☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15992

Man City » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 9:01 am

· #519477
מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א
בארא פארק - א איד וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן, זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן. בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע. דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.

ששון ושמחה » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 9:47 am

· #519478
בארא פארק - א איד
וואס איז זיין נאמען?
וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד
וועלכע טאג איז געווען די חתונה?
האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן
וועלכע מחלה?
זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן
פארוואס?
בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע.
האט דער רבי מסביר געווען פארוואס?
דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
דאס מיינט אז ער איז נעבעך געווען ביי זיין קינד'ס חתונה מיינענדיג אז ער האט א שווערע מחלה וואס אויב דער רבי וואלט אים געהייסן מאכן נאך א טעסט פאר די חתונה וואלט מען דאס שוין געוואוסט נאך פאר די חתונה.

שערי יושר » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 10:00 am

· #519481
Man City
בארא פארק - א איד וועלכער האט געהאלטן בעפארן חתונה מאכן א קינד האט זיך אינעם יום החופה ערוועקט מיט שווערע יסורים, און זיין דאקטאר האט אים דיאגנאזירט מיט א ערנסטע מחלה אויף די נירן, זאגנדיג אז ער מוז זיך באלד אפערירן. בצר לו האט ער אנגערופן צו זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכער האט אים געהייסן פארלאזן דעם שפיטאל און ארויסגיין צו די חתונה, טראץ די הפצרות פון די דאקטוירים אז מען מוז תיכף מאכן די אפעראציע. דעם קומענדיגן טאג ווען ער איז צוריק געקומען צום דאקטאר צוליב די נאכאנאנדע ווייטאגן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נעכטיגע טעסט'ס זענען געווען בטעות יסודם און עס איז באמת געווען נאר א קלייניגקייט אויף וועלכע ער האט בלויז געדארפט אריבערגיין א מינימאלע באהאנדלונג.
מן הסתם האט ער עס גע'פועל'ט מיט א ניגון...

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:01 pm

· #519485
[ציטאט אראפגענומען]
ווענדט זיך וועלכע שפיטאל, אבער ס'איז מעגליך.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 12:48 pm

· #519487
מען דארף זיך נישט ארויסגליטשען, מען קען זיך ארויס סיינען AMA

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 2:14 pm

· #519488
אויב די 45 רבי האט דאס טאקע געטון ממש ווי די לייגסט עס אראפ איז ער אפשר נידון ווי א רוצח בפה. א מפתה אויף רציחה.

דאס אז ס'איז אים געלונגען די מופת (אויב אלעס איז אמת ווי די לייגסט עס אראפ) גייט אריין אין חישוב לעשות עבירה רציחה וואס איז א ערענסטע חטא.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 2:21 pm

· #519491
איך וואנדער מיר צו @Man City האט געשריבן די מעשה צו מרבה זיין כבוד לבית באבוב-45, אדער ער האט געוואוסט וויאזוי מען גייט עס מקבל זיין אין אונזער הייליגע שטיבל, און ער האט פשוט געוואלט מרבה זיין לצנות לבית באבוב-45.

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:20 pm

· #519493
יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.

Man City » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 6:23 pm

· #519505
יעקב מעקסוועל
איך וואנדער מיר צו @Man City האט געשריבן די מעשה צו מרבה זיין כבוד לבית באבוב-45, אדער ער האט געוואוסט וויאזוי מען גייט עס מקבל זיין אין אונזער הייליגע שטיבל, און ער האט פשוט געוואלט מרבה זיין לצנות לבית באבוב-45.
מרבה זיין כבוד.

דיכטער » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 6:35 pm

· #519508
Re: מופת פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א
איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע צוויי צענט.

איינער איז ארויף געקומען דא מיט א מעשה איבער א איד וואס האט זיך שיעור נישט אפערירט אומזונסט און נאר ווייל זיין רבי האט איהם אויפגעהאלטן פון גיין אונטערן מעסער, האט ער זיך דאס פארשפָּארט.

