☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לבוש; א חסידישע אבסעסיע

לבוש; א חסידישע אבסעסיע

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15999

דיכטער » זונטאג מערץ 26, 2023 7:05 am

· #519639
לבוש; א חסידישע אבסעסיע
שלא שינו את לבושם.
לבוש - קליידונג, נעמט א גרויסן אויבן-אן אין דעם אידישן קאלטור און לעבנסשטייגער. מען איז אייביג פארנומען וועלכע קליידער אנצוטון און וואס עס פאסט און פאסט נישט סיי אין מענער שול אין איבערהויפט אין ווייבער שול.

אונז זענען געוואוינט צו טראכטן אז דאס איז פון אייביג אן געווען דער גרויסע יחוס פון א איד קעגן זיינע נידעריגע גוי'שע שכנים צווישן וועלכע ער האט געלעבט.
אין איינע פון די זכותים וואס אין זיי זענען די אידן אין מצרים אויסגעלייזט געווארן איז אנגעבליך טאקע צוליב לא שינו את לבושם.

דער שאלה וואס איך וויל דא ארויפברענגען איז: איז עס טאקע אזוי?

אריינקוקענדיג אין די מקורות - אין די פסוקים אין תנ"ך און שפעטער אין חז"ל זעט מען נישט אז עס איז איז געלייגט געווארן א דגש אויף די קליידונג.
פארקערט גאר, איידער די אידן זענען ארויס פון מצרים ווערן זיי פארבעטן צו "בארגן" פון זייערע גוי'שע שכנים קליידער. איך פארשטיי אז עס זענען דא כל מיני תורות אז דאס איז נישט געווען פאר זיי צו אנטון אבער אין המקרא יוצא מדי פשוטו און פשוט פשט קוקט אויס אז די אידן האבן געהאט א קנאפע פראבלעם זיך צו קליידן מיט די גוי'שע קליידער.

דאס איז אמאל זיכער אז די אידן זענען אייביג געגאנגען מיט קליידער וועלכע זענען געווען די אנגענומענע סטאנדארט אינעם גוי'שן גאס וואו זיי האבן געוואוינט.
די אידן אין מצרים זענען אויף קיין פאל נישט געגאנגען מיט קיין ירושלימ'יע קאפוטעס און העכסט ווארשיינליך אויך נישט מיט קיין סאמעטע היטן. זיי זענען געגאנגען אזוי ווי עס איז געווען אנגענומען צו גיין צווישן די לאקאלע איינוואוינער.

עס איז זייער קלאהר אז אידן אין אלע פארשידענע פלעצער און לענדער וואו זיי האבן געוואוינט, האבן זיך געהאט געקליידעט לויט די סטייל און שניט פון די לאקאלע פאלק.
די אידן אין תימן זענען געגאנגען אנגעטון מיט טראגעס וועלכע דייטן אן זייערע אפשטאם צווישן די אראבער און אונזערע רעקליך און היטן זענען א דיירעקטע רעזולטאט פון אונזערע היסטאריע אין מזרח אייראפע.
קוקענדיג אויף בילדער פון ציגיינער אין מזרח אייראפע פארן קריג קען זיך שיעור נישט דארכטן אז עס האנדלט זיך דא פון חסידישע, סלאווישע אידן.

איז אויב אזוי, וואס איז פארט דער "שלא שינו את לבושם" יחוס?

אין מיין געדאנק וואלט דער תשובה געווען אז די אידן האבן זיך געהאלטן צו א העכערע סאטנדארט אין לבוש און נישט געגאנגען ווי די פראסטע צווישן די גוים, נאר זיך געהאלטן צו די עלעגאנטע און נאבעלע סטייל פון זיך קליידן.
דאס מיינט אז לויט די סטאנדארטן און סטיילס אינעהאלב א געמיינדע אין וועלכע די אידן וואוינען, אזוי וועלן זיך די סטאנדארטן און סטיילס ווענדן און טוישן ביי די אידן און די אידן וועלן אייביג זיכער מאכן צו גיין לויט די נאבעלע סטאנדארט און דאס אליין איז שלא שינו את לבושם.

נישט אומזינסט זענען נישט דא אין הלכה קיין שום קלאהרע און ספעציפישע אנווייזונגען אויף לבוש און צניעות, וויאזוי זיך צו קליידן און וועלכע קליידער צו אנטון. פשוט ווייל עס איז גענצליך געוואנדן און אפהענגיג אין די לאקאלע קאלטור און נאציאנאלע לעבנסטשייגער.

