☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15946

אמת לאמיתה » פרייטאג מערץ 10, 2023 5:18 pm

· #518402
שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין
קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.

לפי עניות דעתי איז דאס א ספין וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
ס׳האט נישט קיין שום לאגיק.

פון דעם אז מ׳דארף פירען אזא קאמפיין איז דאך משמע אז די קונים גייען ערגעץ אנדערש, ווייל פון א פינאציעלע שטאנדפונקט איז עס בעסער. זאגט דער פלאקאט ניין! טו נישט וואס איז דאס בעסטע פאר דיין אייגען טאש, וחי אחיך עמך, האב אינזין א ברודער און קויף ביי אים.

ביסט א ביזנעס אדער א צדקה ארגענעזאציע. ביסט א ביזנעס, earn my business. ביסט א צדקה ארגענעזאציע, שטעל דיך אין די ליין און כ׳וועל דיר געבען כפי יכלתי.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז אין זייער אסאך פעלער רעדט מען נישט צווישען קמחה דפיסחא און פרנסה בדרך כבוד, נאר צווישען א האלבע רעדל און א גאנצע.

וואס עפעס דארף דער היימישער צוביר צאלען א טייערע פרייז צו שטיצען א ברודער, אפשר זאל דער היימישער געשעפט-מאן געבען די ביליגסטע וואס איז שייך פאר א ברודער.

איך אויך » מוצ"ש מערץ 11, 2023 8:25 pm

· #518409
אה עס האט שוין א קעגנער אויך, ב"ה פאר דעם.

קהל'ס נער » מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:17 pm

· #518415
אמת לאמיתה
קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.

לפי עניות דעתי איז דאס א ספין וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
ס׳האט נישט קיין שום לאגיק.

פון דעם אז מ׳דארף פירען אזא קאמפיין איז דאך משמע אז די קונים גייען ערגעץ אנדערש, ווייל פון א פינאציעלע שטאנדפונקט איז עס בעסער. זאגט דער פלאקאט ניין! טו נישט וואס איז דאס בעסטע פאר דיין אייגען טאש, וחי אחיך עמך, האב אינזין א ברודער און קויף ביי אים.

ביסט א ביזנעס אדער א צדקה ארגענעזאציע. ביסט א ביזנעס, earn my business. ביסט א צדקה ארגענעזאציע, שטעל דיך אין די ליין און כ׳וועל דיר געבען כפי יכלתי.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז אין זייער אסאך פעלער רעדט מען נישט צווישען קמחה דפיסחא און פרנסה בדרך כבוד, נאר צווישען א האלבע רעדל און א גאנצע.

וואס עפעס דארף דער היימישער צוביר צאלען א טייערע פרייז צו שטיצען א ברודער, אפשר זאל דער היימישער געשעפט-מאן געבען די ביליגסטע וואס איז שייך פאר א ברודער.
איך קריג מיך למחצה ולשליש, אזוי ווען מען האנדלט מיט גרויסע קאמפאניס ביסטו גערעכט די באורדען איז אויף זיי מיך צימאכן קויפן ביי זיי צו דורך געבן בעסערע סערוויס צו דורך בעסערע פרייזן, וכן מיט א קאמפעני וואס טיט שטיק כגון מאכן א מאנאפאל אדער רייסן געלטער פשוט ווייל זיי קענען.
אבער ווען מען רעדט מיט א קליינע קאמפעני אדער סטאר אדער דיין חבר די עלעקטרישען אדער דיין שכן די דשערקי-פלעטער-מאכער און שטעלט צי סערוויס, טוט נישט קיין קרימע שטיק, און יא איז טאקע אביסל טייערער ווי דעם גוי, לדעתי דארף מען עים יא שטיצן, געב עים נישט קיין קמחא נאר ענדערש ניץ עים און צאל אפאר דאלער מער, ער דארף נישט דיין קמחא (צומאל יא), אויב ווילסטו עים העלפן דעמאלטס העלף עים אוועקשטעלן זיין ביזנעס.

חב''ד הויזן » מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:32 pm

· #518417
און איך וועל צולייגן, אז די פאקט אז היימישע געלט בלייבט אין די היימישע עקאנאמיע בענעפירט יעדן איינעם. פארשטייט זיך, אזויווי דו האסט געזאגט, מ'רעדט נישט פון די וואס רייסן געלט ווייל... פארוואס נישט.

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 12, 2023 11:56 am

· #518449
Re: שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין
ווער עס טראכט אריין א מינוט, די גאנצע פלאקאט אדער מים מאכט נישט קיין סענס. קמחא דפסחא באקומען נישט די ביזנעסער. קמחא דפסחא באקומען אונז פשוטע מענטשן (פון די ביזנעסער) צו קאמפענסעיטן פאר די געפעפערטע פרייזן, פאר פראדוקטן ווי כשרס און דזי ענד דזי קלאוטהינג, וואס מיר צאלן זיי אגאנץ יאהר.
א פיהל בעסערע פלאקאט וואלט געדארפט לויטן: גיבט מיר נישט קיין קמחא דפסחא, לערנט מיר אויס א פאך!

אפשר ווילן זיי אז מיר זאלן די קמחא דפסחא אויכעט אויסצאלן. דאס קאן זיין.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

שרייבען » זונטאג מערץ 12, 2023 2:14 pm

· #518452
חב''ד הויזן
און איך וועל צולייגן, אז די פאקט אז היימישע געלט בלייבט אין די היימישע עקאנאמיע בענעפירט יעדן איינעם. פארשטייט זיך, אזויווי דו האסט געזאגט, מ'רעדט נישט פון די וואס רייסן געלט ווייל... פארוואס נישט.
אבער איך זע נישט אז אלע וואס האבן די בקשה זאלן נאר האבן יודישע ארבעטער. זיי האבן גוים אין גויטעס ווייל עס איז בילעגער אין שענער אבער איך זאל קויפן ביי אים אין נישט אנליין כדי צי שטיפן אונזער עקאנמיע!?

הער פיטער » זונטאג מערץ 12, 2023 8:52 pm

· #518485
📎 Screenshot_20230312_205133_WhatsApp.jpg

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 13, 2023 12:56 am

· #518501
😲
אמת לאמיתה
קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.
איך וואלט געמאכט פלאקאטן פארקערט: געמיר נישט קיין קמחא דפסחא, פארקויף דיינע פראדוקטן פאר ביליגערע פרייזן.

הערצאג פון קדם, וויינשטאק פון מיעל מארט ועוד ועוד ווערן שיינע אידן מיט מנדב זיין פאר קמחא דפסחא און מנדב בנינים פאר מוסדות. פון וועמענס געלט ביסטי דאס מנדב? וויפול מענטשן קאסט עס בלוט צו קענען באצאלן די טייערע כשר'ע עסן פרייזן? ווער מיר נישט אזא בעל צדקה מיט טיילן געלט וואס די האסט געריסן פון אנדערע אידן בלויז ווייל די האסט א מאנאפאל.