☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב אתמר בן גביר

הרב אתמר בן גביר

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15945

כוואליעס » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:13 pm

· #518332
הרב אתמר בן גביר
יעצט ווען מיר שטייען אין די געהויבענע טעג צווישן די הייליגע יום טוב פורים און די פארכטיגע יום טוב פסח איז נישט מער ווי פאסיג זיך אראפצוזעצן און א בליק טון איבער די גדולים פון די דור, די ראשי העם, נשיאים דורינו, די בעלי מסירות נפש פונעם דור.
עס איז דא איין איד (און אפשר מער ווי איין) וואס גייט אריין אין יעדע פון די קאטעגאריעס וואס מען האט דא אויסגערעכנט, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט בארימטער אלעמען באקאנטער קדוש אלוקי שכל כולו מסור לשי"ת ה"ה הרב הצדיק "אתמר בן גביר" שליטא יהא זכרו ברוך
די אמת איז, אז ווער בין איך "מי אנכי" צו שטיין בכלל אין ווארט און באשרייבן האי גברא רבה, אבער חז"ל האבן אונז אויסגעלערנט אז במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, נאכן זיכן און נישטערן אין די אוצרות דא אויף'ן שטיבל האב איך אנדעקט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן איבערן רעבי'ן האב איך נישט געצעגערט קיין צוויי און זיך געזעצט שרייבן די דאזיגע שורות, און אט ליינט און האט הנאה.

שוין אלס יונגע בחור האט די רב שוין ארויסגעוויזן גרויס העלדישקייט און ברייט געוואגטקייט ווען עס קומט צו באקעמפן די הייליג לאנד "ארץ ישראל" געווען איז דאס אין איינס פון די ערגסטע צייטן פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע ווען די עוכר ישראל יצחק רבין שר"י האט אפגעהאלטן זיינע עקאלהאפטיגע שמוציגע שריט וואס זענען ניטאמאל ווערד ארויפגעברענגט ווערן אויפן פאפיר, און אט די צייט ביי איינע פון די שטורעמישע הפגנות האט די רב שליטא זיך ארויסגעשטעלט צו די פרעסע האלטענדיג און די הענט די דגם (די סימב'ל) פון די קאר פון יצחק רבין און אויסגערופן מיט פאטאס "אונז זענען אנגעקומען צו די קאר פון רבין, און אונז וועלן אנקומען צו אים" און טאקע א קורצע צייט דערוף איז דער ראבין דערשאסן געווארן צום טויט
https://youtu.be/JQ0sXLyOQeg

איינס פון די ליידיגע טענות וואס די לינקע אנארכיסטן שטעלן ארויס כסדר קעגן רב איז "עשית צווה???" די אמת איז אבער אז די רב האט זיך איינגעשריבן צו דינען אין מיליטער, נאר די מיליטער האט אים נישט געווילט אננעמען וויבאלד ער איז צו קיצוני

גלייך פאר מדינת ישראל איז אריינגעפאלן אין די אזויגערופענע 'דיטש' דאס איז ווען קיין שום זייט האט נישט געקענט אויפשטעלן קיי רעגורונג פון 61 בענקלעך, האט די רב אויפגעשטעלט זיין אייגענע פארטיי מיטן נאמען עוצמה יהודית, אנהייב האט יעדער געלאכט פון אים יעדער האט זיך גערעגט אויף אים אז ער לייגט אריין אזויפיל שטימעס אין גארביטש, איך געדענק נאך ווי ביי די ערשטע בחירות האט ער באקומען בערך 150 טויזענט שטימעס און אלעס איז געגאנגען אין פך, ביי די צווייטע בחירות האט ער שוין נאר באקומען ארום 30 טויזענט שטימעס, ביז ביבי האט אים צאם געשטעלט מיט סמאטרידזש איז קוים בקושי אריבער די צאל אריינצוגיין אין כנסת, אבער אזוי ווי ער איז נאר אריין אין כנסת און די עולם האט געזען צו וואס ער טויגט האבן זיך זיינע סטאק'ס געהויבן ביז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון מאשפות ירום אביון וראו כל עמי הארץ וכו' ויראו ממך.