נאכן דאס אויסקלארן וויל איך פארשטיין וואס איז דער געגייעכטס אין גאס מיט א קאפעליטש און רעקל און נאך דערצי מיט א פארמאכטן גארטל, כאילו מען זוכט יעצט דעם צענטן אויף מנחה, וואס איז דאס? פאר וועם מאכסטו דאס? איז דאס מער צניעות'דיג ווי גיין אנגעטון מיט נארמאלע, רואיגע קליידער וואס איז אנגענומען אינעם גוי'שן לייפסטייל?

אין דער זעלביגע איז געזאגט געווארן אויף די ווייבערישע געקליידעכטס. אין די אראבישע לענדער איז געווען העכסט אנגענומען צו גיין בארפיסיג אויפן גאס און אלס תוצאה זענען די אידישע פרויען אויך אזוי געגאנגען, ווידעראם אין אייראפע זענען געווען אנדערע סטאנדארטן.

און יעצט אז מיר וואוינען אין מערב-לענדער, איז געקומען דער צייט זיך צו אדאפטירן צו זייערע שניט און לייפסטייל און נישט זיין געבונדן מיט פארמאכטע אויגן צו אונזערע אור אלטע לעבנסשטייגער פונעם אומרעלעוואנטן פארגאנגענהייט וואס איז זייער באליבט, טייער און געשעצט אבער האט פארט נישט וואס זיך אריינצומישן אין אונזערע טאג-טעגליכע התנהגות אין אונזערע לעבן.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מערץ 26, 2023 8:52 am

· #519640
דאס איז אמאל זיכער אז די חסידישע קרייזען האבן עס געמאכט פאר א עיקר למען הפארטיי אדער מיט דעם מיינען זיי אז מען וועט בלייבען געטריי צו די רעזשים און ח"ו נישט בוגד זיין, ס’איז א געוויסע מעטאד וויאזוי מען האלט דעם חסיד [שוטה] אין די ראמען פון די חסידות...

בנוגע דעם שלא שינו את לבושם קענסטו זעהן וואס די בני תורה האבן באהאנדעלט דא

די באטטע"ם ליי"ן [עיין תשובת האגרות משה] אז דאס איז זיכער נישט תורת משה!!! און נישט דאס מיינט אידישקייט

און טאקע גוט אז @דיכטער האט ארויף געברענגט דעם נושא אויפן אויבערפלאך איצטער פאר פסח ווען מען צאלט אזויפיל געלט פאר מלבושים..

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 10:08 am

· #519645
דיכטער
איז אויב אזוי, וואס איז פארט דער "שלא שינו את לבושם" יחוס?

אין מיין געדאנק וואלט דער תשובה געווען אז די אידן האבן זיך געהאלטן צו א העכערע סאטנדארט אין לבוש און נישט געגאנגען ווי די פראסטע צווישן די גוים, נאר זיך געהאלטן צו די עלעגאנטע און נאבעלע סטייל פון זיך קליידן.
דער שלא שינו וועט מיינען זיי זענען אייבג געגאנגען מיט א הויעכע סאטנדארט און זענען געבליבען מיט דעם הויעכע סאטנדארט ???

און וואס איז דער גרויסער יחוס פין דעם הויעכע סאטנדארט?
זעט אויס דאס דער מצריאישע שכן פין וועם דער איד האט געבראגט האט אויך נאר געהאט פין דעם הויעכע סאטנדארט

דיכטער » זונטאג מערץ 26, 2023 10:13 am

· #519646
Re: לבוש; א חסידישע אבסעסיע
#הקטן: נו, איז וואס זאגסטו? האסט אן אנדערע מהלך?

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 10:13 am

· #519647
שמחהלע קאפשטיק
די באטטע"ם ליי"ן [ע"י תשובת האגרות משה] אז דאס איז זיכער נישט תורת משה!!! און נישט דאס מיינט אידישקייט
ער הארגעט עס אפ מיט ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות.
וואס קוועטשט אים?

