☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » די שטוב פון קאפי'ן

די שטוב פון קאפי'ן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15973

דיכטער » זונטאג מערץ 19, 2023 12:29 pm

· #518950
די שטוב פון קאפי'ן
געווען פאריאגט
קיין מוט פארמאגט
די גייסט צוטראגט
וויל נאך האפן

א גארטן קיל
ביימער פיל
ווארעמע געפיל
געטראפן

א קאווע הייס
אן איבער-רייס
פונעם פלייס
צוגעלאפן

א פילע הויפן
צו עסן און זויפן
זיך איינצוקויפן
גוטע שטאפן

שטרענגלעך טרויבן
צו קלויבן
און אויסלויבן
פילאזאפן

אונטערן פארהאנג
א פארלאנג
די געדאנק
איז אפן

שרייבן און ליינען
וויסן און מיינען
קערן און ריינען
בלאפן

הייסע געפעכטן
לינקע און רעכטן
היינטיגע און נעכטן
טוהן קאפן

דאס הארץ דערקוויק
א לייק שיק
זאל וויסן דער ניק
און חיזוק שאפן

דער טיר ברייט
די הערצער גרייט
אריין מען גייט
צו "דער שטוב פון קאפי'ן"

הרב שיף » מיטוואך מערץ 22, 2023 10:20 am

· #519313
זייער קיוט. און זייער א גוטע ריטם.