היינט ב"ה זיצט די רב על כסה מלוכה זייענדיג די גרעסטע כלל טוער פאר יודישע קינדער אינעם היינטיגן דור, די רב איז פארנומען צו לוחם זיין מלחמות השם אויף אלע פראנטען סיי מיט די אראבער'ס און סיי מיט די לינקע, ב"ה ביי ביידע זעט מען שטארק סוקסעס, זאל די אייבעשטער טאקע העלפן די רב שליטא זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו ועל כסה מלכותו און ער זאל אונז קעגן פירן משיח צדקינו בב"א



נ.ב. דאס אלעס איז געשריבן געווארן בלויז פון זיכרון ארויס, אויב זעט איר אז עפעס איז נישט ריכטיג דאן זייט שנעל מעורר די עולם, וכל המוסיף מוסיפין לו……..

שערי יושר » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:15 pm

· #518334
איר האט נישט ארויסגעברענגט זיינע אויפטוען, נאר געשריבן טיטלען.

כוואליעס » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:16 pm

· #518335
נו ביסט מכובד

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:24 pm

· #518337
איך בין א שטארקע שטיצער פון בן גביר, אבער העצן אויף וויילענס איז ווראנג, אפילו ווען זיין מטרה איז ריכטיג איז עס נישט מקדש די אמצעי, די רציחה פון ראבין איז א בושה אויף די רעכטע לאגער, ס'נישטא וואס זיך צי גרויסן מיט דעם.

כוואליעס » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:26 pm

· #518338
אויסדריקליך נישט!! איך וואלט אפשר נישט געהארגעט ראבין אבער דאס וואס רבין האט געטון איז א חרפה און א בושה, א פלעק אויף היסטאריע

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:32 pm

· #518340
.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:42 pm

· #518341
Re: הרב אתמר בן גביר
אתמר בן גביר איז לדעתי א טעראר פירער.

ניין איך קום נישט פון קיין אנטי ציוניזם פערספעקטיוו.

אז איך וועל האבן צייט און נערווען, וועל איך אי"ה שרייבן, לכאורה אן אשכול פאר זיך.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:47 pm

· #518343
צוזאמגעדרייט
אתמר בן גביר איז לדעתי א טעראר פירער.

ניין איך קום נישט פון קיין אנטי ציוניזם פערספעקטיוו.

אז איך וועל האבן צייט און נערווען, וועל איך אי"ה שרייבן, לכאורה אן אשכול פאר זיך.
ער האטזעך אביסל בארואיגט נאכן אריינגיין אינעם תפקיד
יכול להיות ער איז איז ראדיקאל אבער פארפאלן אין דרך אחרת לדעתי

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 11:25 pm

· #518345
איך קען בן גביר פערזענליך, און נאכן זיין א שבת ביי אים אין שטוב, האב איך אים נאך בעסער קענען געלערנט.
קודם כל, פארוואס רופסטו אים רבי, רב, ווייסעך וואס... ער איז א פירער, א פאליטיקאנט, פיין, דאס איז ער. מאך אים נישט פאר קיין כאכאם...

ער איז די חלום פון הרב כהנא הי''ד - און פון יעדן רעכטדענקענדע יוד - און די שטימע פון די אומצאליגע קדושים אין הייליג לאנד און אין די גלות לענדער, די לעצטע תקופות.
אוודאי האבן עהם די לינקע נישט ליב, און אויך ווער ס'איז לינק געשטימט, ליבן עהם באזונדער נישט, און ס'איז א שאד די שפייעכץ די אויסטוישן א דיאלאג מיט א לינקער - וועגן אים.

דערהויבענע איד » פרייטאג מערץ 10, 2023 12:13 am

· #518350
ליימדארפער
איך קען בן גביר פערזענליך, און נאכן זיין א שבת ביי אים אין שטוב, האב איך אים נאך בעסער קענען געלערנט..
דערצייל אביסל ווי אזוי האט זיך געגעסן ביי אים? וועלכע כל מקדש זינגט ער?

