☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » Shmooz AI

Shmooz AI

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15990

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מערץ 22, 2023 11:12 pm

· #519429
Shmooz AI
איך האב נישט צופיל אינפארמאציע איבער דעם, דאס הייסט איך בין נישט באקאנט ווער עס איז די אייגענטומער, ווי אלט דאס איז און אויב דאס איז דער ערשטע אזא סארט פלאטפארמע. אבער פאלגנט איז וואס איך ווייס יא.

היינט איז געווען עדווערטייזט אויף "אביסל סטעטוס" אן AI ווערסיע (אזוי-צו-זאגן) וועלכע לויפט אויף וואטסעפפ. פארשטייט זיך מען האט זאפארט געדרוקט דעם לינק קנעפל און אנגעהויבן דרייען א קאפ פאר דעם AI, אזויווי עס פאסט זיך פאר א נייגעריגן איד.

י Shmooz AI לויפט אויף וואטסעפפ, דאס הייסט אנשטאט אן עפפ פאר זיך אזויווי chatgbt שרייבט מען זיך מיט אן אטאמאטישן וואטסעפפ עקאונט. ווי איך פארשטיי האט עס אסאך סארט AI מעגליכקייטן, אנגעהויבן פון שמעוסן, פרעגן גוגל סארט פראגעס, בעטן קאמפליצירטע פאעמעס און ארטיקלען, און אויך בילדער. איך בין נישט זיכער אויב עס קען פראדוצירן בילדער, אדער בלויז ברענגען בילדער פונעם אינטערנעט.

אויך האט עס אן אפציע אז מען קען לאזן "וואויס נאוטס" און עס "ריפלייט" דערויף. דאס האב איך נאכנישט פראבירט, אבער עס ווענדט זיך מן הסתם ווי קלאר מען רעדט און ווי קלאר עס ווערט רעקארדירט.

דאס ביסל וואס איך האב דאס פרובירט טוט דאס גאר א פיינעם ארבייט!

אנהויב איז עס פריי פון אפצאל, דערנאך $9.99 א חודש. (שוין געסווייפט מיין קארטל)


ווער עס ווייסט מער איז געבעטן.

@שאלתיאל איך האף אז איך כאפ אייך נישט אויס, אויב יא און די קומסט מיט א דעטאלירטן שאלתיאל סטייל ארטיקל, דאן וועל איך מאכן א ריקצוג און פארמעקן מיינס.

https://wa.me/message/KXW7TINAKYNMP1

שאלתיאל » פרייטאג מערץ 24, 2023 9:14 am

· #519572
@צוזאמגעדרייט אדרבה! כ'האב נישט קיין בעלות אויפן נושא און כ'טרעף נישט ידי ורגלי אין די פלייץ פון AI נייעס, כ'וועל זיך פרייען מיט יעדער ארטיקל איבער דעם.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 26, 2023 8:42 pm

· #519711
איך בין בכלל א קנאפער ידען אין טעכנאלאגיע. כ'בין זיכער אז מהר"א קר"י והגלילות ווען ער האט געהאקט אויף טעכנאלאגיע האט מיך געמיינט.

נאר איך זעה אז ס'טוט זיך לעצטנס איבער עי. איי. (ארטיפישל אינטעלידזשענס) ווי נוצליך ס'איז. און ווי קרוב ס'איז צו דעת בני אדם? איז מיר בייגעפאללן א געדאנק וואו עי. איי. וואלט שטארק צו ניץ געקומען.

למשל איך באקום (ווערבאל) טעקסט מעסידזשעס. ספעציעל אין מיין קאר.. נאר די מעסעדזשעס קומען אריין מורא'דיג צוהאקט צומאל איז עס אזוי קאמיש אז ס'ברענגט צו שמייכלען פון די אמעראצעס פון די גוי'אישע פראגראמירער. למשל ווען זיי אנאונסן א שלום זכר. זאגן זיי שאללעם זאאטשער. פאר ביהמ"ד זאגן זיי בי.עיטש.עם. די. (מיט די ראשי תיבות). פאר מנחה זאגן זיי מינטשאא. אויב מ'זאלל קענען האבן א פראגראם וואס זאלל פאררעכטן די אלע ווערטער אויף ריין לשה"ק אדער אידיש. אדער להבדיל אין אנדערע פעלער, ווען דער אנאונסער רעדט ווגן א מאווי פון די נאצי דייטשלאנד תקופה, זאגן זיי ארויס די דייטשע ווערטער אזוי פארגרייזט אז ס'קומט פשוט צו לאכן. ווען מ'זאלל קענען נוצן עי. איי. אויף ארויסצוברענגען א ריינע שפראך וואלט ממש געווען א ברכה...!

