☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » וואס איז פשט פון קלויזנבורגער הפצה?

וואס איז פשט פון קלויזנבורגער הפצה?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15960

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 14, 2023 7:16 am

· #518591
וואס איז פשט פון קלויזנבורגער הפצה?
וואס איז פשט און די מטרה אין די הפצה די לעצטע פאר יאר פונעם קלויזענבורגער רבי'ן זצ"ל? אין יעדע נייעס אימעיל קומט ער ארויף אויפן אויבן אן, פון שובבים תורות ביז פורים בכיות, ווער רעדט נאך פון די הייליגע טעג , ער איז ממש די סניגורן של ישראל.... ווער שטופט עס? ווער דארף עס? ווער הערט אויס די תורות?

בעל אחריות » דינסטאג מערץ 14, 2023 3:54 pm

· #518619
שמעקעדיג
וואס איז פשט און די מטרה אין די הפצה די לעצטע פאר יאר פונעם קלויזענבורגער רבי'ן זצ"ל? אין יעדע נייעס אימעיל קומט ער ארויף אויפן אויבן אן, פון שובבים תורות ביז פורים בכיות, ווער רעדט נאך פון די הייליגע טעג , ער איז ממש די סניגורן של ישראל.... ווער שטופט עס? ווער דארף עס? ווער הערט אויס די תורות?
איי פיעל יאר פעין...

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 14, 2023 7:05 pm

· #518625
בעל אחריות
שמעקעדיג
וואס איז פשט און די מטרה אין די הפצה די לעצטע פאר יאר פונעם קלויזענבורגער רבי'ן זצ"ל? אין יעדע נייעס אימעיל קומט ער ארויף אויפן אויבן אן, פון שובבים תורות ביז פורים בכיות, ווער רעדט נאך פון די הייליגע טעג , ער איז ממש די סניגורן של ישראל.... ווער שטופט עס? ווער דארף עס? ווער הערט אויס די תורות?
איי פיעל יאר פעין...
איך ווייס נישט פון וועלכע פעין דו רעדסט...
איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט

תפוח » דינסטאג מערץ 14, 2023 7:32 pm

· #518629
שמעקעדיג
בעל אחריות
שמעקעדיג
וואס איז פשט און די מטרה אין די הפצה די לעצטע פאר יאר פונעם קלויזענבורגער רבי'ן זצ"ל? אין יעדע נייעס אימעיל קומט ער ארויף אויפן אויבן אן, פון שובבים תורות ביז פורים בכיות, ווער רעדט נאך פון די הייליגע טעג , ער איז ממש די סניגורן של ישראל.... ווער שטופט עס? ווער דארף עס? ווער הערט אויס די תורות?
איי פיעל יאר פעין...
איך ווייס נישט פון וועלכע פעין דו רעדסט...
איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט
מיר האט עס גראדע אויך אויסגעזעהן ווי פעין און א טראפקעלע זלזול אינכם קלויזענבורגן רבי'ן זצ"ל (ער איז ממש... ווער דארף עס... ווער הערט עס ...). יכול להיות אז עס קומט פון פריער-באשטומטע בליק אויף דעם איד, ווארשיינליך פון אייער אינגערע יארן.

ולגופו של הקשיא, ס'איז דא א מיטל-יעריגע תורה וגדולה קלויזענבורגער איד אין וויליאמסבורג וואס האט זיך אינטערגענומען א מיסיע צו פארשפרייטן די אור פון זיין רבי'ן. ובפרט פאר אזעלכע אידן ווי אייך וואס אשר לא ידע את יוסף (ובפרט לויט די צווייטע פשט אויפן פסוק...).

ער שפענדט ריזיגע געלטער אויף די מיסיע און כפי ששמעתי איז די פידבעק עפעס אבנארמאל.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 14, 2023 8:40 pm

· #518634
איז לאמיר זיך קלאר מאכן. איך בין א גרויסער חסיד פון דעם קלויזענבורגער רבי'ן זצ"ל, אין האב שוין געלערנט זיינע ספרים און געהערט כמה פון זיינע טעיפס, און איך האלט ער איז געווען א קדוש וטהור.

אבער פארט מאכט מיר נערוועז ווען יעדע צווייטע אימעיל קומט מיט זיינע בילדער און תורות, עס שפירט זיך אביסל ווי די הפצה אין חב"ד... האב איך געוואלט פארשטיין די סיבה דערונטער. ייש"כ פאר'ן אויפקלערן.

קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 17, 2023 12:06 pm

· #518815
געהערט לעצטענסט זיין מגילה ליינען , ממש אן אש קודש , ער זאגט די מגילה און נאך יעדע פאר ווערטער זאגט ער אוי טאטע אוי טייערע טאטע למשל ער זאגט "ויאמר המן למלך אחשוורוש ישנו עם אחד" אוי טאטע אוי טייערע טאטע זייער אינטערסאנט. מיר קיקט אויס דעי מגילה ליינען ביי עים האט מסתמא גענימען צוויי שעה .