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 10, 2023 12:28 am

· #518354
דערהויבענע איד
ליימדארפער
איך קען בן גביר פערזענליך, און נאכן זיין א שבת ביי אים אין שטוב, האב איך אים נאך בעסער קענען געלערנט..
דערצייל אביסל ווי אזוי האט זיך געגעסן ביי אים? וועלכע כל מקדש זינגט ער?
דאס איז געווען פאר אכט יאר צוריק, און ער האט געהאט זיין היבש פיזיש קראנקער פאטער אין שטוב, און האט זיך אפגעגעבן מיט אים זייער שטארק.
ס'איז אים געווען א חידוש צו הערן, אז יודען וואוינען אין חוץ לארץ, און ס'אינטערעסירט זיי נישט, אז מ'דארף מער פאריודישען חברון און דעם ארום.
ער איז א בעל תשובה, ווייל ער איז אנגעקומען צו הרב הקדוש מאיר כהנא ז''ל, איז ער קוים געווען א שומר מצוות. א יונגע לעבעדיגער נשמה, און האט געשמעקט אז ס'דא עפעס א תכלית און האט באלד זיך אנגעהויבן פירן ארטאדאקסיש, און מיטגעשלעפט זיינע עלטערן.
שפעטער איז ער געווען דער געוואגטער בחור וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי יעדע אומרעכט אין די שטחים.
מ'קען זען אז אין עהם פלאקערט א אהבה צו אוטענטישע יודישקייט ביז מסירות נפש, און נישט בלויז לשם פוליטיקה. און אזוי זיין עקרת הבית און קינדערלעך די זיסינקעס.

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 10, 2023 7:58 am

· #518362
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס זאגסטו גע'גנב'ט? כ'האב געמיינט זיי ארבעטן האנט ביי האנט?
און בכלל איז עס געווען מיכאל בן ארי וואס איז געלאפן מיט דעם, ווען ברוך מרזל איז נישט געווען קיין קאנדידאט אמאל - לפי ידיעתי.

איך אויך » פרייטאג מערץ 10, 2023 8:03 am

· #518363
ער האט הוראה? אדער דו מיינסט מלשון הרב את ריבנו?

מרדכי מרדכי » פרייטאג מערץ 10, 2023 8:27 am

· #518366
איך וועל דיך דן זיין לכף זכות און זאגן אז אז דאס איז געשריבן געווארן אין א פורים'דיגן גייסט.

איתמר בן גביר איז נישט קיין רב.

עוצמה יהודית איז נישט קיין נייע פארטיי עס איז א פארטיי וואס איז שוין אריבער אסאך גלגולים און איז קיינמאל נישט אריבער די אחוז החסימה אליינס, פאר די בחירות וואס איז געווען לעצטנס האט ברוך מרזל געזאגט אז די פארטיי פארטרעט עם נישט (מרזל איז אמאל געווען א קאנדידאט און איז געווארן געפסל'ט דורך בג"ץ) דאס איז ווייל בן גביר איז שוין נישט מער זייער מיליטאנטיש.

אלע צוזאמען » פרייטאג מערץ 10, 2023 10:28 am

· #518373
קהל'ס נער
איך בין א שטארקע שטיצער פון בן גביר, אבער העצן אויף וויילענס איז ווראנג אפילו ווען זיין מטרה איז ריכטיג איז עס נישט מקדש די אמצעי, די רציחה פון ראבין איז א בושה אויף די רעכטע לאגער, ס'נישטא וואס זיך צי גרויסן מיט דעם.
מעג איך זיך דינגען, אדער כ'על הייסן א טעראריסט?
כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אויף געוואלדטאטן נאך די Jan. 6 פראטעסט, געוואלדטאטן קענען יא זיין בארעכטיגט אמאל.
און ביי טעראריסטן אויב דנר מוסולמענישע טעראריסט עט וויסן אז זיין חברים, משפחה, ווייב, און יא אויך זיינע קינדער, קענען צוריקכאפן פאר דעם וואלט ער אנדערש געטראכט. ווען איך בין געווען אין 'בת עין' האט מיר איינער פון 'די בת עין אנדערגראונד' דאס מסביר געווען, און געוויזן אז ס'ארבעט, 'מושב בת עין' איז פון די איינציגסטע וואס האבן נישט קיין געהעריגע צוים אפצוהאלטן אריינדרינגער'ס, פארוואס ווייל זיי פלעגן צוריקטיילן, טייל אראבער'ס אין די אומגעגנט רופן אן די מושב 'די משוגענע בארג' און זיי ציטערן.

