב שליט"א 🙄

דו שפילסט זיך מיט פייער!

אבער דו פארגעסט אז פייער איז נישט קיין שפיל ! 😲


אגב: ווי אלט ביסט דו?

gehlungen » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:39 pm

· #38828
מורינו הרב
איך האב נישט קיין ווערטער: דאס וואס איך גיי יעצט שרייבן איז שוידערליכער פון וואס איר קענט זיך פארשטעלן. ליידער מוז געזאגט ווערן אז כלל ישראל האלט ביי שפל המצב ממש.

מיט עטליכע טעג צוריק, האט מען ארעסטירט א כלה ביום חופתה. הארט איידער זי איז געגאנגען אונטער די חופה, זענען אנגעקומען פאליציי, מען האט איר געקייטלט, אריבערגעפירט אין פאליציי סטאנציע, און ענדליך, נאר גרויסע אינטערווענץ פון עסקנים, האט מען איר ארויסגעלאזט פאר א גרויסע סומע בעיל. איר חטא איז געווען 'דראג פארברעכנס', ווי אויך אנדערע עבירות שהשתיקה והצניעות יפה להם (איך בין נישט פון די וואס שרייבן קלאר, דאס לאז איך פאר אנדערע).

וואס מיינט איר איז געשען ווייטער?
עס האבן זיך געיאוועט עטליכע מויל מאכער, ובצירוף צו אונזערע רע-בנים, וואס פראבירן צו מאכן א שווייג און א קאווער-אפ פון יעדע אזא סארט פאל, און אנשטאט אז מען זאל ארויסקומען מיטן אמת און דערציילן וואס עס האט באמת פאסירט, איז מען אויפגעקומען מיט מעשיות, אז... זי האט זיך נאר געמאכט (לאכט נישט), זי האט געבעטן אז די פאליציי זאלן איר גאר קייטלען, אדער אז דער פאליציי איז גאר איר ברודער (איר הערט?). אין אנדערע ווערטער, מען האט פראבירט צו פארקויפן פארן עולם, אז א כלה ביום חופתה האט נישט וואס צו טון נאר זיך צו פיקטשערן מיט פאליציי.

אויב דאס איז נאכנישט גענוג, האט מען אונטערגעקויפט די חרדי'שע בחדרי חרדים און אנדערע, וועלכע האבן פראבירט צו פירן דעם ציבור ווי פערדן ביי די נאז, און פארקויפן אז עס איז געווען אן אונטערגעשטעלטע מעשה. און אויב האט זיך איינער יא דערוואגט צו באריכטן די מעשה, און פארשעטלן ווי אזוי מען האט דעם זונה ארעסטירט, האט מען אים נאך פארשריגן אלס חילול השם און היתכן אז מען "באשמוצט כלל ישראל". (נישטא ווער עס זאל לאכן).

רבותי! וועקט אייך אויף!!

פארוואס שיצט מען אויף מאלעסטערס? - פארוואס פארענטפערט מען דראג דילערס? פארוואס? פארוואס? פארוואס קען כלל ישראל נישט זיין קיין קלין קאמיונטי? פארוואס ווילן מיר נישט ווערן נארמאל?

אונזער פארלאנג איז, די קאווער-אפ זאל זיך תיכף אויפהערן. מען זאל איר איבערגעבן פאר די פאליציי, אן קיין בעיל. מען זאל אויפהערן לייגן דרוק אויף די צייטונגען און נישט פארמאכן דער מויל פון יעדער וואס וויל רעדן.

מיר וועלן זיך נישט לאזן פון זיי! מיר וועלן דאס פייטן!

----
באקאנטמאכונג: דער ארטיקל איז פאראדיע. דער שרייבער וויל דערמיט ארויסברענגען א נקודה.

Its just not fair YOU are making CHOIZEK from all of us