☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » איז געווען נאך א "חברה מקיצי נרדמים"?

איז געווען נאך א "חברה מקיצי נרדמים"?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15962

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 16, 2023 10:09 pm

· #515761
איז געווען נאך א "חברה מקיצי נרדמים"?
האט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם חברה "מקיצי נרדמים? ס'דא א וויקיפעדיע בלאט איבער א חברה מיט'ן זעלבען נאמען אבער ס'שיינט צו זיין אינגאנצן אן אנדערן מציאות. אדער אפשר איז עס יא די זעלבע? ❓ וואס איז יא מאדנע איז ווי ער וויל מיט א מעשה אונז איבערצייגן נישט צו גלייבן קיין מעשיות... גיי פארשטיי...
📎 IMG-5828.jpg 📎 IMG-5827.jpg

נפה » מאנטאג יאנואר 16, 2023 10:35 pm

· #515763
עס איז דא זייער אסאך אלטע ספרים דוגמת ספרי הגאונים וואס זענען איבערגעדריקט געווארן דורך חברה מקיצי נרדמים

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 16, 2023 10:39 pm

· #515764
יא, אבער יענע חברה איז נישט געוועהן לאקירט אין ווארשע, ווי אויך זענען זיי מער געוועהן אויף די זייט פון די משכילים.

נפה » מאנטאג יאנואר 16, 2023 10:41 pm

· #515765
אמת הגם זיי האבן געניצט חכמים פון איבעראל אבער זיי האבן נישט געדריקט קיין מעשיות.
די שאלה איז וועמען ברענגסטו נאך? עס קען זיין יענער האט נאר געדענקט איין הוצאת ספרים...

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:28 am

· #516182
רביה''ק זי''ע
האט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם חברה "מקיצי נרדמים? ס'דא א וויקיפעדיע בלאט איבער א חברה מיט'ן זעלבען נאמען אבער ס'שיינט צו זיין אינגאנצן אן אנדערן מציאות. אדער אפשר איז עס יא די זעלבע? ❓ וואס איז יא מאדנע איז ווי ער וויל מיט א מעשה אונז איבערצייגן נישט צו גלייבן קיין מעשיות... גיי פארשטיי...
פון ווי איז דאס? עס דערמאנט פון יונה קרעפל, ער האט פארגעסן אז אויף מקיצי נרדמים דארף מען האקן פון די אנדערע זייט - משכילים

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 25, 2023 6:39 pm

· #516244
נפה
די שאלה איז וועמען ברענגסטו נאך?
סקעפטיקער
פון ווי איז דאס? עס דערמאנט פון יונה קרעפל
היכל הבעש"ט תשרי תשס"ח
📎 IMG-6145.jpg 📎 IMG-6144.jpg 📎 IMG-6143.jpg 📎 IMG-6142.jpg 📎 IMG-6141.jpg