☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?

וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16004

ששון ושמחה » מאנטאג מערץ 27, 2023 10:02 am

· #519757
וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?
פראטעסטן, חרדים, נתניהו פייערט א שר, סופרים קאורט?

איינער קען קלאר מאכן וואס ס'גייט דארטן פאר?

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 27, 2023 10:30 am

· #519759
די סופרים קארט אין א''י איז קיינמאל נישט געהעריג געווארן אוועקגעשטעלט, און 'ביבי' מיט אנדערע רעכטע ווילן עס שוין לאנג איבערמאכן, אויף דעם האט זיך די מערכה אנגעהויבן.
ווען די פראטעסטן זענען געווארן-אזוי ווי אייביג מיט די לינקע- זייער ווילד, איז שר הבטחון יואב גאלאנט ארויסגעקומען קעגן די רעפארמען, איז אלץ שטראף פארן גיין קעגן די פארטיי שטעלונג, האט אים 'ביבי' געמוזט פארשיקן.

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 27, 2023 11:14 am

· #519767
[ציטאט אראפגענומען]
די לינקע ווייסן נישט וויאזוי צו נעמען א פארלוסט, די רעכטע ווייסן נישט וויאזוי צו נעמען א געווינס.

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 27, 2023 12:07 pm

· #519771
און..... מ'האט עס אפגעשטופט ביז די זיממער.

Hashemschild » מאנטאג מערץ 27, 2023 12:56 pm

· #519772
ווי לאנג גייט נעמען ביז דעיע געריכט ריפאום זאל אדורך גיין?
וואס נאך דארף.מען נאך טוהן אז ס'זאל אריבערגיין?

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 27, 2023 12:58 pm

· #519773
אלע צוזאמען
און..... מ'האט עס אפגעשטופט ביז די זיממער.
Hashemschild
ווי לאנג גייט נעמען ביז דעיע געריכט ריפאום זאל אדורך גיין?
וואס נאך דארף.מען נאך טוהן אז ס'זאל אריבערגיין?

אלע צוזאמען » מאנטאג מערץ 27, 2023 4:51 pm

· #519787
https://youtu.be/O17MPr7qE24
גאר אינטערסאנטע און אינפארמאטיווע אינטערוויא מיט 'ביבי'

Hashemschild » דינסטאג מערץ 28, 2023 3:14 am

· #519836
אלע צוזאמען
אלע צוזאמען
און..... מ'האט עס אפגעשטופט ביז די זיממער.
Hashemschild
ווי לאנג גייט נעמען ביז דעיע געריכט ריפאום זאל אדורך גיין?
וואס נאך דארף.מען נאך טוהן אז ס'זאל אריבערגיין?
פארוואס האט מען עס אפגעשטיפט? וואס גייט זיך דעמאלטס טוישען?

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 28, 2023 5:30 am

· #519842
Re: וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?
צוויי נקודות:

ביבי איגנארירט די נקודה אז געוויסע פון די עלעקטעד אפישעלס אין איזראעל ווי למשל חרדים רעפרעזענטירן באמת נישט וואס אינדיווידועלס אין זייערע קהילות ווילן און זענען זיכער נישט מסכים מיט די צווייטע פרינציפאל פון דעמאקראטיע וואס איז צו פראטעקטען דער זכות פון דעם יחיד.

צוויי, וואס א חילוק צווישן איין פרעזידענט עלעקטעד דורך א רוב וואס גלייבט נישט אין דעמאקרטיע, וואס זאל פירן דאס לאנד, צו פופצן מענטשן, דזשאדזשעס וואס זענען נישט עלעקטעד אבער וואס זענען מערסט געלערנט - עקספיריענסד און האבן ארויס דורך און דורך די יסודות פון דעמאקרטיע - וועלכע זאלן פירן דאס לאנד צוזאמען?

אין מיינע אויגן איז די צווייטע אפשען אסאך זיכערער מטעם טשעקס און באלאנסעס שלא יצא מכשול מתחת ידם?!

ווער וואלט נישט מער געטרויעט 15 מענטשן וואו אלע דארפן ענטפערן איינער דעם אנדערן איידער ווי עמיצער וואס ענטפערט נישט קיינעם?

