☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פוד סטעמפס

פוד סטעמפס

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1601

קלאר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:14 pm

· #38636
פוד סטעמפס
איך קען נישט האבען קיין פוד סטעמפס כאטשיג איך וואלט זיך מחי' געווען דערמיט
גיי זיי מסביר פאר די טיפשום אז ביי אינז אידן קאסט אינז אזוי פיל צו זעטיגן אינזערע משפחות

עס איז אבער אינטערסאנט צו הערן די וואס האבען עס אדער קענען זיך אויס דערמיט
וויאזוי ארבעט דאס, וויפיל באקומט א משפחה, ווענד זיך עס אין די אינקאם אדער אנדערע הוצאות?

תלמיד חכם » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:20 pm

· #38642
נעכטן געהרט פין מיין חבר א (כמו) פרומער ,אז ער נעמט נישט וועגן פועל בנפעל ,וואס ער וויל נישט אין זיינע קינדער

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:25 pm

· #38676
אודאי ווענדט זיך עס אין די אינקאם און די הוצאות.
נאר אין וואס דען? אויף די סארט נאז??

זיי רעכענען צוזאמען נאך דיין אינקאם אלע דיינע הוצאות, און אזוי באשטימט מען א סכום פער חודש.

קלאר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:44 pm

· #38699
שמעקעדיג
אודאי ווענדט זיך עס אין די אינקאם און די הוצאות.
נאר אין וואס דען? אויף די סארט נאז??

זיי רעכענען צוזאמען נאך דיין אינקאם אלע דיינע הוצאות, און אזוי באשטימט מען א סכום פער חודש.


סוי עס גייט פער
מענטש אין די משפחה
אינקאם
הוצאות

קען דאך יעדער ברענגן אלע הוצואת

אין וויפיל איז די מערסטע וואס זיי געבן פער מענטש

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:08 pm

· #38810
וואס עפעס הוצאות? זיי קוקען אויף גראסס אינקאם, נישט נעט, אויף וואסערע הוצאות קוקן זיי?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:10 pm

· #38812
זיי פרעגן אין זייער בראשור צי מ'צאלט אליין פאר HEAT , אלעס מאכט אויס.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:15 pm

· #38816
אקעי, אפשר רענט און יוטיליטיס, אבער אויב האסטו למשל מעדיקעל עקספענסעס וכדו' מאכט עס אויס א הויקער.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:21 pm

· #38818
און צי דו האסט א קאר, און געוויסע פליכטן דורך א קאורט ארדער וכדו'.
מיט יעדע הוצאה אדער הכנסה טוישט זיך די פיקטשער און דער סכום וועלכע דו באקומסט.

קאמפיאטער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:53 pm

· #38844
זיי צאלן בערך אזוי: 376.86 פאר א משפחה פין צוויי אויב די מאכסט די ווייניגסטע אין ביי יעדע קינד גייט עס ארויף מיט א קנאפע צוויי הינדרעט דאללער. אין זיי פארלאנגן אז זיי מאן אין סיי ווייב זאלן ארבעטן אחוץ אין ספעשעל קאנדישענס. אין אויך פארלאנגן זיי צי וויסן וויפל דיין רענט איז, ווייל אז די געסט איין אז די מאכסט הינדרעט פיפציג דאללער ווילן זיי זעהן וויאזוי די קאווערסט דיין רענט. בקוצר זיי מאכן זיכער אראפצידרייען די קאפ פאר די נישטיגע פאר דאללארן וואס זיי געבן.
פרעג איינער וואס האט פאטסטעמפ ער וועט דיר האבן צי דערציילן א טיץ מיט מעשות וואס ער האט געהאט וויפל חדשים עס האט נישט געארבעט וכו' וכו'

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:56 pm

· #38845
דאס איז קלאר, דער סיסטעם איז דירעקט אויסגעשטעלט אז איינער וואס דארף נישט זייער וויכטיג די פ.ס. זאל אפילו נישט וועלן אפלייען דערפאר! ס'איז אן אפקומעניש!

איך מוז עס האבן, ווען נישט די פ.ס. וואלט איך געוואויגן 30 פונט ווייניגער ח"ו.

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:58 pm

· #38872
עס שטערט מיך כסדר צו זעהן מענטשען קויפן לוקסוס און שטותים מיט דער פ"ס בשעת איך, וואס מיינע שטייערען באצאלן דערפאר, מוז טראכטען וואס איך קען מיך ערלויבן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:10 am

· #38877
יא, מיר באצאלן טעק פאר דעם:





דיסקלעמער: ביידע ווידיאוס זענען א פאראדיע חוזק צו מאכן פון פוד סטעמפ אביוזערס, אבער ס'ברענגט ארויס די פוינט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:16 am

· #38884
אין אמעריקע זענען טאקע די מיטל קלאס פארדינער אויסגעשפילט. קרח מכאן וקרח מכאן.

Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:18 am

· #38905
אויב מיר וואלען כאטש געווען קורח מכאן וקורח מכאן וואלט גוט געווען. 😂

טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:05 am

· #38924
דא קענסטו זען צו די ביסט קוואלעפעצירט צו באקומען פוד סטעמפס ווי אויך אנדערע פראגראמען פין די שטאט

קלאר » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:48 pm

· #39525
קאמפיאטער
זיי צאלן בערך אזוי: 376.86 פאר א משפחה פין צוויי אויב די מאכסט די ווייניגסטע אין ביי יעדע קינד גייט עס ארויף מיט א קנאפע צוויי הינדרעט דאללער. אין זיי פארלאנגן אז זיי מאן אין סיי ווייב זאלן ארבעטן אחוץ אין ספעשעל קאנדישענס. אין אויך פארלאנגן זיי צי וויסן וויפל דיין רענט איז, ווייל אז די געסט איין אז די מאכסט הינדרעט פיפציג דאללער ווילן זיי זעהן וויאזוי די קאווערסט דיין רענט. בקוצר זיי מאכן זיכער אראפצידרייען די קאפ פאר די נישטיגע פאר דאללארן וואס זיי געבן.
פרעג איינער וואס האט פאטסטעמפ ער וועט דיר האבן צי דערציילן א טיץ מיט מעשות וואס ער האט געהאט וויפל חדשים עס האט נישט געארבעט וכו' וכו'


סוי א משפחה פין פינעף קינדער קען מאכען 1376 א חודש?

קלאר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:28 pm

· #40019
לאמיר זאגען אז איך מאכען 100 דאללער א וואך אין איך צאל 350 דאללער רענט
דאס מיינט אז עס בלייבט מיר איבער 50 דאללער צום לעבן
אין איך האב 10 קינדער אין שטוב (א רעגולער חסידישע פאמיליע...) ד''מ 12 נפשות
וויפיל באקומט אזא איינער?

chasid » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:47 pm

· #40034
טראכט
דא קענסטו זען צו די ביסט קוואלעפעצירט צו באקומען פוד סטעמפס ווי אויך אנדערע פראגראמען פין די שטאט

ייש''כ פאר די לינק, מ'קען ערגעץ זען ביז וויפיל מ'מעג מאכן נאך צו זיין קוואליפיצירט פאר מעדיקעיד?

חייםהערש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:49 pm

· #40102
אז איינער האט א גרויסע משפחה גיבן זיי פאר יעדן קינד?
בן ירבה איז נישט דא ביי די אמעריקאנער רעגירונג, אזוי ווי להבדיל ביי די ציונים?

בעל הבית » זונטאג אפריל 6, 2014 9:19 pm

· #194967
ווייסט איינער ווי מען קען זען וויפיל מ'מעג פארדינען פאר מעדיקעד

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 6, 2014 9:44 pm

· #194971
בעל הבית
ווייסט איינער ווי מען קען זען וויפיל מ'מעג פארדינען פאר מעדיקעד


<a class="postlink" href="http://www.nyc.gov/html/hra/downloads/pdf/services/micsa/income_level.pdf">http://www.nyc.gov/html/hra/downloads/p ... _level.pdf</a>

בד"וו איך זעה מ'רעדט אויבן וועגן הוצאות פאר פוד סטעמפס. ס'גוט צו וויסן אז דעי קעיר הוצאות ווערט אראפגערעכנט פון די gross income.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 6, 2014 10:35 pm

· #194976
תלמיד חכם
נעכטן געהרט פין מיין חבר א (כמו) פרומער ,אז ער נעמט נישט וועגן פועל בנפעל ,וואס ער וויל נישט אין זיינע קינדער

איז וואס געט ער צו עסן פאר זיינע קינדער? טרוקן ברויט וואס איז געבאקן געווארן דורך א בעקער וועלכער האט אנגעהאט זיין שלאף קאפל און גארטל. און אפגעראכטן תיקון חצות בשעת די ברויטן האבן זיך געבאקן... 😕 🙄 😂 😛 😳 😢 😮

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:31 pm

· #237741
ווייסט איינער א נומבער אין בארא פארק פון איינע וואס נעמט קער פון פוד סטעמפס מעדיקעד פאר באצאלט?

itsnotme » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:59 pm

· #237751
Re: פוד סטעמפס
(917) 499-3265

קאסטנער » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:26 pm

· #237937
זר זהב
דאס איז קלאר, דער סיסטעם איז דירעקט אויסגעשטעלט אז איינער וואס דארף נישט זייער וויכטיג די פ.ס. זאל אפילו נישט וועלן אפלייען דערפאר! ס'איז אן אפקומעניש!

איך מוז עס האבן, ווען נישט די פ.ס. וואלט איך געוואויגן 30 פונט ווייניגער ח"ו.

אין אפילו איינער וואס דארף עס יא באמת איז אויך נישט פארזיכערט.

אין מיין שנה ראשונה ווען איך בין געווען אנגעוויזן אויף די 200 פין פ. ס. האבן זיי געמאכט א טעות אין די סיסטעם אין אפגעהאלטן מיין פ.ס.פאר זעקס חדשים. איך בין ארימגעלאפן איבעראל אבער גערעד צים דופן. ביז ujo האט מיר ציגעשטעלט א אימזיסטע לויער וועלכע האט מיר געמאכט א גיטע ארבעט אין צים סוף האבן זיי מיר צוריקגעגעבן אלע אראפגעהאלטענע געלטער.
אבער די צייט וואס איך האב געשפענד פאר דעם איז מיר קיינמאל נישט באצאלט געווארן.