☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?

פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15963

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:39 pm

· #516962
פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?
שוין יארן וואס איך וואונדער מיר פארוואס מענטשן אין אר"י האבן בדרך כלל א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער, בפרט מענער. איינער וויייסט די סיבה?

שעפטאל » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:40 pm

· #516963
אינטערעסאנט, קיינמאל נישט געטראכט דערפון 😞 😞

מי ימצא » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:44 pm

· #516964
לגבי האנט שריפטן, בין איך א שטארקע גלייבער אין גראפאלאגיע.
איך האב עס באמערקט, אז די איזרעילי, האבן מער א קליינע און מצומצם'דיגע שריפט. די ניו יארקע, האבן מער, א גרויסע און צופלויגענע שריפט. סווייזט מער אויף די פירסענאליטי פון די קולטור'ס.

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:55 pm

· #516965
לאמיר אנפאנגן מיט דעם אז די עצם גלייבן און זיין ביזי מיט גראפאלוגיע איז אויך א ישראל'ישע טרענד און קולטור...
איך וואלט נישט אנגערופן די ישרא'לישע שריפט 'מצומצם' נאר ענדערש 'מסודר', ווייניג אמעריקאנער האבן אזא קאנסיסטענט און שארף-מסודרדיגע שריפט ווי די ישראלים. דאס קומט לכאו' פון דעם אז דארט האבן מענטשן שטערקערע מוחות און זייערע קעפ זענען נישט אנגעפילט מיט קרעפ.
#גרפולוגיה...

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:00 pm

· #516966
איך וואלט געענטפערט אסאך פראסטער, אמעריקאנער שרייבן אסאך ענגליש מילא איז די יודישע שריפט נישט אזוי אויסגעארבעט ווי די ישראלישע וואס שאייבן נאר העברעיש.

מי ימצא » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:02 pm

· #516967
קהל'ס נער
איך וואלט געענטפערט אסאך פראסטער, אמעריקאנער שרייבן אסאך ענגליש מילא איז די יודישע שריפט נישט אזוי אויסגעארבעט ווי די ישראלישע וואס שאייבן נאר העברעיש.
נישט פונקט, סאיז דא גענוג וואס שרייבן כמעט נאר אידיש אין לשון קודש.

אבער סאיז א פוינט. 💡

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:04 pm

· #516968
קהל'ס נער
איך וואלט געענטפערט אסאך פראסטער, אמעריקאנער שרייבן אסאך ענגליש מילא איז די יודישע שריפט נישט אזוי אויסגעארבעט ווי די ישראלישע וואס שאייבן נאר העברעיש.
איך רעד דאך פון היימישע אינגעלייט, גאט זאל אפהיטן וויאזוי זייער ענגלישע שריפט קוקט אויס... עכ''פ די מאמע לשון אין שריפט איז ביי רובא דרובא אידיש/לשוה"ק.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2023 7:19 pm

· #518626
מתבודד
קהל'ס נער
איך וואלט געענטפערט אסאך פראסטער, אמעריקאנער שרייבן אסאך ענגליש מילא איז די יודישע שריפט נישט אזוי אויסגעארבעט ווי די ישראלישע וואס שאייבן נאר העברעיש.
איך רעד דאך פון היימישע אינגעלייט, גאט זאל אפהיטן וויאזוי זייער ענגלישע שריפט קוקט אויס... עכ''פ די מאמע לשון אין שריפט איז ביי רובא דרובא אידיש/לשוה"ק.
מתבודד: דער פראבלעם איז, (לפענ"ד)אז מ'לערנט נישט שרייבן און אידיש גראמאטיק אין די חדרים. מעגליך אז דאס האט אויך צו טון מיט די פאלשע פרומקייט וואס פאררוקטע ליידיגגייערס זענען אויפגעקומען חדשים לבקרים. מעגליך ס'איז סתם נאכלעסיגקייט.

די עלטערן וואלטן געמעגט פארלאנגען ביי די הנהלת הת"ת אז מ'זאלל לערנען שרייבן און רעדן אידיש מיט די ריכטיגע גראמאטיק...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:05 am

· #518712
berlbalaguleh

פארוואס דארף מען קענען שרייבן אידיש? ווען קומט דאס צינוץ חוץ פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אדער אייוועלט?