עס איז נישט ווי כאילו די 15 מענטשן ווערן בכלל נישט געוועהלט. זיי ווערן נאר נישט געוועהלט דורך קארופטירטע רעבעס און בלאק וואוטס. זיי ווערן אריינגעוועהלט דורך די פריערדיגע פופצן זקינים, בעלי שכל ובינה. א ריכטיגע מסורה וקבלה, נישט אזוי?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 28, 2023 5:33 am

· #519843
Re: וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?
לכה"פ זענען זיי נישט קינדער פון די פריערדיגע פופצן..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אלע צוזאמען » דינסטאג מערץ 28, 2023 9:26 am

· #519851
טאמבל סאס
צוויי נקודות:

ביבי איגנארירט די נקודה אז געוויסע פון די עלעקטעד אפישעלס אין איזראעל ווי למשל חרדים רעפרעזענטירן באמת נישט וואס אינדיווידועלס אין זייערע קהילות ווילן און זענען זיכער נישט מסכים מיט די צווייטע פרינציפאל פון דעמאקראטיע וואס איז צו פראטעקטען דער זכות פון דעם יחיד.

צוויי, וואס א חילוק צווישן איין פרעזידענט עלעקטעד דורך א רוב וואס גלייבט נישט אין דעמאקרטיע, וואס זאל פירן דאס לאנד, צו פופצן מענטשן, דזשאדזשעס וואס זענען נישט עלעקטעד אבער וואס זענען מערסט געלערנט - עקספיריענסד און האבן ארויס דורך און דורך די יסודות פון דעמאקרטיע - וועלכע זאלן פירן דאס לאנד צוזאמען?

אין מיינע אויגן איז די צווייטע אפשען אסאך זיכערער מטעם טשעקס און באלאנסעס שלא יצא מכשול מתחת ידם?!

ווער וואלט נישט מער געטרויעט 15 מענטשן וואו אלע דארפן ענטפערן איינער דעם אנדערן איידער ווי עמיצער וואס ענטפערט נישט קיינעם?

עס איז נישט ווי כאילו די 15 מענטשן ווערן בכלל נישט געוועהלט. זיי ווערן נאר נישט געוועהלט דורך קארופטירטע רעבעס און בלאק וואוטס. זיי ווערן אריינגעוועהלט דורך די פריערדיגע פופצן זקינים, בעלי שכל ובינה. א ריכטיגע מסורה וקבלה, נישט אזוי?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך כאפ נישט פונקטליך ווי די גייסט דא, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי די ווייסט וואס די רעפארמען וואס די רעכטע ווילן דא מאכן.
די פרעמיער (נישט די פרעזידענט) נישט קיין חילוק ווער ס'איז גייט נישט האבן קיין שום קאנטראל איבער די בג''ץ, ס'גייט זיין א קאמיטע צאמגעשטעלט דורך עטליכע מעמבער'ס פון די קאליציע עטליכע פון די אפאזיציע און נאך יורידישע באקאנטע, און די רעפארמען גייען נישט זיין אויף די ריכטער'ס וואס זענען שוין יעצט אין אמט.
און יא טשעקס און באלאנס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי א זאך ווערט נישט קארופטירט און פארפוילט, די געריכט איז שוין כמעט 75 יאר אלט, און סאם-האו איז עס אלץ געבליבן אין לינקע קאנטראל.

אונטער חכם » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:51 am

· #519855
Re: וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?
טאמבל סאס
צוויי נקודות:

ביבי איגנארירט די נקודה אז געוויסע פון די עלעקטעד אפישעלס אין איזראעל ווי למשל חרדים רעפרעזענטירן באמת נישט וואס אינדיווידועלס אין זייערע קהילות ווילן און זענען זיכער נישט מסכים מיט די צווייטע פרינציפאל פון דעמאקראטיע וואס איז צו פראטעקטען דער זכות פון דעם יחיד.

צוויי, וואס א חילוק צווישן איין פרעזידענט עלעקטעד דורך א רוב וואס גלייבט נישט אין דעמאקרטיע, וואס זאל פירן דאס לאנד, צו פופצן מענטשן, דזשאדזשעס וואס זענען נישט עלעקטעד אבער וואס זענען מערסט געלערנט - עקספיריענסד און האבן ארויס דורך און דורך די יסודות פון דעמאקרטיע - וועלכע זאלן פירן דאס לאנד צוזאמען?

אין מיינע אויגן איז די צווייטע אפשען אסאך זיכערער מטעם טשעקס און באלאנסעס שלא יצא מכשול מתחת ידם?!

ווער וואלט נישט מער געטרויעט 15 מענטשן וואו אלע דארפן ענטפערן איינער דעם אנדערן איידער ווי עמיצער וואס ענטפערט נישט קיינעם?