דאס איז דער מעשה? שטומט?

יעצט. אזוי ווי דא איז דאך קאווע שטיבל און נישט קיין 'אנדערע וועלט' קען מען דער מעשה אפירלייגן אונטערן אפעראציע בעטל אנשטאט דעם אינגערמאן און אנהייבן צו אנאליזירן וואס דא האט זיך אפגעשפילט.

ברם. אבער, צו וואס דארף מען אוועק מאכן, שפעטן, און אפלאכן דער מעשה? דאס איז דאך אויך נישט קיין חכמה און העדר חכמה הא'מער שוין איבערגעלאזט פאר אנדערע וד"ל.

און צום מעשה.

דער רבי האט איהם געזאגט אז ער זאל גיין צום חתונה. מיט וועלכע רעכטן האט דער רבי דאס איהם געראטן? טאמער האט דער רבי רוח הקודש פארוואס האט דער רבי נישט קלאהר איהם געזאגט די סיבה פאר זיין באשלוס, נעמליך, אז ער האט בסך הכל א קליין געזונט פראבלעם? ואם תמצא לומר אז דער רבי האט אליין נישט געוויסט, דאן פון וואו נעמט ער דער היתר איהם צו געבן עצות וואס זענען אין קעגנזאץ מיט די דאקטוירים?

און בכלל וואס איז דאס א מופת? עס איז באשערט פאר איינער די עגמת־נפש זיך צו דארפן ספראווען מיטן פחד אז ער ליידט פון עפעס ביטער און ווערן אפערירט פאר גארנישט און פלוצלונג קומט זיך אן א רבי און פארדרייט דער גאנצע פלאן. און טאמער ווילסטו זאגן אז עס איז נישט געווען באשערט פאר דעם מענטש צו דארפן דורכגיין אלע פחדים איז פארוואס האבן די דאקטוירים צוערשט געמיינט אז עס איז אן ערנסטע פראבלעם?

וואס וואלט געשען ווען נישט דער רבי הייסט איהם זיך אויסלאכן? וואלט ער דאך אדורך דעם גאנצן פרשה און נישט אפילו געוויסט אז ער האט זיך אפערירט לָרִיק, ער וואלט אפילו אפשר געמאכט א סעודת הודאה אז ער איז אויסגעהיילט געווארן און ניטאמאל געוויסט אז אלעס איז געווען צוליב א גרייז.

און איין ווארט, איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן אז מען קען אנאליזירן די מעשיות אויף א ראציאנאלישן אופן און אזוי ארום אפשר קליגער ווערן דורך דעם, אנשטאט זאגן wow און נתפעל ווערן, לויט ווי די וואס זענען מפרסם דער מעשה ווילן אז עס זאל אויף אונז ווירקן.

סקעפטיקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 6:43 pm

· #519509
איך גלייב אז די מעשה אין איר אריגיאנעלע צורה וואלט געווען זייער פארשטענדליך, מ'האט נאר אראפגענומען/צוגעלייגט/געטוישט פרטים עס צו מאכן אויסקוקן ווי א מיסטעריעזע מופת

איך גלייב נישט אז אדמו"ר מבאבוב 45 האט out of the blue געזאגט פאר איינעם זיך נישט צו אפערירן, קיין איין נארמאלע מענשט טוט נישט היינט אזאנס. מסתם זענען געווען צדדים און די רבי האט אים אזוי מייעץ געווען אדער עפעס כעין זה

אמאהלגעקעננט » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 7:33 pm

· #519513
Sounds like Kidney stones נאר דער דאקטאר האט געװאלט מאכן דעם procedure און צום סוף איז עס ארױס לפע״ד

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 8:38 pm

· #519519
ליימדארפער
יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.
ליימדארפער: ווער זאגט דיר אז ער (די רבי שליט"א) ארבעט נישט אויף דעם.