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:56 am

· #518718
שמעון וואלף

זייט כיתה ז' ווען אינז האבן אויפגעהערט לערנען שרייבן יודיש (שיינשרייבן בלע"ז) האב איך קיינמאל נישט געשריבן קיין יודיש ביז א יאר צוריק ווען כ'בין ארויף דא אויף קאווע שטיבל..........

תרמב » פרייטאג מערץ 17, 2023 9:23 am

· #518804
שמעון וואלף
berlbalaguleh
מתבודד
קהל'ס נער
איך וואלט געענטפערט אסאך פראסטער, אמעריקאנער שרייבן אסאך ענגליש מילא איז די יודישע שריפט נישט אזוי אויסגעארבעט ווי די ישראלישע וואס שאייבן נאר העברעיש.
איך רעד דאך פון היימישע אינגעלייט, גאט זאל אפהיטן וויאזוי זייער ענגלישע שריפט קוקט אויס... עכ''פ די מאמע לשון אין שריפט איז ביי רובא דרובא אידיש/לשוה"ק.
מתבודד: דער פראבלעם איז, (לפענ"ד)אז מ'לערנט נישט שרייבן און אידיש גראמאטיק אין די חדרים. מעגליך אז דאס האט אויך צו טון מיט די פאלשע פרומקייט וואס פאררוקטע ליידיגגייערס זענען אויפגעקומען חדשים לבקרים. מעגליך ס'איז סתם נאכלעסיגקייט.

די עלטערן וואלטן געמעגט פארלאנגען ביי די הנהלת הת"ת אז מ'זאלל לערנען שרייבן און רעדן אידיש מיט די ריכטיגע גראמאטיק...!
פארוואס דארף מען קענען שרייבן אידיש? ווען קומט דאס צינוץ חוץ פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אדער אייוועלט?
שרייבן אויף קאווע שטיבל איז עפעס א קלייניקייט? ס'איז נישט גענוג סיבה צו קענען שרייבן ווי א נארמאלע מענטש?

די פראבלעם איז נישט דווקא אז מ'קען נישט קיין אידיש, אז יענער קען גוט שרייבן ענגליש אדער עברית איז איין זאך, די פראבלעם איז אז רוב היימישע אינגעלייט קענען נישט קיין איין שפראך געהעריג ספעלן, יעדע געשריבענע סענטענס וואס זיי דארפן שרייבן איז א אפקומעניש, א מזל אז ס'איז דא א זאך ווי וואויס נאוטס אויף וואטסעפפ, איך האב געזעהן לעצטנס סטעטוס פון א געוויסע אינטערטעינער, זיין ספעלינג איז געווען א פחד צוצוקוקן, איך שפיר אז ער פארשעמט די אינטעליגעציע פון זיינע סטאטוס צוקוקער, מ'זאגט אז ווען ס'פעלט פאר א מענטש א גוטע וואקאבאלערי האט ער באגרעניצונגען ווייל ער קען זיך נישט געהעריג אויסדרוקן, ס'קומט אויס אז א גרויסער עולם זענען אנאלפאבעטן, סארי אז ס'קומט ארויס אזוי שארף, ווילסט נישט אויסלערנען ענגליש פאר די קינדער לערן זיי כאטש אידיש, עפעס א שפראך זאלן זיי האבן.

סקעפטיקער » פרייטאג מערץ 17, 2023 3:07 pm

· #518843
אויף וואס איז געבויט די הנחה אז אר"י אידן האבן א שענערע שריפט? מ'דארף מאכן א געהעריגע סטאדי אונטערצושטיצן אזא קלעים

מחצה''ק » פרייטאג מערץ 17, 2023 3:44 pm

· #518845
איך געניג מענטשן וואס האבן שיינע שריפטען אין אמעריקא....

טינט פען » פרייטאג מערץ 17, 2023 4:36 pm

· #518856
איך זעה נישט קיין חילוק דערין,

וואס יא, ליטווישע האבן א גענצליך אנדערע סארט שריפט ווי חסידישע, עפעס א לויזע קליינע שריפט, מען קען זעהן אויפן ערשטן בליק אויב דאס איז א ליטווישע שריפט, פארוואס איז דאס אזוי? ווייס איך נישט. אבער איך האב דאס שוין געוויזען פאר אסאך מענטשען.

