כ''ק אדמו''ר משומרי אמונים ז''ל
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1600
כ''ק אדמו''ר משומרי אמונים ז''ל
יעצט קומט די בשורה לא טובה פין ארץ ישראל
ברוך דיין האמת
בד"ה
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43861">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=43861</a>
ברוך דיין האמת.
אסאך געהאט מיט די עדה החרדית צו טוהן וכו', נישט אויף יעצט..
יה"ר עס זאל נישט געשעהן (ממשיך זיין) קיין מחלוקת דארט
אינעם צוואה זיינער שטייט אז מען זאל עס נישט עפענען נאר ככלות ימי השבעה.
אויך איז געווען א אישו איבער די מקום הקבורה וואס לכבוד דעם איז די לוי' אין ירושלים אויפגעהאלטן געווארן פאר פיר שעה.
דהיינו די חברה קדישא האבן בטעות געגראבן א קבר אויף א אנדערע ארט פון וואס ער האט געהאט געקויפט בחיים חיותו נעבן זיין טאטן זי"ע, און ס'איז געווען א דין ודברים צו מען זאל אים לייגן אינעם טעות'דיגן קבר היות א קבר וואס ווערט אויפגעגראבן פאר איינעם טאר מען נישט מער באגראבן דארט א צווייטן, צו מען זאל אים יא לייגן אינעם חלקה וואס ער האט געקויפט, למעשה האט די משפחה געזיגט, און ער ליגט טאקע נעבן טאטן.
דער רבי האט א זוהן אין תפיסה.
מורינו הרבדער רבי האט א זוהן אין תפיסה.
אמת,,, צוליב א בלבול אדער ליידער,,,?
ווער ווייסט...
מיט די רבי'סטווע דארט ווייסט איר יא? עס איז נאך דא אפאר אלט'ע מיידלעך דארט , אפשר וועלען זיי איבערנעמען
ווער ס'וועט איבערנעמען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז ער האט נישט איבערגעלזאט א ממלא מקום...
עס ווערט באריכטעט אז מארגען פרייטיג, גייט מען עפענען די צוואה במעמד די פיר זוהן (יעקב יצחק לאזט מען ארויס פאר שבת)
זיין נאמען איז געווען געגעבן נאכ'ן פלאנטש'ער רב , די סאטמער רב'ס זי'ע שווער, די בלאזוב'ערס שוואגער,
תלמיד חכםזיין נאמען איז געווען געגעבן נאכ'ן פלאנטש'ער רב, דער סאטמאר רב'ס זי"ע שווער
בזיווג ראשון.
על המחיהעס ווערט באריכטעט אז מארגען פרייטיג, גייט מען עפענען די צוואה במעמד די פיר זוהן (יעקב יצחק לאזט מען ארויס פאר שבת)
נו וואס שטייט דארט?
אז אלע קינדער זאלן זיין אדמורי"ם
ר' רפאל אהרן באקומט די ראביסטווע מיט'ן בית מדרש אין בני ברק, אין ער גייט זיך רופען אדמו"ר מבערגסז
ר' שלמה באקומט די ראביסטווע מיט'ן בית מדרש אין ירושלים
ר' גדליה משה גייט ווערען אדמו"ר משו"א - אשדוד
יעקב יצחק ווען ער קומט ארויס וועט ער ווערען שו"א רבי אין בית שמש
די אייניקל ר' אהרן געלדציילער קען ווערען רב אין בית שמש
ווען דער יעקב יצחק קומט ארויס פין תפיסה קען ער נאך זיין א סעלעבריטי גרעסער פין דער וויזניצער רבי וואס זיינע צרות קומען נישט צו צו זיצן אין תפיסה אויף אן עבירה ווי דאס.
בדרך אגב, איז געוועהן נאך מעשיות אויף אים אדער דאס איז די איינציגסטע?
קען איינער זיין אזוי גוט און מיך צוצייגן אויף וואסערע חטא ער זיצט?
סליחה, כ'האק אריין.
ס'איז דא איינער אויף קאווע שטיבל וואס איז נייגעריג ווער ס'ווערט רבי וואו?
כ'מיין דאס איז דאך ניטאמאל דברים בטלים.
חוץ אויב ס'איז דא שומרי-אמונים-חסידים דא. אויב יא, סליחה
אויב זענען דא שרייבער דערוועגן, זענען זיי דאך אליינס אינטרעסירט דערין... נישט אזוי?