ווען מיין זון האט געלערנט ביי איהם אין ישיבה האט ער זיך אייביג נאכגעפרעגט אויף זיין מצב. ממש ביי א יעדע געלגעגנהייט. האט זיך די רבי נאכגעפרעגט אויב ער איז שוין געווארן א חתן. ער האט אויך אנגעטראגן צו העלפן מיט שידוכים...!

ביטע הערטס אויף מיט די ליצנות און די קרומע פשט'לעך.

מ'דארף דאנקען דעם באשעפער אז ס'זענען נאך פארהאן ערליכע אידן וולכע האבן אמת'דיג אהבת ישראל. שמח בשמחת חבירו ומצטער בצערו (ח"ו).

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 8:49 pm

· #519520
פארקערט, איך זאג ער זאל נאר ממשיך זיין צו ווייזן וואונדער, ווייל די באן פון שידוכים איז זייער זייער שטייט.

[הגם איך וואונדער מיך דערויף, און איך פרעג אזוי.
מ'שטופט שידוכים - און מ'וויינט ס'גייט נישט; איינמאל ס'ווערן חתנים, וויינט מען ס'נישטא קיין געלט, קיין זאלן. ס'ווערן יונגעלייט, וויינט מען ס'נישטא קיין דירות פאר ביליג, ס'נישטא קיין קינדער, און בוני עולם, און צרכי העיר, און דאס און יענץ... אין די צייט וואס א אלטע בחור ווארט פינעף יאר, האט ער געשפארט אסטראנאמישע סכומים און דאגות פון אזויפיל אזויגערופענע עסקנים... חחחחחחחחח]

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 24, 2023 2:08 am

· #519560
איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 24, 2023 8:17 am

· #519569
berlbalaguleh
איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!
און איך קען איינער וואס מאכט נישט קידוש פרייטיג צו נאכטס ווילאנג ער האט נישט מסיים געווען דעם רבינס לעצט-וואכיגע תורה; און ער מאכט טאקע נישט קיין קידוש...

אגרות צפון » פרייטאג מערץ 24, 2023 11:16 am

· #519579
ליימדארפער
יעצט זאל ער מאכן א מופת, און אלע בחורים זאלן חתנים ווערן.
אדער אז אלע בחורים זאלן ווערן אנגענומען אין ישיבה

פערינא » פרייטאג מערץ 24, 2023 1:54 pm

· #519595
באבוב-45 קען ניצען א מופת אז זייערע מנהלים אין די חדרים זאלן באקומען שכל, הייליגע רבי, חנני מאתך חכמה בינה ודעת

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 24, 2023 2:17 pm

· #519598
ליימדארפער
berlbalaguleh
איינער וואס לעבט מיט זיינע עלטערן ביז ער גייט אין מושב זקנים שפארט זיך נאך א סאך מער. איך האב געקענט אזא איינעם...!
און איך קען איינער וואס מאכט נישט קידוש פרייטיג צו נאכטס ווילאנג ער האט נישט מסיים געווען דעם רבינס לעצט-וואכיגע תורה; און ער מאכט טאקע נישט קיין קידוש...
ליימדארפער: און איך קען איינעם וואס מאכט נישט קיין הבדלה אויך. ער טוט נישט נאך א סאך אנדערע זאכן. און וואס ער טוט יא. פון דעם לאמיר בעסער נישט רעדן...!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 24, 2023 2:23 pm

· #519599
דיכטער: און אויב דו רעדסט פון אנאליזירן (דעם רבינ'ס "מופת") ראציאנאל. קענמען זאגן זייער פשוט. די רבי האט איהם געהייסן גיין נעמען א "סעקאנד אפיניאן". א זאך וואס א יעדער מענטש פארשטייט און איז מסכים מיט דעם. און אזוי ווי אין א סאך פעלער, ווייזט די סעקאנד אפיניאן אדער טעסט אז די ערשטע דיאגנאז איז געווען בטעות יסודו. דאס איז מעשים בכל יום. און קיינער פרעגט נישט קיין קשיות. אדער מ'בויעט אויף גאנצע בניינים. צי ערנסט אדער סארקאסטיש...!