מתבודד » פרייטאג מערץ 17, 2023 4:50 pm

· #518858
סקעפטיקער
אויף וואס איז געבויט די הנחה אז אר"י אידן האבן א שענערע שריפט? מ'דארף מאכן א געהעריגע סטאדי אונטערצושטיצן אזא קלעים
קען זיין מ'וואלט טאקע געדארפט מאכן א שטודיע, אבער נאכן זיך דרייען מיט ביידע - ארץ ישראל'דיגע און אמעריקאנע - זעט מיר אויס פשוט אז ישראלים האבן בדרך כלל א שענערע שריפט.
די גרינגסטע פלאץ עס צו באמערקן איז ביי הסכמות ומכתבים פון גדולים ורבנים וואס די כתב ביי אמעריקאנע איז צומאל א פחד אנצוקוקן...

בּליקער » פרייטאג מערץ 17, 2023 4:59 pm

· #518862
ביטע ברענגען עקזעמפלארן פון שריפטן צו באגרינדען די הנחות.

פאליטיקאנט » פרייטאג מערץ 17, 2023 5:19 pm

· #518865
Re: פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?
ווייל אונז שרייבן קיינמאל נישט, אונז טייפן... משא"כ אין א"י.

God Farbid » מוצ"ש מערץ 18, 2023 11:33 pm

· #518897
ווען קומט היינט אויס צו שרייבן חוץ א מצוה צעטל פאר א קינד? ס'איז א שאד צו אינוועסטירן דערין, אבער גראמאטיק און צו נוצן די ריכטיגע ווערטער זענען יא וויכטיגע זאכן.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 19, 2023 2:28 am

· #518922
תרמב
שמעון וואלף
berlbalaguleh
מתבודד
איך רעד דאך פון היימישע אינגעלייט, גאט זאל אפהיטן וויאזוי זייער ענגלישע שריפט קוקט אויס... עכ''פ די מאמע לשון אין שריפט איז ביי רובא דרובא אידיש/לשוה"ק.
מתבודד: דער פראבלעם איז, (לפענ"ד)אז מ'לערנט נישט שרייבן און אידיש גראמאטיק אין די חדרים. מעגליך אז דאס האט אויך צו טון מיט די פאלשע פרומקייט וואס פאררוקטע ליידיגגייערס זענען אויפגעקומען חדשים לבקרים. מעגליך ס'איז סתם נאכלעסיגקייט.

די עלטערן וואלטן געמעגט פארלאנגען ביי די הנהלת הת"ת אז מ'זאלל לערנען שרייבן און רעדן אידיש מיט די ריכטיגע גראמאטיק...!
פארוואס דארף מען קענען שרייבן אידיש? ווען קומט דאס צינוץ חוץ פון שרייבן אויף קאווע שטיבל אדער אייוועלט?
שרייבן אויף קאווע שטיבל איז עפעס א קלייניקייט? ס'איז נישט גענוג סיבה צו קענען שרייבן ווי א נארמאלע מענטש?

די פראבלעם איז נישט דווקא אז מ'קען נישט קיין אידיש, אז יענער קען גוט שרייבן ענגליש אדער עברית איז איין זאך, די פראבלעם איז אז רוב היימישע אינגעלייט קענען נישט קיין איין שפראך געהעריג ספעלן, יעדע געשריבענע סענטענס וואס זיי דארפן שרייבן איז א אפקומעניש, א מזל אז ס'איז דא א זאך ווי וואויס נאוטס אויף וואטסעפפ, איך האב געזעהן לעצטנס סטעטוס פון א געוויסע אינטערטעינער, זיין ספעלינג איז געווען א פחד צוצוקוקן, איך שפיר אז ער פארשעמט די אינטעליגעציע פון זיינע סטאטוס צוקוקער, מ'זאגט אז ווען ס'פעלט פאר א מענטש א גוטע וואקאבאלערי האט ער באגרעניצונגען ווייל ער קען זיך נישט געהעריג אויסדרוקן, ס'קומט אויס אז א גרויסער עולם זענען אנאלפאבעטן, סארי אז ס'קומט ארויס אזוי שארף, ווילסט נישט אויסלערנען ענגליש פאר די קינדער לערן זיי כאטש אידיש, עפעס א שפראך זאלן זיי האבן.
שרייבן אויף קאווע שטיבל איז טאקע בכלל נישט קיין קליינעקייט, אבער ליידער האבן די פירער פון די חרד'ישע מוסדות נאכנישט איינגעזעהן די נחיצות דערפון.

