☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » דריטע 'אונטערן' שפיל אויספארקויפט אין 3 מינוט

דריטע 'אונטערן' שפיל אויספארקויפט אין 3 מינוט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16018

ששון ושמחה » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:08 pm

· #519918
דריטע 'אונטערן' שפיל אויספארקויפט אין 3 מינוט
10 טעג פאר פסח איז שוין ביידע אונטערן פלעי געוועהן אינגאנצן אויספארקויפט. שמועות האבן אנגעהויבן ארומפארן אז מענטשן פארקויפן טיקעטס פאר הונדערטער דאללארן. היינט האט אונטערן געמאלדן אז צוליב די גרויסע פארלאנג וועלן זיי מאכן א דריטע שפיל דעם חול המועד. ביז 3 מינוט איז אויך די דריטע שפיל אינגאנצן אויספארקויפט געווארן!

יא, ס'איז א פאקט, כלל ישראל אפרישיעיט די שווערע ארבייט פון די אונטערן חבריא צו מאכן שיינע אינטערטעינמענט פאר אונזערע קינדער על טהרת הקודש. כה לחי!

https://drive.google.com/file/d/1E2CtLumtbUyGS-i01Txhrsgs0srHvmdm/view

שערי יושר » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:58 pm

· #519927
.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג מערץ 28, 2023 11:52 pm

· #519935
עפעס קלעבט מיר נישט די גאנצע אויספארקויפעראציע פון זייערע פלעיס (שוין די לעצטע פאר). אבער סאו פאר האב איך נישט געקענט צוזאמקלעבן אן אנדערע טעאריע אויסער אז די היימישע עולם לעכצט נאך כשר'ע ענטערטעימענט.

אדרבא, איינער האט אן אנדערען הסבר אדער קאנספיראציע?

חב''ד הויזן » מיטוואך מערץ 29, 2023 12:34 am

· #519940
דריטע פלעי געקענסלט.

Hashemschild » מיטוואך מערץ 29, 2023 12:57 am

· #519943
חב''ד הויזן
דריטע פלעי געקענסלט.
וואסעגעשעהן?

Hashemschild » מיטוואך מערץ 29, 2023 1:10 am

· #519944
מזל טוב!!!
אליעזר נייהויז א שידוך געטון מיט א טאכטער

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 29, 2023 1:25 am

· #519947
שערי יושר
פארוואס מאכן זיי נישט די פלעי אין א nba arena מיט 20,00 זיצן?
אויף אייוועלט שרייבן זיי די סיבה וויבאלד עס איז נישט מעגליך צו מאכן די פלעי אין א גרעסערע זאל אנע סקרינס.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 29, 2023 1:26 am

· #519948
אינגערמאנטשיקל
עפעס קלעבט מיר נישט די גאנצע אויספארקויפעראציע פון זייערע פלעיס (שוין די לעצטע פאר). אבער סאו פאר האב איך נישט געקענט צוזאמקלעבן אן אנדערע טעאריע אויסער אז די היימישע עולם לעכצט נאך כשר'ע ענטערטעימענט.

אדרבא, איינער האט אן אנדערען הסבר אדער קאנספיראציע?
די קאנספיראציע וואס פארט ארום איז אז געוויסע חברה קויפן אפ א גרויסע צאל טיקעטס און פארקויפן עס פאר 10 מאל די פרייז פאר די דעספערעיט משפחות וואס חלש'ן מיטצוהאלטן.

ליימדארפער » מיטוואך מערץ 29, 2023 7:07 am

· #519967
פארוואס זאל מען נישט מאכן קאמפעטישן, און נאך זעקס גרופעס זאלן מאכן שפילן.
יעדער קלעבט צו נייהויז און די פאהר קלאוינס די לעצטע דעקעיט...

מיליאנער » מיטוואך מערץ 29, 2023 8:01 am

· #519971
ליימדארפער
פארוואס זאל מען נישט מאכן קאמפעטישן, און נאך זעקס גרופעס זאלן מאכן שפילן.
יעדער קלעבט צו נייהויז און די פאהר קלאוינס די לעצטע דעקעיט...
א מאדנע פראגע דאס.... 'מען' זאל מאכן זעקס קאמפעטישן'ס? ווער, קהל? די אונטערנ'ס טויגן צו די מלאכה. אז דו ווילסט קאמפיטן מיט זיי איז נישטא גארנישט וואס האלט דיך צוריק.

חב''ד הויזן » מיטוואך מערץ 29, 2023 8:03 am

· #519972
Hashemschild
חב''ד הויזן
דריטע פלעי געקענסלט.
וואסעגעשעהן?
ארומגעפארן א פאלשע צעטל אז ס'איז געקענסלט.

שמן למאור » מיטוואך מערץ 29, 2023 9:05 am

· #519980
ס'איז נישט נארמאל דאס! ס'ווייזט אז ס'דא א משונה'דיגע דימענד ביים היימישן עולם פאר גוטע אידישע אינטערטעינמענט.

עפעס איז ארומגעפארן א מעסעדזש ווי יונתן שווארץ איז מסביר אז מען האט געמוזט מאכן ווייניגער פלעיס ווייל מען האט מורא פון איסורים פון די מנהלים, און נייהויז מוז זיך פארזיכערן אז ער וועט קענען אנפילן די זאל נישט צו פארלירן געלט...

כ'מיין אז ס'איז ב"ס, סאטמאר צו ווער קען ארויסקומען מיט וויפול איסורים זיי ווילן נאר.. דער עולם זיכט אינטערטעינמענט!

כ'מיין אז ס'איז שוין צייט צוריקצוברענגען די אידישע טעאטער...

מונטסורי » מיטוואך מערץ 29, 2023 9:25 am

· #519982
אינגערמאנטשיקל
עפעס קלעבט מיר נישט די גאנצע אויספארקויפעראציע פון זייערע פלעיס (שוין די לעצטע פאר). אבער סאו פאר האב איך נישט געקענט צוזאמקלעבן אן אנדערע טעאריע אויסער אז די היימישע עולם לעכצט נאך כשר'ע ענטערטעימענט.

אדרבא, איינער האט אן אנדערען הסבר אדער קאנספיראציע?
עס איז אנדענייעבל אז דער עולם לעכצט פאר היימישע אינטערטעימענט, איך זע אין צען יאר פון איצט וועט זיין טאַפּ טיער שאוס וואס וועלן זיך פארקויפען $100-$600 א טיקעט און דערונטער א שלל פון צווייט ראנגיקע שפילען אויף די לעוועל פון די איצטיגע אונטערענס, נישטא קיין שום וועג וויאזוי די היימישע אינטערטעימענט אינדוסטריע זאל נישט עקספלאדירען אין די קומענדיגע צענדליגע יארן.

מען דארף אויך אין באטראכט נעמען אז פילע מיידלעך וואלטען ווען גערן געקומען צו די שאוס אזויווי די וואס זענען פארגעקומען און די שנות תש״מ-תשנ״ה, דאס לייגט צו א פארלאנג פון נאך צענדליגע פראצענטען.

אויך איז די מערערע צייטן אין יאר ווען שפילען קענען זיך אריינשמוגלען אלץ היימיש, נישט נאר פאר קינדער נאר טאקע פאר ערוואקסענע, ווינטער מוצאי שבתות, זומער ליל שישי׳ס, שוין אפגערעדט אזוינע יומא דפגרא ווי שושן פורים, ל״ג בעומר, ט״ו בשבט, וכו׳

לאנג לעבן די רעוועלוציע, די גאולה קלאפט אויפן טיר, הנה זה עומד אחר כתלנו משגיח מן החלנות מציץ מן החרכים!