עס איז נישט ווי כאילו די 15 מענטשן ווערן בכלל נישט געוועהלט. זיי ווערן נאר נישט געוועהלט דורך קארופטירטע רעבעס און בלאק וואוטס. זיי ווערן אריינגעוועהלט דורך די פריערדיגע פופצן זקינים, בעלי שכל ובינה. א ריכטיגע מסורה וקבלה, נישט אזוי?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דיין תגובה בקיצור, דעמאקראטיע טויג נישט. דיין סיסטעם איז גראדע גאנץ ענליך צו כינע בעפאר שי איז געווארן מושל בכיפה.

מאטי » דינסטאג מערץ 28, 2023 11:51 am

· #519858
טאמבל סאס
צוויי נקודות:

ביבי איגנארירט די נקודה אז געוויסע פון די עלעקטעד אפישעלס אין איזראעל ווי למשל חרדים רעפרעזענטירן באמת נישט וואס אינדיווידועלס אין זייערע קהילות ווילן און זענען זיכער נישט מסכים מיט די צווייטע פרינציפאל פון דעמאקראטיע וואס איז צו פראטעקטען דער זכות פון דעם יחיד.

צוויי, וואס א חילוק צווישן איין פרעזידענט עלעקטעד דורך א רוב וואס גלייבט נישט אין דעמאקרטיע, וואס זאל פירן דאס לאנד, צו פופצן מענטשן, דזשאדזשעס וואס זענען נישט עלעקטעד אבער וואס זענען מערסט געלערנט - עקספיריענסד און האבן ארויס דורך און דורך די יסודות פון דעמאקרטיע - וועלכע זאלן פירן דאס לאנד צוזאמען?

אין מיינע אויגן איז די צווייטע אפשען אסאך זיכערער מטעם טשעקס און באלאנסעס שלא יצא מכשול מתחת ידם?!

ווער וואלט נישט מער געטרויעט 15 מענטשן וואו אלע דארפן ענטפערן איינער דעם אנדערן איידער ווי עמיצער וואס ענטפערט נישט קיינעם?

עס איז נישט ווי כאילו די 15 מענטשן ווערן בכלל נישט געוועהלט. זיי ווערן נאר נישט געוועהלט דורך קארופטירטע רעבעס און בלאק וואוטס. זיי ווערן אריינגעוועהלט דורך די פריערדיגע פופצן זקינים, בעלי שכל ובינה. א ריכטיגע מסורה וקבלה, נישט אזוי?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זייער פיין און וואויל, אבער כל זה אנו דנין, ווער מאכט אפ וואס ס'הייסט געלערנטע עקספיריענסד מענטשן ?

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 28, 2023 1:36 pm

· #519871
ניין, דער פרעימער וועט טאקע נישט קאנטראל האבן אויף זיי. אבער די מאיאריטעט אין כנסת וועלן יא האבן. און רעכענענדיג אז די פארפרומטע וועלן מיט זייערע קינדער פארשוועמען דאס לאנד וועלן די מערהייט אין כנסת זיין רעפרעזונטאטן פון אן עקסטרעמע, אומפאראינטרעסירטע און מאנופילירטע רוב המון-עם. א טיראניי פון די מעדזשאריטי.

דאס אז ס'איז אלעמאל געבליבן אונטער אזוי גערופענען "לינקע קאנטראל" מיינט נישט אז זיי זענען דן אומ-דעמאקראטיש. ס'קען זיין אז צופעליג זענען די לינקע דארט, אנדערש ווי געווענטליך, יא מער דעמאקראטיש ווייל די פראבלעם אין ישראל איז אז דארטן זענען די רעכטע טאקע ווייניגער דעמאקראטיש געשטימט, צוליב דער אלטער טעסטעמענט.

בכלל, די הארטע צווישנשייד צווישן רעכטע און לינקע עקזעסטירט נישט ביי קלוגע און באזעסענע מענטשן. חכמים זענען נישט הארט לינק אדער הארט רעכט. ווי אויך טוען זיי נישט מעסטן ווער ס'איז ראוי צו ווערן געשטעלט אלס ממלא מקומם לויט ווי רעכט אדער לינק יענער איז. פאסיגקייט צו זיין א דיין מעסט מען לפי א רייע פון משקלים אויף נסיון, סקילל און קאפאציטעט אדער פאטענציעל. נישט לויט וויפיל ער האט צוגעהערט סעוועדזש אדער דראדזש געלייענט. ס'איז פשוט אז עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן ארומגענומען מיט ביכער פון אלע קוק-ווינקלען און וואס שטאמט פון א דור פון יוריסטן וועט האבן א מער באלאנסירטער און עדיוקעיטעד בליק פון דער וואס האט געפילעוועט בלויז אויף תגין דר' עקיבה און האט א ברודער וואס פירט א ישיבה אין מיר (עיין שמחה רוטמן).

