סמבטיוןסאנטיאגא, בדרך כלל שרייבסטו דברים של טעם, אבער דא האסט געשריבן דברי שטות והבל, דו געדענקסט א א צייט וואס 5 ריזיגע בענק זענען געפאלן אין איין וואך מיט 70 פראצענט פון זייער שעיר וועליא און האלטן ביים ווערן ליקווידירט? בכלל זענען רוב בענק געפאלן מיט 20 פערצענט די לעצטע וואך, קוק עס נאך.
דאס איז למשל די רעזאלטאטן פון היינט אליין.
First Republic Bank - $FRC - 74%
Credit Suisse, $CS: -23%
PacWest, $PACW: -11%
Western Alliance, $WAL: -10%
Fifth Third, $FITB: -7%
Goldman Sachs, $GS: -5%
Citigroup, $C: -5%
און דאס איז פון די לעצטע וואך.
Western Alliance, $WAL: -75%
Metropolitan Bank - $MCB - 53%
Zions Bancorp, $ZION: -43%
PacWest, $PACW: -41%
Comerica, $CMA: -33%
Fifth Third, $FITB: -20%
און כוויס נישט וואס מיינט ביי דיר די א ריסעשען, וואס מיינסטו דארף געשעהן? מענטשן זאלן ליגן אויף די פלאר ווי אין ווארשעווער געטא און עסן אויפן גאס פון איין בלעכענע בלאטיגע זיפ טאפ? מען האלט שוין לאנג אינמיטן די רעסעסיע ,מקען עס נאר נישט דעקלארירן אפיציעל ווייל עס וועט שאטן פאר ביידן אין די פאולס, די סטאק מארקעט זייגט אוועק די לעצטע איין א האלב יאהר, רוב גיטע קאמפעניס זענען דאון 30 40 אדער 50 פרעצענט אויפן יאהר, אינפלעישן איז צופראסקעט, פרייזן זענען מעשיגע , און וואס איז יא גוט? איך זאג נישט זאלסט יעצט גיין אין אנסטאקן טוילעט פאפיער, אבער זיין בוליש און אזא צייט??? פליז, געמער א שובבים ברעיק
א באנק סטאק זאל פאלן איז נישט אזא שווערע זאך מ'קען מיינען וואספארא גאלדענע סעקטאר דאס איז, ווער אינוועסירט אין א באנק? בפרט אין א רידזשענעל באנק. אויסער פאר נישטיגע דיוועדענד ריטורנס, דיין געלט קען זיצן פון יעצט ביז 6 יאר ערב שבועות און ממש גארנישט מאכן. כ'רעד נישט פון JP MORGAN אדער GOLDMAN SACHS מ'רעדט פון די קלענערע. אפילו סיטי און בענק אף אמעריקע דאס לאז פאר באפעט מיט ריזיגע פאזיציעס, דו האסט נישט גארנישט פארלוירן האלטן די זאכן.
דאס וואס דו טענה'סט אז די נעמען זענען געפאלן דארף מיר אינטימידעיטן פון מיין מיינונג? איך ווייס נישט ווען דו האסט דיך גענומען צו די מארקעטס אבער מיט אביסל עקספירענס ווייסט מען אז צו דערשרעקן "מעין סטריט" אינוועסטערס איז בכלל נישט קיין קאמפליצירטע זאך, און פארקערט אויך.. פון "buy the rumor and sell the news" האסטו שוין אמאל געהערט? דו ווייסט וואו נישט נישט לאגיש די מארקעט איז? מדי יום בימו? וואס מיינסטו טוען סטיוו ליצמאן און דזשאזש בראון אויף CNBC א יעדן טאג? די אלע פונדיטס זיצן פון צופרי ביז ביינאכט און טרייען צו פארשטיין וואס די פליפפאון די מארקעט שפעקולירט יעצט און פארלירן ברעין צעלן די מער זיי גייען דארט... אפטמאל ווען ס'איז ממש פארקערט פון ריאליטעיט צו פון שכל.. דאס איז נישט קיין ראיה אויף עפעס. סא 3 בענק זענען אונטערגעגאנגען ארלעדיגט, און די פארלוסטן רעפעלעקטירט אין די גאנצע סעקטאר, נו, איז וואס? כבר היה דברים לעולמו גאנץ בלאקטשעין האט נישט קיין האפענונג נאר ווייל קריפטא בראקערידזשעס זעצן אן רעכטס און לינקס און מענטשן ווערן אומגליקליך? שיין וואלט מיר אויסגעזעהן ווען דו זאגסט די זעלבע אויף די ווארלד-ווייד-וועב מיט פיר און צוואנציג יאר צוריק... פוינט: די בענקינג סיסטעם איז נאך אלס סעיף, און די בענק זענען בפשטות אויסנאמען, און איך האלט אז פאועל טוט קלוג מיטן זיך נישט וויסנ'דיג מאכן פון דעם פראסק, הגם ער זאגט ער האט געקלערט פון א pause אויף די הייקס אבער אויף וועמנס חשבון? כ'מיין מיר עגריען אז אן price stability האסטו נישט גארנישט, נישט קיין באנק, און נישט קיין קאסטומערס וואס האבן וואס צו דיפאזיטן, נאר אפאר רייכע העדזשפאנדס וואס ווישן זיך אונטער מיט באנקנאטן...