בכלל רעדט ער נאר פין "שם" נישט פין "לבוש" - אפשר איז אים די ערקתא דמסאני געשטאנען אין וועג

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 10:25 am

· #519649
דיכטער
#הקטן: נו, איז וואס זאגסטו? האסט אן אנדערע מהלך?
איך בין נישט קלאר, און גמרא איז דא מערערע בגדים וואס איז נישט געמאכט פאר א בן או בת ישראל
פעלער וואס תצא בלא כתיבה אדער לבוש וואס מען איז מחייב אויף מסירת נפש דאס נישט אנצוטין

אויך גלייב אויך דאס די פאקטן זענען נישט אויף דיין זייט
מען האט יא אין אלע, אדער רוב, דורת געקענט אנמערקען א חילוק און קליידאנג צווישען א איד און א גוי
דארט וואו נישט איז דאס געווען אן עקסעפשען און נישט די ראל

דיכטער » זונטאג מערץ 26, 2023 10:35 am

· #519651
Re: לבוש; א חסידישע אבסעסיע
דאס אז מען האט געקענט זען א חילוק צווישן א איד און א גוי אנבאלאנגט זייערע קליידונג, איז נישט קיין שום סתירה צו דער הנחה אז די אידישע קליידנג האט זיך געענדערט און געטוישט אין איינקלאנג מיט די סטאנדארטן וואס זענען געווען אנגענומען אינעם פלאץ וואו זיי האבן זיך געפונען.

ערליכע אידן זענען פון אייביג אן, געגאנגען מער איידל רואיג און נישט מיט אפפאלאנדע קליידונג, אבער דאך האבן זיך אין חאלב נישט געדרייט קיין שיך און זאקן און אין פעז האבן נישט קרוסירט קיין רעזשוואלקעס.

די הלכות אין צניעות איז גענצליך געוואנדן אין מנהג המקום.

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 10:45 am

· #519652
דיכטער
דאס אז מען האט געקענט זען א חילוק צווישן א איד און א גוי אנבאלאנגט זייערע קליידונג, איז נישט קיין שום סתירה צו דער הנחה אז די אידישע קליידנג האט זיך געענדערט און געטוישט אין איינקלאנג מיט די סטאנדארטן וואס זענען געווען אנגענומען אינעם פלאץ וואו זיי האבן זיך געפונען.

ערליכע אידן זענען פון אייביג אן, געגאנגען מער איידל רואיג און נישט מיט אפפאלאנדע קליידונג, אבער דאך האבן זיך אין חאלב נישט געדרייט קיין שיך און זאקן און אין פעז האבן נישט קרוסירט קיין רעזשוואלקעס.

די הלכות אין צניעות איז גענצליך געוואנדן אין מנהג המקום.
ביזט גערעכט דאס די מנהג המקום האט געהאט אן השפעה
אבער וואס שטערט דיך דאס מען דריידט זיך מיט שיך און זאקן און מען קרוסירט מיט רעזשוואלקעס?!?
אין אמעריקע איז דער מנהג המקום דאס א יעדער קען גיין וואו אזוי אים שמעקט...

דיכטער » זונטאג מערץ 26, 2023 10:49 am

· #519654
Re: לבוש; א חסידישע אבסעסיע
הקטן
אין אמעריקע איז דער מנהג המקום דאס א יעדער קען גיין וואו אזוי אים שמעקט...
[emoji106]

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מערץ 26, 2023 10:53 am

· #519656
דיכטער
הקטן
אין אמעריקע איז דער מנהג המקום דאס א יעדער קען גיין וואו אזוי אים שמעקט...
[emoji106]
אבער ווילאנג ס’שמעקט איהם און נישט ווייל ס’שמעקט אזוי פאר זיין פארטיי / עלטערן וכו’...

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 11:02 am

· #519658
שמחהלע קאפשטיק
דיכטער
הקטן
אין אמעריקע איז דער מנהג המקום דאס א יעדער קען גיין וואו אזוי אים שמעקט...
[emoji106]
אבער ווילאנג ס’שמעקט איהם און נישט ווייל ס’שמעקט אזוי פאר זיין פארטיי / עלטערן וכו’...
עט די ענד אף די דעי טוט א יעדער לויט וואס איהם שמעקט
א מענטש איז מחליט אויב וויל ער ארבעטן און IBM מיז ער גיין מיט א סאט און טיי
אויב וויל ער געפעלען פאר זיין סביבה מיז ער זיך צישטעלן צי די קאלטערעל נארמס

אויב זיין מאמע און שוויגער האבן ליעב געגראזעלטע פאות און איהם איז וויכטיג זיי געפעלן פאר וואט עווער ריזען...