כ'ווייס נישט וואס דער ליטל רעד בוק קומט לערנען און כ'האב כינע קיינמאל נישט באזוכט אבער אויב דו לערנסט אזוי אריין אין מיין תגובה און מיך מצד שני פעהלט אינפארמעישן קען איך נישט מער ווי זאגן: נאו קאממענט. :שטיל

דיכטער » דינסטאג מערץ 28, 2023 2:30 pm

· #519876
Re: וואס גייט יעצט פאר אין ארץ ישראל?
טאמבל סאס
צוויי נקודות:

ביבי איגנארירט די נקודה וכ"ו וכ"ו
זייער גוט!
איך האב שוין לאנג דער פחד וואס וועט זיין ווען די חרדישע וועלן איבערנעמען דער פירערשאפט לייצעס פונעם מדינה, ס'וועט פארוואנדלט ווערן אין א טאטאלע טעאקראטיע. מאך א כל שכן פון די יעצטיגע טעראר און באצווינגעריי וואס גייט פאר אין די חרדישע וועלט. דעמאקראטיע? מאן דכר שמיה? יומען רייטס? וואו איז דאס געהערט געווארן?

אלע צוזאמען » דינסטאג מערץ 28, 2023 2:31 pm

· #519877
טאמבל סאס
ניין, דער פרעימער וועט טאקע נישט קאנטראל האבן אויף זיי. אבער די מאיאריטעט אין כנסת וועלן יא האבן. און רעכענענדיג אז די פארפרומטע וועלן מיט זייערע קינדער פארשוועמען דאס לאנד וועלן די מערהייט אין כנסת זיין רעפרעזונטאטן פון אן עקסטרעמע, אומפאראינטרעסירטע און מאנופילירטע רוב המון-עם. א טיראניי פון די מעדזשאריטי.

דאס אז ס'איז אלעמאל געבליבן אונטער אזוי גערופענען "לינקע קאנטראל" מיינט נישט אז זיי זענען דן אומ-דעמאקראטיש. ס'קען זיין אז צופעליג זענען די לינקע דארט, אנדערש ווי געווענטליך, יא מער דעמאקראטיש ווייל די פראבלעם אין ישראל איז אז דארטן זענען די רעכטע טאקע ווייניגער דעמאקראטיש געשטימט, צוליב דער אלטער טעסטעמענט.

בכלל, די הארטע צווישנשייד צווישן רעכטע און לינקע עקזעסטירט נישט ביי קלוגע און באזעסענע מענטשן. חכמים זענען נישט הארט לינק אדער הארט רעכט. ווי אויך טוען זיי נישט מעסטן ווער ס'איז ראוי צו ווערן געשטעלט אלס ממלא מקומם לויט ווי רעכט אדער לינק יענער איז. פאסיגקייט צו זיין א דיין מעסט מען לפי א רייע פון משקלים אויף נסיון, סקילל און קאפאציטעט אדער פאטענציעל. נישט לויט וויפיל ער האט צוגעהערט סעוועדזש אדער דראדזש געלייענט. ס'איז פשוט אז עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן ארומגענומען מיט ביכער פון אלע קוק-ווינקלען און וואס שטאמט פון א דור פון יוריסטן וועט האבן א מער באלאנסירטער און עדיוקעיטעד בליק פון דער וואס האט געפילעוועט בלויז אויף תגין דר' עקיבה און האט א ברודער וואס פירט א ישיבה אין מיר (עיין שמחה רוטמן).

כ'ווייס נישט וואס דער ליטל רעד בוק קומט לערנען און כ'האב כינע קיינמאל נישט באזוכט אבער אויב דו לערנסט אזוי אריין אין מיין תגובה און מיך מצד שני פעהלט אינפארמעישן קען איך נישט מער ווי זאגן: נאו קאממענט. :שטיל
וען מ'שלאגט זיך מיט די מציאות, האט הסברה נישט קיין פלאץ, אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן, ''ס'גייט זיין א קאמיטע צאמגעשטעלט דורך עטליכע מעמבער'ס פון די קאליציע עטליכע פון די אפאזיציע און נאך יורידישע באקאנטע'' נישט נאר די מאיאריטעט.

און ווער ס'האט מיטגעהאלטן די לעצטע פאר וואכן זעהט קלאר ווער ס'ווייניגער דעמאקראטיש געשטימט אין ישראל, די לינקע, נאכ'ן דערלייגן די וואלן מיט א שטארקייט האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א טעראר קאמפיין אפגעשטעלט דאס גאנצע לאנד, ווייל עפעס שמעקט זיי נישט.

