☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טריפה פלייש אין בינגא?

טריפה פלייש אין בינגא?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16001

שמן למאור » זונטאג מערץ 26, 2023 7:42 pm

· #519699
טריפה פלייש אין בינגא?
אויף אידישלעך פאליטיק טעלעגראם קאנאל איז ארויס אזא מעסעדזש ק/פ:

שוידערליכע שמועות צירקולירן איבער א פלייש סקאנדאל אין בינגאו, ווען טריפה צו נישט כשר'ע בהמה פלייש וועלכע איז געקומען פון א בית השחיטה אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים איז אנגעקומען אין געשעפט.

לויט די שמועות איז עס געקומען אין רעזולטאט פון א מענעדזשער, ליידער א היימישע איד, וועלכער איז גאר גוט מיט די בעל בית פון די בית השחיטה און געטון וואס ער האט געוואלט.

מ'רעדט דא פון דארפן כשר'ן טעפ וכו'. ס'איז פארגעקומען מיטינגען ביי גרעסערע קהילות אונטער פארמאכטע טירן. דעטאלן זענען דערווייל נישט קלאר.

שמן למאור » זונטאג מערץ 26, 2023 7:43 pm

· #519700
איינער מיט מער דעטאלן? און צו זענען די שמועות קראנט?

(זיי זענען לאו דווקא א פארלעסליכע מקור)

תפוח » זונטאג מערץ 26, 2023 7:56 pm

· #519704
שכוח @אנאנים פארן פארשפארן מיין אנדערען אשכול דערוועגן.

טינט פען » זונטאג מערץ 26, 2023 8:26 pm

· #519709
שמן למאור
אויף אידישלעך פאליטיק טעלעגראם קאנאל איז ארויס אזא מעסעדזש ק/פ:

שוידערליכע שמועות צירקולירן איבער א פלייש סקאנדאל אין בינגאו, ווען טריפה צו נישט כשר'ע בהמה פלייש וועלכע איז געקומען פון א בית השחיטה אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים איז אנגעקומען אין געשעפט.
ווען טריפה צו נישט כשרע בהמה פלייש וועלעכע ... וואס שטייט דא?

כלבאשבוע » זונטאג מערץ 26, 2023 8:32 pm

· #519710
קאמפיין פון מיעל מארט

ק/פ

ביבער » זונטאג מערץ 26, 2023 9:00 pm

· #519712
כלבאשבוע
קאמפיין פון מיעל מארט
אדער בינגא

לך לך » זונטאג מערץ 26, 2023 10:05 pm

· #519718
פאללאק
📎 photo_2023-03-26_19-49-01.jpg

צקון לחש » זונטאג מערץ 26, 2023 10:41 pm

· #519721
"שוידערליך.." מ'קען מיינען מ'רעדט פון חיטוטי שכבי

החוקר » זונטאג מערץ 26, 2023 10:46 pm

· #519722
Re: טריפה פלייש אין בינגא?
אני הקטן האלט, אז די אשכול וואלט נישט געמעגט בלייבן. שמועות וואס צירקולירן אין די לופטן אן קיין שום קראנטע דעטאלן, ברויכן נישט געלופטערט ווערן דא.

אז איינער האט עפעס מער ספעציפישע דעטאלן, מעג ער עפענען אן אשכול איבער די מעשה און אויך נאר מיט א קלארשטעלונג אז דאס איז א דעוועלאפינג סטארי.

לדוגמא: "ס'איז פארגעקומען מיטינגען..." דארף זיין היבש מער ספעציפיש. וועלכע קהילות? ווען? וואס האט מען געשמועסט? וכדו'

שלג זהב » זונטאג מערץ 26, 2023 11:36 pm

· #519727
Re: טריפה פלייש אין בינגא?
קלארשטעלונג📎 Birdsboro.jpg

מתבודד » מאנטאג מערץ 27, 2023 12:04 am

· #519736
כלבאשבוע
קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.

פערפאל » מאנטאג מערץ 27, 2023 12:58 am

· #519738
פאר ווער סאיז נישט באקאנט בירדסבארא טישקען איז לעצטענס אפגעקויפט געווארן דורך מאיר הירש KJ MEET און איך גלייב שווער אז מילמארט וויל זיך מוט אים שלאגן

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 27, 2023 1:17 am

· #519739
מתבודד
כלבאשבוע
קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
אבער אויב שטעלט זיך ארויס אז בירדסבארא האט אויסגעלאזט די שמועה כדי מ'זאל מיינען אז דאס קומט פון מיעל מארט, וועט מען דאן מוזן זאגן אז בירדסבארא האט פארלוירן זייערע נאמנות.

חד גיא חד גדיא

יוסף חיים » מאנטאג מערץ 27, 2023 2:34 pm

· #519781
לויט ווי איך האב געהערט איז עס אונערליכע רייבערייען

שלג זהב » מאנטאג מערץ 27, 2023 6:22 pm

· #519793
Re: טריפה פלייש אין בינגא?
התאחדות און OU מיט א קלארשטעלונג אז בירדסבארא איז אונטער זייער השגחה בלי שום מכשול.📎 OU - CRC.jpg

מתבודד » מאנטאג מערץ 27, 2023 6:41 pm

· #519797
שמעון וואלף
מתבודד
כלבאשבוע
קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
אבער אויב שטעלט זיך ארויס אז בירדסבארא האט אויסגעלאזט די שמועה כדי מ'זאל מיינען אז דאס קומט פון מיעל מארט, וועט מען דאן מוזן זאגן אז בירדסבארא האט פארלוירן זייערע נאמנות.

חד גיא חד גדיא
אוודאי אזוי, כ'האלט נאר אז ס'פאסט מער פאר מיעל מארט.
האבן זיי נישט קיין עקספעריענס פון ווייסמאנדל?

מענדל וועבער » מאנטאג מערץ 27, 2023 9:04 pm

· #519815
איך האב געהערט זאגען אז ס'איז געווען היינט מיטיגען מיט רבנים איינער מיט מער דעטאלן ?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2023 9:14 pm

· #519816
מתבודד
כלבאשבוע
קאמפיין פון מיעל מארט
אויב האט Meal Mart טאקע ארויסגעלאזט די שמועה דארף מען בודק זיין צו זייער אייגענע פלייש איז יא כשר, דער האט דאך פארלוירן זיין נאמנות.
ס'האטציך שוין געטון מיט יארן צוריק איבער די מיעל מארט פליישן. ס'איז אפי' דא א טעיפ ווי דער (הייליגער) נירבאטור'ער צורייצט זיך מיט הרב אברהם לייטנער איבער כשרות פון די מיעל מארט/עללי פראסעססינג פליישן. וואו דער הייליגער באטור'ער איז געווען דער בעל מכשיר....!

מענדל וועבער » מאנטאג מערץ 27, 2023 9:22 pm

· #519817
...
📎 125674.jpeg