איך ווייס איך האב דא אריין געטרעטען און א נעץ פין פיילן, און קען אריין גיין באריכות אבער איך בין נישט אין די מאד און וועל דאס לאזען אזוי

פונדאַמענטאַל » זונטאג מערץ 26, 2023 12:08 pm

· #519664
Re: לבוש; א חסידישע אבסעסיע
שלא שינו את לבושם זאגט נישט גארנישט אויף די סטאנדארט פונעם לבוש, בלויז דאס אז 'לא שינו'. דערפאר איז עס נישט קיין מקור אויף חסידישע לבוש, אדער אויף צניעות (-כנהוג בבתי חינוך הבנות להשתמש בזה כמקור לצניעות). לדעתי איז דאס פון די ערשטע מקורות צו די מושג פון 'לאומיות', די אידן אין מצרים זענען געווען בשפל המדרגה און זייערע קליידער זענען נישט געווען בעסער, די מעלה פון לא שינו את לבושם איז אז זיין האבן אנגעהאלטן זייער אייגענע קולטור מיט זייערע אייגענע סטיל און שפראך.

דיכטער » זונטאג מערץ 26, 2023 12:26 pm

· #519670
דאס איז בערך וואס ר' משה פיינשטיין ז"ל וויל ארויסברענגען אין דעם בריוו וואס @שמחלע קאפשטיק האט צוגעברענגט.
לויט דעם וואלט איך געדארפט ארויסנעמען די ווערטער מיט וואס איך האב אנגעהויבן דעם אשכול.
איך האב זיך געוואלט באציען צו דער נאכאנאנדע אבסעסיע און איבעריגע טראסק וואס די חסידישע האבן געמאכט פון דעם לבוש.

פנחסבןאלעזר » זונטאג מערץ 26, 2023 12:52 pm

· #519676
עס האט נישט מיט חסידים, עס האט מיט חרדים. די סיבה איז געווען ווען די וועלט איז געווארען קלוגער, ביי דער ענלייטענמענט, און אידן זענען געווארן משכילים, און נאך בערך פינף און זיבעציג יאר איז געבוירן רעפארם אין דייטשלאנד. האבן די אידן אין פוילן אונגארן רוסלאנד געשטעלט א ווידערשטאנד אויף יעדע זאך פון ניי (חדש) און אלעס איז געווארן אסור. פוצן די ציין, נעמען שויערס (טוש) מיט זייף והמסתעף. בכלל זה, זענען געווארן אלע אלטע מלבושים הייליג. דער יעב"ץ אין זיין סידור האקט שוין אויף די נייע מלבושים, דאס איז ווייל בזמנו האט זיך אנגהויבן דער טיילונג פון חרדים מיט משכילים.

מתבודד » זונטאג מערץ 26, 2023 1:11 pm

· #519677
א גרויס חלק פון די טראסק וואס די (ארגינעלע) חסידים האבן געמאכט אויף די ענין פון לבוש, איז לכא' פארבינדן מיט ענינים ע"פ קבלה, לדוגמא אז די בגד עליון איז א אור מקיף וכו' און כ"ש ביי בגדי שבת. פארשטייט זיך אז וואס א דור שפעטער האט מען עס געטראגן א שטאפל ווייטער...

עכ"פ אויב איינער האט כהיום הזה א פראבלעם צו גיין מיט באקוועמע סניקערס זאל ער מוחל זיין גיין צו א דאקטער. אדער קען ער קומען צו מיר, כ'על אים די חולאת עוקר מן השורוש זיין.

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 26, 2023 1:19 pm

· #519680
שמחהלע קאפשטיק
דיכטער
הקטן
אין אמעריקע איז דער מנהג המקום דאס א יעדער קען גיין וואו אזוי אים שמעקט...
[emoji106]
אבער ווילאנג ס’שמעקט איהם און נישט ווייל ס’שמעקט אזוי פאר זיין פארטיי / עלטערן וכו’...
און אזוי לאנג ווי ס'שמעקט נישט פאר מענטשן ארום.. מייניך אין די זומער..