פנחסבןאלעזר » מוצ"ש מערץ 25, 2023 10:17 pm

· #519622
דער מעשה איז נישט אמת. נישטא קיין מחלה אויף דער נירען וואס פאדערט א באלדיגע אפעראציע. בפרט איינער וואס קומט אריין דער ערשטער מאל מיט שמערצן.

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 8, 2023 11:50 pm

· #520865
די מעשה באשריבן אינעם פאפולערן גליון 'אן אוצר', אינעם נומער וואס איז נארוואס ארויס לקראת פסח תשפ"ג, באזאלצן מיט מער 'פרטים'...
📎 Screenshot_20230408-234658_Drive.jpg

שלג זהב » זונטאג אפריל 9, 2023 3:40 am

· #520876
דיכטער
איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע צוויי צענט.

איינער איז ארויף געקומען דא מיט א מעשה איבער א איד וואס האט זיך שיעור נישט אפערירט אומזונסט און נאר ווייל זיין רבי האט איהם אויפגעהאלטן פון גיין אונטערן מעסער, האט ער זיך דאס פארשפָּארט.

דאס איז דער מעשה? שטומט?

יעצט. אזוי ווי דא איז דאך קאווע שטיבל און נישט קיין 'אנדערע וועלט' קען מען דער מעשה אפירלייגן אונטערן אפעראציע בעטל אנשטאט דעם אינגערמאן און אנהייבן צו אנאליזירן וואס דא האט זיך אפגעשפילט.

ברם. אבער, צו וואס דארף מען אוועק מאכן, שפעטן, און אפלאכן דער מעשה? דאס איז דאך אויך נישט קיין חכמה און העדר חכמה הא'מער שוין איבערגעלאזט פאר אנדערע וד"ל.

און צום מעשה.

דער רבי האט איהם געזאגט אז ער זאל גיין צום חתונה. מיט וועלכע רעכטן האט דער רבי דאס איהם געראטן? טאמער האט דער רבי רוח הקודש פארוואס האט דער רבי נישט קלאהר איהם געזאגט די סיבה פאר זיין באשלוס, נעמליך, אז ער האט בסך הכל א קליין געזונט פראבלעם? ואם תמצא לומר אז דער רבי האט אליין נישט געוויסט, דאן פון וואו נעמט ער דער היתר איהם צו געבן עצות וואס זענען אין קעגנזאץ מיט די דאקטוירים?

און בכלל וואס איז דאס א מופת? עס איז באשערט פאר איינער די עגמת־נפש זיך צו דארפן ספראווען מיטן פחד אז ער ליידט פון עפעס ביטער און ווערן אפערירט פאר גארנישט און פלוצלונג קומט זיך אן א רבי און פארדרייט דער גאנצע פלאן. און טאמער ווילסטו זאגן אז עס איז נישט געווען באשערט פאר דעם מענטש צו דארפן דורכגיין אלע פחדים איז פארוואס האבן די דאקטוירים צוערשט געמיינט אז עס איז אן ערנסטע פראבלעם?

וואס וואלט געשען ווען נישט דער רבי הייסט איהם זיך אויסלאכן? וואלט ער דאך אדורך דעם גאנצן פרשה און נישט אפילו געוויסט אז ער האט זיך אפערירט לָרִיק, ער וואלט אפילו אפשר געמאכט א סעודת הודאה אז ער איז אויסגעהיילט געווארן און ניטאמאל געוויסט אז אלעס איז געווען צוליב א גרייז.