ווי געזאגט, אינפלאציע - וואס איז געווען אזוי הויעך ווי 9.1 שטייט יעצט ביי 6 און האט אין די לעצטע 12 חדשים דיקליינט גאנץ קאנסיסטענטלי. דאס מיינט אז וואס די פעד טוט איז עפעקטיוו, און די גיידענס שאצט אויף 4.0 ביים ענדע פון יאר, וואס איז שוין נענטער ווי ווייטער. כ'ווייס טאקע נישט פארוואס מ'מאכט עס נישט נאך העכער, אבער איך שטעל מיר פאר אז ס'האט מאטעמאטיקס ביז ווי טייט מ'קען איינציען די פאסיק אין איין שאס.
בוליש דארף מען אייביג זיין, פאר עטליכע סיבות, אבער איבערהויפט ווען יעדער ארום דיר איז קאנצענטרירט אויף די שרעקעדיגע נעגעטיוויטי בייעס און מיינט אז די הימל פאלט, ווייל דעמאלטס איז מסוגל די אימפאלס וואס קאכט און קיצלט אינעווייניג (באאאהאהא, פעניק פעניק! פארקויף דיין הויז און אנטלויף! באאאאא, ריסעישן קומט מארגן, באאאאאא, ריסעשן קומט איבערמארגן!) זאל דיר מאכן אפערירן מיט געפיל און מעגליך פארפאסן די שענסטע טעג אין די ריבאונדס פונעם מארקעט. א זאך וואס צאלט זיך פילפאכיג מער אויס ווי רובא דרובא דעפרעסיעס, קראכעס, בער מארקעטס, קארעקשנס אין היסטאריע! און אפילו אויב זאל קומען א רעסעסיע, קודם וואס האט דיין ענקזייעטי דיר געהאלפן? צווייטנס, די עקענאמישע וועלט איז שטערקער ווי זי איז אימער געווען אלס די intervals פון ווי לאנג ס'גייט דורך אן קיין רעסעסיעס. און דאס איז ווי א חלק פון די פלאט! ס'פאסירט. דו איגנארירסט אבער די אלע בענק וואס זענען נאך דא און פאר לאנגע יארן, און ווילאנג די בענק האבן מאריך ימים געווען ביז אהער, איך מיין אז מ'קוקט אזוי איז עס נישט אזא בער ווי מ'מיינט דו מיינסט דאס איז עפעס? ליין אביסל איבער black monday און די double digit inflation אין די אנהייב אכציגער יארן. ליין וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט אין 1929
וואס רעסעסיע איז? צוויי קווארטלען נעגעטיוו GDP (נאכנישט פאסירט) וואס האט פאסירט הייסט א bear market אויך נישט קיין המוציא מיט האניג, ניין. אבער חוזר חזרה פון די פינאנציעלן קראך?! מאן דכר..
אפאר בענק האבן באנקראטירט און די וועלט איז אויס? נעם איין די טשיל פיל.
אגב, איך האב שוין גוט דערלייגט אויף א גאלדמאן קאל, און וואס האט עס מיר געלערנט? אז קיינער ווייסט נישט ש.* און טיימן די מארקעט איז נישט קיין פרידיקטבל מציאות