וואס זאגן אונזערע גרויסע עקספערטן איבער אזא מעגליכקייט. ס'וואלט זיך אויך גוט פארקויפט. (לפענ"ד).

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:38 am

· #522571
AI איז א גוגל מיט אביסל מער ערלויבעניש צי עקזיקוטן וואס דע ניצער פארלאנגט. אפט מאל וועט דיך עס זאגן אז ער האט נישט דע קעיפעביליטי צי טוהן וואס א מענטש קען. אויב דו פרעגסט עפעס וועגן פאליטיק איז ער אזוי פארווה נישט אפילי מעגליך צי באקומען א ענטפער אויף ״ווער לויפט פאר פרעזידענט״
אויב AI גייט אנהייבן האבן מענטשליכע געפילן זענען אינז אלע אין דער ערד….

שעפטאל » דינסטאג אפריל 25, 2023 7:28 pm

· #522709
כ'בין זיכער די עולם ווייסט פון chat gpt 4
https://openai.com/product/gpt-4
ס'איז דא אויך בחנם'דיגע ווערסיע, די סיסטעם'ס ידיעות פון אינטערנעט איז אפגעהאקט פון 2021

קענסט אהים בעהטען צו פאבריצירען א מעשה די מהלך און מוח המעשה זאל זיין על דרך פלוני די שרייבער, די נוסח המעשה - ע"ד אלמוני, ער זאל באשאפען אין די מעשה פאר יעדע מענטש א אייגענארטיגער מחודש'דיגע כאראקטער
כ'האב עם געבעהטן אויפצומאכען א נאוועל איבער די גולם פון פראג, אלעס האט געשטומט, ס'דערמאנט די מהר"ל, די תלמידים, און דערציילט אפי' פון אויפגעמאכטע פראבלעמען וואס די גולם ווערטשאפט אהן

מרדכי מרדכי » מיטוואך אפריל 26, 2023 7:14 pm

· #522848
שעפטאל
כ'בין זיכער די עולם ווייסט פון chat gpt 4
https://openai.com/product/gpt-4
ס'איז דא אויך בחנם'דיגע ווערסיע, די סיסטעם'ס ידיעות פון אינטערנעט איז אפגעהאקט פון 2021

קענסט אהים בעהטען צו פאבריצירען א מעשה די מהלך און מוח המעשה זאל זיין על דרך פלוני די שרייבער, די נוסח המעשה - ע"ד אלמוני, ער זאל באשאפען אין די מעשה פאר יעדע מענטש א אייגענארטיגער מחודש'דיגע כאראקטער
כ'האב עם געבעהטן אויפצומאכען א נאוועל איבער די גולם פון פראג, אלעס האט געשטומט, ס'דערמאנט די מהר"ל, די תלמידים, און דערציילט אפי' פון אויפגעמאכטע פראבלעמען וואס די גולם ווערטשאפט אהן
שנעל אהער מיטן pdf

שעפטאל » מיטוואך אפריל 26, 2023 10:55 pm

· #522897
פראביר עס אליין און האב הנאה 😃

שטרומפ » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:03 am

· #522961
Re: Shmooz AI
זעהט אויס אז אידיש פארשטייט ער נישט. כ'פרעד אים צו ער פארשטייט ענטפערט ער יא. נאך דעם וואס איך שרייב אים אין אידיש ענטפער ער אין עברית אז ער האט נישט פארשטאנען מיין פראגע.

שעפטאל » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:13 pm

· #523029
גערעכט.
אבער ווען ער איז מחליט צו ענטפערן אין ענגליש, רעד ער אמאל יא צום זאך

כ'האב זיי געבעהטען פאר א גוט שטיקל לשון הרע
זיי האבן גענטפערט: לשון הרע טאר מען נישט רעדן!!