די שרייבסט א גוטע פאינט אז מ'דארף קענען שרייבן כאטש איין שפראך. אין די אמת איז אז טאמער ווייסט מען די כללים וויאזוי צו שרייבן אין אידיש, וועט די ענגליש געשרייבאכץ אויך זיין בעסער. די כללים זענען אסאך די זעלבע ביי ביידע שפראכן.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2023 4:03 am

· #518935
טינט פען
איך זעה נישט קיין חילוק דערין,

וואס יא, ליטווישע האבן א גענצליך אנדערע סארט שריפט ווי חסידישע, עפעס א לויזע קליינע שריפט, מען קען זעהן אויפן ערשטן בליק אויב דאס איז א ליטווישע שריפט, פארוואס איז דאס אזוי? ווייס איך נישט. אבער איך האב דאס שוין געוויזען פאר אסאך מענטשען.
ס'האט (מסתמא) צו טון מיט גראפאלאגיע/ (פסיכאלאגיע). די ליטווישע מוחות זענען מער מצומצם?... אזוי ווי ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען (אין די שמייכל אפטיילונג)... איינער האט געמאכט א טעסט איבער'ן פסוק אין מגילת אסתר...והעיר שושן.....א יעדער ליטווישער האט געענטפערט..."נבוכה"... און א יעדער חסיד'ישער האט געענטפערט ..."שמחה"...!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 19, 2023 7:10 am

· #518942
שמעון וואלף

שרייבן אויף קאווע שטיבל איז טאקע בכלל נישט קיין קליינעקייט, אבער ליידער האבן די פירער פון די חרד'ישע מוסדות נאכנישט איינגעזעהן די נחיצות דערפון.
😂

אייזיק » דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:38 pm

· #563098
Re: פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?
מען לערנט ‏פשוט זייער שוואך שרייבן אין ‏בכלל שפראך אלץ קינד אין חדר. אין ארץ ישראל לערנט מען דאס מער.
אגב טראכט איך אויך אז ‏חסידים אין ניו יארק קענען נישט טאנצן, אין דער וואס שפרינט אין די וועלט אריין מיינט אז ער איז גיט. קיק ווי שיין אידן אין ארץ ישראל טאנצן. עס איז אזא הערליכע זאך. איך האלט אז מען דארף דאס אויך לערנען.

ים רויבער » דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:56 pm

· #563103
Re: פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?
עס איז מסתמא צוליב די פאלגענדע:

1) אין א"י לערנט מען אויס שרייבען אויף עברית, ווידעראמאל ביי אונז כמעט וואס מען לערנט שרייבען מיט יודישע אותיות.
2) ענגליש נעמט אוועק א גרויס חלק פון שרייבען מיט יודישע אותיות.
3) די ישיבות אין א"י זענען בד"כ מער ערנסט, און די עולם דארט שרייבט מער חידושי תורה.

די קאמבינאציע מער לערנען זיך צו שרייבען, מער חזרה אין שרייבען, ברענגט רעזולטאטן, פונקט ווי אנדערע תחומים אין לעבן וואס עקספעריענס מאכן זאכן בעסער.

(איך גלייב אז די ליטוואקס ביי אונז אין אמעריקא, וואס שרייבען מער חידושי תורה האבן מסתמא אויך א שענערע שריפט.)

אחידוש » דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:48 pm

· #563116
Re: פארוואס האבן אידן אין א"י א שענערע שריפט ווי אמעריקאנער?
א שיינע שריפט קומט פון שרייבן אסאך
אין א"י שרייבט עברית ממילא איז עס שענער