נאך אלעם איז דער אשכול געפארן מיט שאלות ותשובות. איז דאך משמע (פון רש"י) אז ס'זענען פאראן אינטרעסירטע.
אבער זעלבסטפארשטענדליך, מוזט נישט ליינען אויב דיך אינטרעסירט עס נישט.
שמעקעדיגאויב זענען דא שרייבער דערוועגן, זענען זיי דאך אליינס אינטרעסירט דערין... נישט אזוי?
נאך אלעם איז דער אשכול געפארן מיט שאלות ותשובות. איז דאך משמע (פון רש"י) אז ס'זענען פאראן אינטרעסירטע.
אבער זעלבסטפארשטענדליך, מוזט נישט ליינען אויב דיך אינטרעסירט עס נישט.
איך זיך צו אנטלויפן פון קופקעס וואס מ'רעדט שטותים, פיינעלי טרעף איך א קאווע שטיבל. און אלל אף עי סאדען, די נערישע פלוידעריי איז הער.
בקיצור?
וואס איז די שורש החטא?
קאווע טרינקעראיך זיך צו אנטלויפן פון קופקעס וואס מ'רעדט שטותים, פיינעלי טרעף איך א קאווע שטיבל. און אלל אף עי סאדען, די נערישע פלוידעריי איז הער.
דאן אפשר קען מען אריינפירן אין צימעס.
לויט ווי עס קוקט אויס:
די גבאים ואנשים חשובים גייען אריבער צום עלסטן קיין בני-ברק (וועלכער איז געווען אביסל מרוחק פונעם טאטע'ן)
רוב פונעם המון עם, גייען צום צווייטן קיין אשדוד (וועלכער דארף זיך יעצט פריש בויען)
די פאליטיקאנטן, גייען צום דריטן קיין ירושלים, א וויכטיגע פונקט לחסידי שומרי אמונים (ער באקומט אויך רוב פון די חפצים פונעם בעל שומרי אמונים)
בקיצור: יעדער איינער באקומט עפעס א מעלה מיט עפעס א חסרון פון די חסידות.
ווער גייט קיין בית-שמש, צום זוהן וואס זיצט אין תפיסה?
מורינו הרבלויט ווי עס קוקט אויס:
די גבאים ואנשים חשובים גייען אריבער צום עלסטן קיין בני-ברק (וועלכער איז געווען אביסל מרוחק פונעם טאטע'ן)
רוב פונעם המון עם, גייען צום צווייטן קיין אשדוד (וועלכער דארף זיך יעצט פריש בויען)
די פאליטיקאנטן, גייען צום דריטן קיין ירושלים, א וויכטיגע פונקט לחסידי שומרי אמונים (ער באקומט אויך רוב פון די חפצים פונעם בעל שומרי אמונים)
בקיצור: יעדער איינער באקומט עפעס א מעלה מיט עפעס א חסרון פון די חסידות.
ווער גייט קיין בית-שמש, צום זוהן וואס זיצט אין תפיסה?
נחום ראזענבערג
ווי איך האב געהערט זענען די טעכטער עפעס שוואכע סחורה
שעפטלווי איך האב געהערט זענען די טעכטער עפעס שוואכע סחורה
און?
סתם ?
שוואכער כלפי שומרי אמונים קען נאך אלץ מיינען פרומער ווי בעלזא.
דבורה מבסוטון
איז די איינציגסטע טאכטער וואס האט חתונה געהאט (צו כ"ק אדמו"ר מזוויעל מעזיבוז שליט"א מבוסטון) שלא ברשות אביה
דער טאטע פלעגט זאגן אז ער מאכט נישט חתונה די קינדער פאר ער זעהט נישט דעם טאטן זיינעם
און ביי די יונגערע האט ער שוין נישט געזען
ע"כ נשארו רווקים ולא משום חסרון בכשרותם ח"ו
ובסוד קדושים מי יעמוד
ער האט צוויי אלטע מיידליך אידערהיים מיט ווייסע צעפ קיינמאהל נישט חתונה געהאט ווייל ער האט נישט געזעהן דעם טאטען און די שורש נשמה האט נישט געשטומט
זיי זענען למעשה געבליבען מיט רוב בנינים צוזאמען מיט'ן אייניקיל אהרעלע גלדציילר
דבורה מבוסטון איז נישט די איינציגסטע טאכטער ער האט אן איידים ראחוב אבי
און סאמבור רבי אהרלע הנ"ל טאטע מיט וועם דער אלטער האט זיך צוקריגט צוגענומען די קינדער און פארשיקט די טאכטער און איידעם
וכל מי שיכול להאריך תע"ב
און וואס איז מיט דעם זוהן דעם צדיק הדור, וואס האט געיושב'ט פאר נישט קושן די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר...?! ער איז אויכעט געווארן א מגורש פון מאנסי, ווייל ער האט נישט רעפארטעד דעם פאקט אז ער האטציך איינמאל נישט געוואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...!