און יא איך האב מיך אויך געווינדערט וואס די הפצה איז

אמר אביי » פרייטאג מערץ 17, 2023 12:12 pm

· #518816
קאצקע ציקער
געהערט לעצטענסט זיין מגילה ליינען , ממש אן אש קודש , ער זאגט די מגילה און נאך יעדע פאר ווערטער זאגט ער אוי טאטע אוי טייערע טאטע למשל ער זאגט "ויאמר המן למלך אחשוורוש ישנו עם אחד" אוי טאטע אוי טייערע טאטע זייער אינטערסאנט. מיר קיקט אויס דעי מגילה ליינען ביי עים האט מסתמא גענימען צוויי שעה .

און יא איך האב מיך אויך געווינדערט וואס די הפצה איז
און סאקמער האט די מגילה ליינען אן די אוי טאטע גענימען 3 שעה

תפוח » פרייטאג מערץ 17, 2023 2:01 pm

· #518833
שמעקעדיג
איז לאמיר זיך קלאר מאכן. איך בין א גרויסער חסיד פון דעם קלויזענבורגער רבי'ן זצ"ל, אין האב שוין געלערנט זיינע ספרים און געהערט כמה פון זיינע טעיפס, און איך האלט ער איז געווען א קדוש וטהור.

אבער פארט מאכט מיר נערוועז ווען יעדע צווייטע אימעיל קומט מיט זיינע בילדער און תורות, עס שפירט זיך אביסל ווי די הפצה אין חב"ד... האב איך געוואלט פארשטיין די סיבה דערונטער. ייש"כ פאר'ן אויפקלערן.
שכוח פאר'ן אויסקלארן.

כ'פארשטיי פארוואס א מענטש קען ווערן נערוועז, אבער למעשה איז עס נישט כאילו דו באקומסט אימעילס צו געבן צדקה וכדומה, דאס מאכט נערוועז פי כמה.

תפוח » פרייטאג מערץ 17, 2023 2:03 pm

· #518834
קאצקע ציקער
געהערט לעצטענסט זיין מגילה ליינען , ממש אן אש קודש , ער זאגט די מגילה און נאך יעדע פאר ווערטער זאגט ער אוי טאטע אוי טייערע טאטע למשל ער זאגט "ויאמר המן למלך אחשוורוש ישנו עם אחד" אוי טאטע אוי טייערע טאטע זייער אינטערסאנט. מיר קיקט אויס דעי מגילה ליינען ביי עים האט מסתמא גענימען צוויי שעה .

און יא איך האב מיך אויך געווינדערט וואס די הפצה איז
מגילה ליינען האט געדויערט לענגער ווי צוויי שעה.

פאר נייגעריגקייט: וואלסטו געהערט די מגילה ליינען אהן די הפצה?

קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 17, 2023 2:05 pm

· #518835
תפוח
קאצקע ציקער
געהערט לעצטענסט זיין מגילה ליינען , ממש אן אש קודש , ער זאגט די מגילה און נאך יעדע פאר ווערטער זאגט ער אוי טאטע אוי טייערע טאטע למשל ער זאגט "ויאמר המן למלך אחשוורוש ישנו עם אחד" אוי טאטע אוי טייערע טאטע זייער אינטערסאנט. מיר קיקט אויס דעי מגילה ליינען ביי עים האט מסתמא גענימען צוויי שעה .

און יא איך האב מיך אויך געווינדערט וואס די הפצה איז
מגילה ליינען האט געדויערט לענגער ווי צוויי שעה.

פאר נייגעריגקייט: וואלסטו געהערט די מגילה ליינען אהן די הפצה?
ניין

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2023 4:44 am

· #518940
תפוח
קאצקע ציקער
געהערט לעצטענסט זיין מגילה ליינען , ממש אן אש קודש , ער זאגט די מגילה און נאך יעדע פאר ווערטער זאגט ער אוי טאטע אוי טייערע טאטע למשל ער זאגט "ויאמר המן למלך אחשוורוש ישנו עם אחד" אוי טאטע אוי טייערע טאטע זייער אינטערסאנט. מיר קיקט אויס דעי מגילה ליינען ביי עים האט מסתמא גענימען צוויי שעה .

און יא איך האב מיך אויך געווינדערט וואס די הפצה איז
מגילה ליינען האט געדויערט לענגער ווי צוויי שעה.

פאר נייגעריגקייט: וואלסטו געהערט די מגילה ליינען אהן די הפצה?
ניין: איך האב נישט קיין נערוון צו הערן א מגילה ליינען וואס דויערט דריי שעה. און אפילו צוויי שעה. פון דעם גרעסטן צדיק...!