און איין ווארט, איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן אז מען קען אנאליזירן די מעשיות אויף א ראציאנאלישן אופן און אזוי ארום אפשר קליגער ווערן דורך דעם, אנשטאט זאגן wow און נתפעל ווערן, לויט ווי די וואס זענען מפרסם דער מעשה ווילן אז עס זאל אויף אונז ווירקן.
שטארקע פוינטס ארויסגעברענגט לגבי די באגלייבטקייט פון די מופת און אלע אנדערע אזויגערופענע מופתים.

איך וויל דא אריינהאקן מיט א הערה בעלמא, דאכט זיך איך האב עס נאכגעהערט שטיין פונעם דגל מחנה אפרים, אז אנדערש ווי מען האט אונז איינגערעדט אלס קינד אז א צדיק זעהט אלעס און ווייסט אלעס, איז רוה"ק מער א געפיל אין א בחינה פון לבי אומר לי אדער א פליטת פה וואס כאפט זיך ארויס, נישט אז דער צדיק האט באמת געזעהן, נאר א סארט סייעתא דשמיא אריינגעשיקט פון הימל.

מען פארציילט אויפן ראפשיצער אז נאכן דברי חיים'ס פטירה איז ארויסגעקומען א ביכל פון מופתים, האט ער געזאגט אז דאס זענען פון די וואס זענען געלונגען, און אז מען קען ארויסגעבן פינעף בענדער פון מופתים וואס זענען נישט מקויים געווארן. יעדער פארשטייט אליין אז מיט אזא סוקסעס רעיט גייט מען נישט קעגן א דאקטער, נאר עס איז גענוג גוט ווען א חסיד שטייט אמאל אין א דילעמא וכו', צו גיין הערן ראט פון זיין צדיק.

(דיסקלעימער, סיי די פונקטליכע ווערטער פונעם דגל (?) און סיי די מעשה אויפן דברי חיים איז אראפגעשריבן פון זכרון ארויס, איך בין נישט גוט מיטן געדענקען דיטעילס, ווער עס וויל קען אריינקומען מיט די פונקטליכע פרטים).

משה זעקעל » זונטאג אפריל 9, 2023 5:07 am

· #520878
געהערט א שמועה דעם יו"ט אז די רבי אליין קען ניצן די אייגענע מופתים פאר זיך.

יין שרף » זונטאג אפריל 9, 2023 10:53 am

· #520884
משה זעקעל
געהערט א שמועה דעם יו"ט אז די רבי אליין קען ניצן די אייגענע מופתים פאר זיך.
אין חבוש מתיר עצמו

פאלגזאם » זונטאג אפריל 9, 2023 1:09 pm

· #520896
משה זעקעל
געהערט א שמועה דעם יו"ט אז די רבי אליין קען ניצן די אייגענע מופתים פאר זיך.
דהיינו?

שושן פורים » זונטאג אפריל 9, 2023 1:09 pm

· #520897
שלג זהב
דיכטער
איך וויל פרעגן רשות פארצולייגן מיינע צוויי צענט.

...........

(דיסקלעימער, סיי די פונקטליכע ווערטער פונעם דגל (?) און סיי די מעשה אויפן דברי חיים איז אראפגעשריבן פון זכרון ארויס, איך בין נישט גוט מיטן געדענקען דיטעילס, ווער עס וויל קען אריינקומען מיט די פונקטליכע פרטים).
דעם דגל קען איך נישט אבער די מעשה מיטן צאנזע רב איז געווען מיט זיין זוהן ר' ברוך פון גארליץ וואס האט ווי די לעגענדעס פארציילן נישט געקענט פארטראגן קיין שקר (דער ראפשיץ'ע רב איז אוועק אין יאר תקפ"ז און דער צאנז'ע רב איז אוועק תרל"ו)

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 9, 2023 1:29 pm

· #520899
יין שרף
מען דארף זיך נישט ארויסגליטשען, מען קען זיך ארויס סיינען AMA
אויב מען גליטשט זיך אויס איז דא מער אפפערטוניטי פאר נאך א מופת..