און אונז קעלבלעך דארפן זיך שטופן צו כאפן שיריים פון זיינע ידיו הטהורות. און עסן די שיירי המאכלים מפה קדשו...!
אינטערסאנט קיינער באמערקט נישט אז איז דא נאך א איידעם
דער דעעשער רבי פין בני ברק שליט"א
גראדע א חשובע איד
סקרןער האט צוויי אלטע מיידליך אידערהיים מיט ווייסע צעפ קיינמאהל נישט חתונה געהאט ווייל ער האט נישט געזעהן דעם טאטען און די שורש נשמה האט נישט געשטומט
זיי זענען למעשה געבליבען מיט רוב בנינים צוזאמען מיט'ן אייניקיל אהרעלע גלדציילר
דבורה מבוסטון איז נישט די איינציגסטע טאכטער ער האט אן איידים ראחוב אבי
און סאמבור רבי אהרלע הנ"ל טאטע מיט וועם דער אלטער האט זיך צוקריגט צוגענומען די קינדער און פארשיקט די טאכטער און איידעם
וכל מי שיכול להאריך תע"ב
געלדצעהלער האט גארנישט באקומען, ער איז נאר גוט מיט זיינע צוויי מומעס וויבאלד ער איז א גרוש. זיי האבן איהם געבויעט א ישיבה אויף די ליידיגע לאט אויף רחוב שומרי אמונים. ער פירט שבת'דיגע סעודות ביי די מומעס אינדערהיים ווי אסאך חסידישע מירער בחורים קומען דארטן עסן. זיי זענען צוקריגט מיט אלע ברידער איינע מער איינער ווייניגער וועגן די ירושה וואס זיי האבן געלייגט א האנט. מיט זייער שכן די ירושלימער רבי איז דא קריגערייען יעדע שטיק צייט יעדער שיקט זייערע בחורים אויפן שלאכט. זיי האבן א קליידער געשעפט אין גאולה וואס ווערט וואנדיליזירט יעדער שני וחמישי על ידי הצד שכנגד. זיי בויען יעצט jerusalem sky קאמלעקס נעבן ישיבת מיר.
התם ומתמם עם תמימיםאינטערסאנט קיינער באמערקט נישט אז איז דא נאך א איידעם
דער דעעשער רבי פין בני ברק שליט"א
גראדע א חשובע איד
טאקע א חשוב'ע איד.
ער איז אויך געווען ביטערליך צוקריגט מיט זיין [שווערע] שווער.
צאצאי ר' אברהם חיים מבערעגסאס - שומרי אמונים זצ"ל
בניו:
אדמו"ר רפאל אהרן שליט"א בני ברק
אדמו"ר גדלי' משה שליט"א אשדוד (חתן אדמו"ר מראחוב זצ"ל)
אדמו"ר שלמה שליט"א ירושלים (חתן אדמו"ר מהאלמין שליט"א)
אדמו"ר יעקב יצחק שליט"א קרית-גת (חתן אדמו"ר מזידיטשויב-ב"ש-ב"פ שליט"א)
בנותיו:
אשת אדמו"ר יצחק מעכיל פאנעט מדעעש ב"ב שליט"א
אשת אדמו"ר דוד צ.ש. הורונצ'יק מראדושיץ ב"ש זצ"ל
אשת אדמו"ר אורי געלצעהלער מסאמבור שליט"א
אשת אדמו"ר ישראל שטערן מנעשכיז אשדוד זצ"ל
אשת אדמו"ר יצחק אהרן קארף מזועהיל-מעזשבוזש [באסטאן] שליט"א
ברכה
סימא
שימצאו בעזהשי"ת זיווגם בקרוב
וועלעכע איז געווען גוט מיט'ן אלטען און ווער איז געווען צוקריגט?