דערהויבענע איד » פרייטאג מערץ 10, 2023 12:33 pm

· #518379
יאפ, געדענק איך טאקע כ'בין דארט געווען אלס בחור און כ'האב געזאגט דארטן פאר איינעם אז ב''ה די חיילים זענען דא אכטונג צו געבן אויף אונז, ענפערט ער מיר, ''לאאאא...הם שומרים אותם...'' כלומר זיי היטן אויף די אראבער....

קהל'ס נער » פרייטאג מערץ 10, 2023 12:54 pm

· #518380
אלע צוזאמען

מעג איך זיך דינגען, אדער כ'על הייסן א טעראריסט?
כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אויף געוואלדטאטן נאך די Jan. 6 פראטעסט, געוואלדטאטן קענען יא זיין בארעכטיגט אמאל.
און ביי טעראריסטן אויב די מוסולמענישע טעראריסט עט וויסן אז זיין חברים, משפחה, ווייב, און יא אויך זיינע קינדער, קענען צוריקכאפן פאר דעם וואלט ער אנדערש געטראכט.ווען איך בין געווען אין 'בת עין' האט מיר איינער פון 'די בת עין אנדערגראונד' דאס מסביר געווען, און געוויזן אז ס'ארבעט, 'מושב בת עין' איז פון די איינציגסטע וואס האבן נישט קיין געהעריגע צוים אפצוהאלטן אריינדרינגער'ס, פארוואס ווייל זיי פלעגן צוריקטיילן, טייל אראבער'ס אין די אומגעגנט רופן אן די מושב 'די משוגענע בארג' און זיי ציטערן.
די האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, אוואדע ווען אראבערס טעראריזירן דארף מען זיי צוריקגעבן מנה אחת אפים אז זיי זאלן ציטערן פונעם ווארט יהודי ווי פונעם טייוול אליין, אבער ווען מען האנדלט מיט א פאליטישע שונא דוגמת יצחק רבין איז די מהלך צו גיין פאליטיש און נישט דורך (העצן אויף) וויילענס, ווייל אויב יא וועט די מדינה אויסזעהן ווי די אראבישע לענדער וואס ווערן חרוב ווייל מען שלאגט זיך אויס די פאליטיק דורך טעראר און נישט אין א הויז פון רעפרעזענטיטיווען.

כוואליעס » פרייטאג מערץ 10, 2023 1:12 pm

· #518382
א רב מיין איך אז ער איז א 'פירער' נישט סתם א פאליטיקאנט, ער איז לוחם מלחמות השם ער קעמפט פאר די טובה פון אידן פאר די טובה פון ארץ ישראל.
סתם אזוי, איך האב עס נישט געמיינט ערנסט 😃
איך האב נאר געווילט עפענען אן אשכול איבער אים, כדי צו הערן מער אינפארמאציע און היסטאריע איבער אים, איך שרייב נישט געווענליך קיין היסטאריע

מתבודד » פרייטאג מערץ 10, 2023 2:05 pm

· #518385
דערהויבענע איד
יאפ, געדענק איך טאקע כ'בין דארט געווען אלס בחור און כ'האב געזאגט דארטן פאר איינעם אז ב''ה די חיילים זענען דא אכטונג צו געבן אויף אונז, ענפערט ער מיר, ''לאאאא...הם שומרים אותם...'' כלומר זיי היטן אויף די אראבער....
געדענק איך טאקע ווען כ'בין דארט געווען און זיי געפרעגט וויאזוי זיי האבן נישט מורא, און מ'הערט טאקע פון גאר ווייניג טעראר אטאקעס דארט, האבן זיי מיר דערציילט אז מ'האט דארט אמאל געכאפט אן אראבער וואס האט זיך אריינגעכאפט דורכפירן א טעראר אטאקע, מ'האט אים אויסגעטון ווי אדה"ר פארן חטא און צו'מזיק'ט די ביינער כדי להמית, (אדער להמית ממש. כ'געדענק נישט) אנגעפארבט רויט גרין אין ווייס אזוי ווי זייער פאן און באישון ליל אים דעליווערט צוריק אריין אין שטעטל פון ווי ער איז געקומען...

לויט ווי יענער טענה'עט איז א לאנגע צייט נאכדעם געווען שטיל ביי זיי אין שטעטל...