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 1:42 pm

· #519682
פנחסבןאלעזר
עס האט נישט מיט חסידים, עס האט מיט חרדים. די סיבה איז געווען ווען די וועלט איז געווארען קלוגער, ביי דער ענלייטענמענט, און אידן זענען געווארן משכילים, און נאך בערך פינף און זיבעציג יאר איז געבוירן רעפארם אין דייטשלאנד. האבן די אידן אין פוילן אונגארן רוסלאנד געשטעלט א ווידערשטאנד אויף יעדע זאך פון ניי (חדש) און אלעס איז געווארן אסור. פוצן די ציין, נעמען שויערס (טוש) מיט זייף והמסתעף. בכלל זה, זענען געווארן אלע אלטע מלבושים הייליג. דער יעב"ץ אין זיין סידור האקט שוין אויף די נייע מלבושים, דאס איז ווייל בזמנו האט זיך אנגהויבן דער טיילונג פון חרדים מיט משכילים.
איך מיין די משכילים זענען געווען די ערשטע וואס האבן געמאכט גאר א גרויסער עסק פין לבוש, אויף אזוי ווייט דאס זיי האבן געפוילט ביי די רוסען זאלן צווינגען די אידען צו טוישן די לבוש
זיי האבן שטארק געהאלטן דאס "לבוש" matters

שוויון זכויות איז נאר געווען א קאווער סטארי

יאסל ראקאווער » זונטאג מערץ 26, 2023 3:43 pm

· #519689
איך מיין מ'קען טייטשען שלא שינו את לבושם אז זיי האבן זיך געהאלטן מיט שיינע קליידער אין נישט געפאלן אין מאראל און זיך נאכגעלאזט ווי שלעפערס און קנעכט. אזוי ווי די גמרא זאגט; רבי יוחנן יוחנן קרי למאני מכבדותא. קליידער מאכן א מענטש און זיי האבן זיך נישט אנגעטון ווי כאלאגאנעס ווייל זיי זענען געווען קנעכט נאר זיך אנגעטון שיין און צוזאם גענומען. ער"פ ווען זיי זענען נישט געווען אויף די זשאב סייט.

אזוי ווי אונז טייטש מיר שלא שינו את לשונם, אז זיי האבן נישט גערעדט פראסט און פוסט.

איידעלע אריסטאקראטישע קנעכט.

יאסל ראקאווער » זונטאג מערץ 26, 2023 3:47 pm

· #519690
איך מיין אז היינטיגע לבוש איז א סימבאל פון אונזער אפגעזונדערטע לעבנס שטייגער אן קיין טראפ שכל און מחשבה. דאס טייטש די שיטה פון די ישועות משה, "דהיינו שוואנצונעס".

א רעקל וואס איז נישט קיין רעקל נאר א רעקל וואס מאכט זיכער די גוי ווייסט אונז זעמיר אפגעזונדערט און שוואנצוניש. א מחיצה רעקל. פון די hips אראפ הענגט א מחיצה אויף אונזער רעקלעך.

קומט אויס פונקט פארקערט ווי איך טייטש "שלא שינוי את לבושם".

אז מ'רעדט שוין, אפשר קען מען טייטשן שלא שינו את שמם אז זיי האבן אויך געהאלטן זייער נאציאנאלע אינדענטיטעט. מזרע אברהם יצחק ויעקב. בני ישראל. להוציא פון כביכול מעקסיקאנער וואס ווערן פולע אמעריקאנע. זיי האבן זיך געהאלטן ווי די כינעזישע, מיט זייער אינדענטיטעט.

הקטן » זונטאג מערץ 26, 2023 5:07 pm

· #519693
יאסל ראקאווער
איך מיין אז היינטיגע לבוש איז א סימבאל פון אונזער אפגעזונדערטע לעבענס שטייגער...

א רעקל וואס איז נישט קיין רעקל נאר א רעקל וואס מאכט זיכער די גוי ווייסט אונז זעמער אפגעזונדערט...
אפשר האט דאס מיט וואס שטייט אין ילק"ש (פ' בלק רמז תשסה): "הן עם לבדד ישכון מובדלין הן מן העו"א בכל דבר בלבושיהן ובמאכלן ובגופיהן ובפתחיהן"

יאסל ראקאווער » זונטאג מערץ 26, 2023 11:08 pm

· #519724
מ'דארף נישט אנטון א זאק אויפן קאפ אדער גיין אן שיך צו זיין אנדערש. א קאפל איז גענוג מקיים צו זיין די מדרש.

