☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » געדאנקען פאר מיעמס

געדאנקען פאר מיעמס

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16020

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 29, 2023 2:19 pm

· #520006
געדאנקען פאר מיעמס
אין ליכט פון דער אשכול האב איך מיר דערטראכט צו אזא המצאה: ווען איינער האט א געדאנק פאר א מיעם זאל ער עס דא פאוסטן פאר א גראפיקער אדער מעלער וואס איז אינטרעסירט עס צו קענען דעזיינען/דרוקן.

און מיט די דאזיגע פאנג איך אהן:

יעצט מיט די ארץ ישראל'דיגע אווערהאול פון די בג"ץ, וואו זיי ווילן אז מ'זאל טשעקן מענטשנ'ס בעגס פאר חמץ איידער זיי קומען אריין אין שפיטאל, האב איך געטראכט פון די פאלגנדע צוויי מיעמס.

1) א הצלה טראק אנגעשטאפט מיט פעקלעך ברויט אדער טייגלעך/מיירעס יאגט זיך צום שפיטאל.
פון הונטן פון די הצלה טראק, אויף די גאס, לויפט נאך עמיצער מיט א מצה שטעקן (אדער צוויי מענטשן האלטענדיג דעם שטעקן, איינער פון יעדע זייט), און א חולה פאָלדעד איבערן שטעקן אויפ'ן בויך, און בעט/ן זיך ווי כאילו מ'זאל דעם חולה אויפנעמען. אבער פון די טראק שרייט מען ארויס: "סליחה, אבל זו לאחר ח"י" אדער עפעס אזוי. (אין צוגאב קען די טראק אויף די זייט אפשר אויך האבן אזעלכע ווערטער ווי: מצהילי חמץ)

2) אן אראבישע דערפל ווערט איבערגעפאלן פון ישראלים/מתנחלים מיט טראקס אדער וועגענער פיהל מיט מצה בשעת ווען די אראבער ווערן ארויסגעיאגט פון זייערע הייזער מיט זעק פיהל מיט טייג אויף די פלייצעס, ווען אויף די זעק לייענט זיך: על שום שלא הספיק בציקם וכו'.

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 29, 2023 2:29 pm

· #520010
א מודעה אין שוהל וואס לייענט זיך אזוי:
א פאקער ווערט געזוכט אין די נאכט שעהן. די פאקער זאל זיך אויסצייכענען אין:
  • פאקן שטייענדיג
    פאקן דאבל
    אנפיהלן אלע לעכער
בייגעלייגט זאל זיין א בילד וואס ווייזט א שאפע פון ספרים מיט עטליכע שעלווס פאר עקזאמפלס צו די דריי פארלאנגען.

פאר נומער 1 זאל געוויזען ווערן שטייעדיגע ספרים (ווי געווענליך) אויף א שעלוו ווערסוס ליגענדיגע ספרים (האריזאנטאל - א פוילע פאקער) מיט א רויטע סוירקל און א ליין אקראסס צו ווייזן אז די צווייטע אפשען איז נישט גוט/אדער פארבאטן.

פאר נומער 2, ספרים געפאקט אין צוויי ליינס, איינס פארנט פון דאס אנדערס (צו סעיוון ספעיס).

פאר נומער 3, א פולע אנגעפאקטע שעלוו ווערסוס א שעלוו וואס האט למשל א פולע ליין פון די פארנט אבער א ליין נאר האלב אנגעפוהלט (מיט א לאך אינדערמיטן) פון הונטן, מיט אן אינדיקעישן עגעין, וועלכע פון זיי איז די פּרעפערד וועג.

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 29, 2023 2:33 pm

· #520011
טאמבל סאס
ווען אויף די זעק לייענט זיך: על שום שלא הספיק בציקם וכו'.
אדער "על שום שהספיק בציקם להחמיץ"

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 29, 2023 2:43 pm

· #520012
טאמבל סאס
  • פאקן שטייענדיג
    פאקן דאבל
    אנפיהלן אלע לעכער
א באזונדער באנוס פאר דער וואס וועט קענען
פאקן פרייטאג צונאכטס
פאקן פון אונטערן טיש
און פאקן אויך די שובבי"ם תורה גליונות

דיכטער » מיטוואך מערץ 29, 2023 4:38 pm

· #520019
Re: געדאנקען פאר מיעמס
נישט אז איך בין א גראפיקע צו וואס אבער פשוט צו לאזן וויסן אז איך האב געזען דעם אשכול און כ'אמעך פיין געהאלטן ביי די זייטן.