פאסיגקייט צו זיין א דיין מעסט מען לפי א רייע משקלים, דאס וואלט געווען אמת, ווען וועלט וואלט געווען וועלט, אבער די מציאות איז נישט אזוי, נאר ס'ווענדט זיך היינט צוטאגס אין איין זאך, צו וועלכע זייט פון די פאליטישע ספעקטרום די געהערסט.

אלע צוזאמען » דינסטאג מערץ 28, 2023 2:45 pm

· #519878
דיכטער
טאמבל סאס
צוויי נקודות:

ביבי איגנארירט די נקודה וכ"ו וכ"ו
זייער גוט!
איך האב שוין לאנג דער פחד וואס וועט זיין ווען די חרדישע וועלן איבערנעמען דער פירערשאפט לייצעס פונעם מדינה, ס'וועט פארוואנדלט ווערן אין א טאטאלע טעאקראטיע.
דאס גייט קיינמאל נישט געשען, די חרדים קענען זיך ניטאמאל אויס קומען צווישן זיך, סא....

מתבודד » דינסטאג מערץ 28, 2023 7:37 pm

· #519899
טאמבל סאס
פאסיגקייט צו זיין א דיין מעסט מען לפי א רייע פון משקלים אויף נסיון, סקילל און קאפאציטעט אדער פאטענציעל. נישט לויט וויפיל ער האט צוגעהערט סעוועדזש אדער דראדזש געלייענט. ס'איז פשוט אז עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן ארומגענומען מיט ביכער פון אלע קוק-ווינקלען און וואס שטאמט פון א דור פון יוריסטן וועט האבן א מער באלאנסירטער און עדיוקעיטעד בליק פון דער וואס האט געפילעוועט בלויז אויף תגין דר' עקיבה און האט א ברודער וואס פירט א ישיבה אין מיר (עיין שמחה רוטמן).
ויהי לפלא אז קיינער אין די רעכטע לאגער האט נישט די פארלאנגטע מעלות. wow. און נאכדעם זאג מיר אז מ'קלויבט נישט קיין ריכטער באזירט אויף פארטיי ליניעס...

אלע צוזאמען » מיטוואך מערץ 29, 2023 8:54 am

· #519978
[ציטאט אראפגענומען]
פראטעסטירן, דאס איז א גוטע זאך, שרייען איז געווינטשען, אבער אפשטעלן א מדינה?! פארשפארן הייוועס, בונטעווען די גאנצע נאכט אין רעזידענשעל געגענטער! אפשפארן די עירפארט, דאס איז טעראר!

אלע צוזאמען » מיטוואך מערץ 29, 2023 5:14 pm

· #520022
דאס קומט פון די וואך'דיגע אמי מאגאזין.
די לינקע זענען נישט דא צו פירן קיין דיאלאג זיי זענען נישט דא צו פירן געשפרעכן אדער זיך אויסצוקומען.
מיינ'ס אדער גארנישט.

Proposal made by Daniel Friedman and Yuval Elbashan, Friedman is a right winger, and Elbashan was PM Lapid's preferred choice to head the Israeli national insurance institute, so he pretty left wing.

But when they presented their plan it was turned down by THE LEFT Lapid and Gantz!
Elbashan was accused of being "naive" and that the plan is "nothing but just hot air".

He responded to Lapid and the other lefty's, "you're leading the country in this direction simply because of ego, this has to stop, it doesn't make sense, for a lot of time already this hasn't been about the reform's, but about 'yes to bibi' or 'no to bibi' the rift's in the streets are widening, the abyss is open, and you're continuing with your games, I'm a member of the left wing camp, and this isn't the framework that I would have preferred but we crafted it after speaking with hundreds of people, if you carry on like this, you'll find yourselves in a place you want be able to get out of, this framework aims to achieve one thing, and one thing only- to present a mechanism for bridging the gaps that will enable people to get pest the disagreements and actually debate them"


Dr. Giora Yaron is a prominent Hi-Tech entrepreneur, he was on the commission who worked on the Friedman Elbashan proposal, he also addressed the opposition in the Knesset "I've been conducting negotiations before all you amateurs were even born...... All we want to do (with this proposal) was to find a solution, but if you want to destroy the country then I can tell you, that we're definitely headed there"

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:21 pm

· #520127
און פיינעלי איינער זאגט קלאר ארויס וואס שטערט זיי דאס מערסטע.
📎 IMG-20230330-WA0006.jpg

בעל אחריות » זונטאג אפריל 2, 2023 2:04 am

· #520307
ער איז זיך אבער סותר מיניה וביה, איז דאס אן אפרייזינג אדער צו "פרעזערווען"די קערעקטער...