א לאנגע רעקל איז א רבנישע קלייד און מאדנע בעיני הבריות פונקט ווי -להבדיל בין אלף אלפי הבדלות, בין טומאה לטהרה-, א מוסלעמענע ראק אדער א שופט/גלח'ישע שווארצע robe. ס'איז נישט קיין ציוויל קליידונג און ס'איז א עונש חמור צו באצווינגען די מאסן דערמיט.

כפתור » זונטאג מערץ 26, 2023 11:40 pm

· #519728
איינער פון מיינע רביס פלעגט נאכזאגן פון איינעם אז דתן ואבירם זענען געגאנגען אנגעטאן מיט ווייסע בעקיטשעס.
מוז זיין אז מ'איז אמאל יא געגאנגען אנגעטוען ווי אדמו"רים

קהל'ס נער » מאנטאג מערץ 27, 2023 12:04 am

· #519735
איך טייטש אזוי, שלא שינוי את לבושם, מען האט זיך נישט משנה געוועהן מיט די לבוש, מען איז געווען אמת'דיג מיטן לבוש, דהיינו די רייסער איז געגאנגען מיט א טישירט, די פענסי מענטש איז געגאנגען מיט א צילינדער און א נעקטיי, די היפי איז געגאנגען מיטן בלויזען גאטשע וכו'

קימט אריין א חאניאקישער יונגערמאן אין G&G און הייבט אן שימפפן אויף די היינטיגע יונגעלייט אז זיי ליגען אין שטותים אזא בעקיטשע אזי בעקיטשע, אזוי שטייט ער און זיכט די מאוסט יאנטשי בעקיטשע וואס איז נאר פארהאנען אזוי נאך 20 מינוט זיכן קימט אריין א רייסער, "האלאו דו, געמיר די לעיטעסט סטייל בעקיטשע מיט די פיר קנעפלעך אויפן בעקיטשע גארטל" אזוי נאך פינף מינוט גייט ער ארויס מיט א בעקיטשע, און דער ווייל אונזער חאניאק איז נאך פארנימען זיכן א בעקיטשע פון די 1980'ס, ווייל ער ליגט דאך נישט אין קיין בעקיטשעס...........

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 27, 2023 1:19 pm

· #519776

מאנטריאל » דינסטאג מערץ 28, 2023 2:22 am

· #519829
איינער זאל אריינקומען קלאר וויאזוי אונזערע זיידעס זענען געגאנגען, וועלכע מין העמד, וועלכע שיך, sas איז אפשר אויך געווען, ווער ווייסט וועלכע מין הוט? און צו א עמך חסידישע איד איז געגאנגען מיט א שטריימל? עס איז א ברייטע נושא, מאכטס עס קלאר.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יולי 9, 2024 4:17 am

· #567646
Re: לבוש; א חסידישע אבסעסיע
איך פארשטיי נישט פונקטליך:
כ’האב היינט ארוםגעדרייווט אין די קעטסקיל מאונטענס אין נ.י. האב איך באמערק ווי היבש אידישע פארפעלקער שפאצירן אינאיינעם אויף די שטראזען בין ההרים אונטער די שווערע היצן אומשטענדן, אבער ביי אלע פעלער האב איך באמערקט ווי דער מאן גייט מיט’ן הוט און צוגעמאכטען רעקל [אדער מיט’ן זומער בעקיטשע כאלאט],
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין צו וואס [אין די העלל - תרתי משמע] ברויכט דער מאן גיין אזוי אנגעטוהן בשעת’ן גיין אויפ’ן גאס???
* שידוכים?
* די טלית קטן איז פארפלעקט?
* ווייל ס’איז א ניניען צו שוויצען לצורך מצווה אלס כפרת עוונות?

ילמדינו רבינו...

yesiknow » דינסטאג יולי 9, 2024 7:40 am

· #567651
Re: לבוש; א חסידישע אבסעסיע
זיין אשת חיל קען זיין בעט (באצווינגט) אים, אדער ער וויל זיך אהערשטעלן ווי עפעס א פרומער פאר איר. אידער וועי, איטס עי ביג "קאווער אפ" תרתי משמע.

אין זשענערעל איז די מעיל זשענדער אפילו ביי גוים מער אנגעטהון ווי די פימעיל, קיינמאל נישט פארשטאנען די סיבה, אפשר שוויצן זיי שנעלער? האב איך נישט וועם צו פרעגן.