☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פליקן די בארד

פליקן די בארד

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16029

אלע צוזאמען » פרייטאג מערץ 31, 2023 11:21 am

· #520220
פליקן די בארד
מעג מען להלכה רייסן די בארד?
אויב די תירוץ גייט זיין ניין, גיי איך האבן א שווערע פראבלעם, פון געוואוינהייט רייס איך שטענדיג מיין בארד.
הייסט עס ווי מ'שניידט עס, איך ווייס אז מדינא מעג מען שניידן, נאר נישט גאלן, אבער די אריז''ל האט דאך געזאגט אז אפילו דאס זאל מען נישט טון, וויל איך וויסן צו פליקן, גייט אריין אין די כלל.

כרם זית » פרייטאג מערץ 31, 2023 12:02 pm

· #520223
Re: פליקן די בארד
אן איסור ע''פ הלכה איז זיכער נישט דא, וויבאלד עס איז נישט דרך השחתה כעין תער , ביי פיאות הראש קען אפשר יא זיין א פראבלעם ארויסצופליקן.

ע''פ קבלה וועט מען דארפן פרעגן @רביה''ק.

הרב שיף » פרייטאג מערץ 31, 2023 12:55 pm

· #520236
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 31, 2023 1:07 pm

· #520243
ע"פ זוהר טאר מען נישט שניידן די בארד ווייל מען שנייד אפ די צינורות פון די השפעות, לויט דעם קימט אויס אז ווען מען פליקט די בארד צופליקט מען די צינורות.........הגע בעצמך, ווילסטו ענדערש צושניטענע צינורות אדער צופליקטע צינורות.........

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 31, 2023 1:09 pm

· #520244
אהנע צינורות אינגאנצן. איך וויל א פלאָד פון השפעות.

מתבודד » פרייטאג מערץ 31, 2023 1:16 pm

· #520247
הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
אויב מ'טוט עס לנוי, דאן איז עס לא תלבש.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 31, 2023 5:08 pm

· #520267
הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
הרב שיף:דאס איז אן אנדער שורש פון איסור. נישט צוליעב השחתה. נאר וועגן לא ילבש. (אין א געוויסע פארם)

עסקן בדברים » פרייטאג מערץ 31, 2023 5:13 pm

· #520269
הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
פאר בחורים און גרושים איז דא א היתר. דעברעצינער רב אין שו״ת באר משה איז מתיר לצורך שידוכים

יין שרף » פרייטאג מערץ 31, 2023 5:24 pm

· #520271
עסקן בדברים
הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
פאר בחורים און גרושים איז דא א היתר. דעברעצינער רב אין שו״ת באר משה איז מתיר לצורך שידוכים
אזוי אויך הג"ר שלמה זלמן אויערבאך, אבער נאר אויב עס שאדט פאר שידוכים אדער במקום בושת רב (ע"פ תוס').

יין שרף » פרייטאג מערץ 31, 2023 5:27 pm

· #520272
טאמבל סאס
אהנע צינורות אינגאנצן. איך וויל א פלאָד פון השפעות.
Doesn't work that way... אשוח קען ךאסחרן שבירת הכלים, וחוץ מזה מען דארף אביסל גבורה צו מצמצם זיין די שפע, עס זאל אנקומען צום ריכטיגן פלאץ.
שטעל דיר פאר דיין טוילעט רינט מיט א שפע... אדער דיין סינק קומט עד בלי די, מען דארף א פייפ וואס זאל מצמם זיין די וואסער צו קומען אויפן ריכטיגן מקום מיט די ריכטיגע סכום

יין שרף » פרייטאג מערץ 31, 2023 5:28 pm

· #520274
כרם זית
אן איסור ע''פ הלכה איז זיכער נישט דא, וויבאלד עס איז נישט דרך השחתה כעין תער , ביי פיאות הראש קען אפשר יא זיין א פראבלעם ארויסצופליקן.

ע''פ קבלה וועט מען דארפן פרעגן @רביה''ק.
באר היטב אין יו"ד ברענגט אין הלכות גילוח הזקן, אז ע"פ האריז"ל אפילו נישט ארויסציען קיין איין האר.

וכן מביא שם דוקא לגלוח השפה

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 1, 2023 10:22 pm

· #520288
גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 1, 2023 10:37 pm

· #520291
berlbalaguleh
גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
אבער ואספארא טעם האט דאס טרינקען א קאווע אן די לאנגע וואנצעס איינגעטינקען, עסן זופ אן דעם וואס די לאקשן זאל זיך אראפגליטשן פון די לעפאל. ועוד

פערינא » מוצ"ש אפריל 1, 2023 10:52 pm

· #520293
איך בין נישט די גרעסטע תלמיד חכם אבער וואספארא שווארץ האר האט הלכה מיט קבלה? ס'איז נישט דא קיין שמץַ פראבלעם איםַהלכה פון זיך פלעקען האר אפילו אויב ס'איז פון די פיאות הראש
ַנארַאויב מ'נעמט אראפ אלע פיאות הראש. אויב פליקסטו דיך אויף די לעוועל האסטו א דאקטאר פראבלעם, נישט קיין אריז"ל פראבלעמען.

צומישט און צוחישט » דינסטאג מאי 9, 2023 10:23 pm

· #524192
berlbalaguleh
גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
מקור ביטע?

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 9, 2023 10:44 pm

· #524196
Re: פליקן די בארד
קהל'ס נער
ע"פ זוהר טאר מען נישט שניידן די בארד ווייל מען שנייד אפ די צינורות פון די השפעות, לויט דעם קימט אויס אז ווען מען פליקט די בארד צופליקט מען די צינורות.........הגע בעצמך, ווילסטו ענדערש צושניטענע צינורות אדער צופליקטע צינורות.........
און וואס איז ווען מ'קניפט אריין די בארד מיט אזא הענגעדיגע קנאבל? דאן ווערן די צינורות פארקנאבלט, אדער דאן פליסן קנאבלעך ארויס פון די צינורות?

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 10, 2023 1:06 am

· #524209
מתבודד
הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
אויב מ'טוט עס לנוי, דאן איז עס לא תלבש.
אפילו נישט לנוי איז מען אויך עובר.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 10, 2023 1:08 am

· #524211
צומישט און צוחישט
berlbalaguleh
גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
מקור ביטע?
בפירוש'ע הלכה אין שו"ע הלכות חוה"מ
📎 Screenshot_2023-05-10-02-05-31~2.png

צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 10, 2023 1:40 am

· #524216
שמעון וואלף
צומישט און צוחישט
berlbalaguleh
גילוח השפה איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. אפילו אין די 3 וואכן און חוה"מ. מותר לכתחילה...!
מקור ביטע?
בפירוש'ע הלכה אין שו"ע הלכות חוה"מ
ס'קלאר אז סאיז א ראי' אויך אויף די דריי וואכן און ספירה? יתכן אז א מלאכה הייסט עס נישט לגבי חוה"מ, אבער מצד דיני אבילות איז עס אסור, איי דוינט קנאוי...

טמיר » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 7:19 am

· #536089
Re: פליקן די בארד
מתבודד
הרב שיף
אויב מען פליקט די ווייסע פון צווישן די שווארצע איז א פראבלעם.
אויב מ'טוט עס לנוי, דאן איז עס לא תלבש.
גייט דאס אהן היינטיגע צייטן אויך? הלכות לא תלבש טוישט זיך לפי מנהג העולם, אזוי ווי ביי א שפיגל. כ'מיין אז היינט איז נישטא עכט קיין חילוק צווישן מענער און פרויען אין דעם

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=15698&start=25

מרדכי מרדכי » זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:55 pm

· #536126
איך קען אסאך אידן וואס שניידן/פליקן נישט די בארד און די צינורות עפעס ארבעטן נישט, דערנאך זענען דא אנדערע וואס שניידן יא און זיי האבן שוין איינמאל השפעות.

אסטראלאג » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:14 am

· #536153
מרדכי מרדכי
איך קען אסאך אידן וואס שניידן/פליקן נישט די בארד און די צינורות עפעס ארבעטן נישט, דערנאך זענען דא אנדערע וואס שניידן יא און זיי האבן שוין איינמאל השפעות.
.

דערהויבענע איד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:22 pm

· #536166
כ'האב א שאלה. חוץ פון שניידן און פליקן איז דא נאך וועגן ווי אזוי צו מאכן די בארד ליידיגער?

מילך טראק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:02 pm

· #536191
איז שניידן מען אויסגעהאלטן?

ברוך שפינוזה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:09 pm

· #536193
מרדכי מרדכי
איך קען אסאך אידן וואס שניידן/פליקן נישט די בארד און די צינורות עפעס ארבעטן נישט, דערנאך זענען דא אנדערע וואס שניידן יא און זיי האבן שוין איינמאל השפעות.
איך האב געהאט די זעלבע קשיא אויף ראש השנה, די אמעריקאנע גוים אין זייער ראש השנה טרינקען און הוליען און אלע דינים ווערן נמתק פון זיך אליין, מיר אידן דאווענען א גאנצע חודש מיט הונדערטער מצוות סגולות און ענינים און קוים וואס מיר מאכן עס, עפעס טוען מיר wראנג...

מילך טראק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:37 pm

· #536199
ברוך שפינוזה
מרדכי מרדכי
איך קען אסאך אידן וואס שניידן/פליקן נישט די בארד און די צינורות עפעס ארבעטן נישט, דערנאך זענען דא אנדערע וואס שניידן יא און זיי האבן שוין איינמאל השפעות.
איך האב געהאט די זעלבע קשיא אויף ראש השנה, די אמעריקאנע גוים אין זייער ראש השנה טרינקען און הוליען און אלע דינים ווערן נמתק פון זיך אליין, מיר אידן דאווענען א גאנצע חודש מיט הונדערטער מצוות סגולות און ענינים און קוים וואס מיר מאכן עס, עפעס טוען מיר wראנג...
ביי זייער ראש השנה משפט מען זיי נישט

ברוך שפינוזה » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:55 pm

· #536454
מ'משפט זיי יא