אגב @אלע צוזאמען, האסט געכאפט א טבילה אינעם ארטיגן מעיין? (מיט די פישלעך אינאיינעם...)

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 10, 2023 2:05 pm

· #518386
ער השר איתמר וואוינט אין חברון אויבן אויפ'ן בארג וואס הייסט 'גבעת האבות', און דארט איז טאקע ארומגענומען מיט א גדר, און ס'איז פארמאכט פונעם ארום, און זיי וואוינען מער באשיצט. אויך וואוינט דארט דער באקאנטער 'בנציון גופשטיין' יו''ר להבה - צו ארויסכאפן יודישע מיידלעך פון אראבישע הענט.

דאקעגן ברוך מרזל וואוינט אין הארץ פון די אראבערס - און צווישן זיי, אן קיין גדר און אן קיין מורא... זיי ציטערן פון עהם ווי דער טייוול. און אויב איר גלייבט נישט אז אראבערס ציטערן פון עהם, מאכט א שטיקל זוך פון די ווידיאוס וואס צירקולירן פון דארט. אז ווי ער גייט לויפט מען אוועק. ער שפארט נישט קיין מתנות...
יענע געגענד הייסט תל רומיידה, און ס'מיר געווען אזא פחד ווען כ'בין געווען אויף זיין גאניק, און געזען די ארום, און בשעת מעשה האט זיך געטון א שיסעריי ערגעץ דארט, און ברוך האט אזוי רואיג באוואסערט זיינע בלומען... חחחח

מתבודד » פרייטאג מערץ 10, 2023 2:09 pm

· #518387
מ'ציטערט פון ברוך מרזל? קען זיין. אבער מיר האט ער געוויזן א שיינע פאר בולעט לעכער טאקע אויף יענעם גאניק, די וואנט און די פענסטער...
ווי אויך האט ער דארט א watch dog. און ער וואוינט נישט ממש אין הארץ פון די אראבער ס'איז פשוט אביסל אינדרויסן פון שכונת אברהם אבינו.

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 10, 2023 2:11 pm

· #518388
מתבודד
מ'ציטערט פון ברוך מרזל? קען זיין. אבער מיר האט ער געוויזן א שיינע פאר בולעט לעכער טאקע אויף יענעם גאניק, די וואנט און די פענסטער...
ווי אויך האט ער דארט א watch dog. און ער וואוינט נישט ממש אין הארץ פון די אראבער ס'איז פשוט אביסל אינדרויסן פון שכונת אברהם אבינו.
דא האב איך א ווידיאו פון זיין הויז, ער איז זיכער נישט באשיצט דארט - אויך אויב ס'איז ווי דו זאגסט - אין די עק פונעם געגענד

https://home.walla.co.il/item/2834670

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 10, 2023 2:30 pm

· #518389
יאשער קויעך הרב כוואליעס שליט"ע. איהר האט שטארק מהנה געווען דעם עוילעם (גוילעם) אין אלע בעחינעסס. נאר איהר זענט מסתמא געגאנגען אין חעידער אין די מארמאראש. דארט ווי מ'האט געלערנט ספעללינג צו שראבן ןויאח מיט זיבאן גראז'ן. און ווי די רעבע האט אויסגעלערנט אלע תלמידים איוורע צו זאגן נעיהאלטאא באזניך על נעוועיה קאדשעכאה. אויך, וראשעי חאדאשים לאהעם באקאאטאה. ווייל אלע מארמאראשע אידן זאגן די זעלבע גראאז'ן...!

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מערץ 10, 2023 3:31 pm

· #518390
מתבודד
ווי אדה"ר פארן חטא
און מענדל וועכטער נאכ'ן חטא...

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 10, 2023 4:05 pm

· #518395
קהל'ס נער
אלע צוזאמען
קהל'ס נער

איך בין א שטארקע שטיצער פון בן גביר, אבער העצן אויף וויילענס איז ווראנג אפילו ווען זיין מטרה איז ריכטיג איז עס נישט מקדש די אמצעי, די רציחה פון רבין איז א בושה אויף די רעכטע לאגער, ס'נישטא וואס זיך צי גרויסן מיט דעם.
מעג איך זיך דינגען, אדער כ'על הייסן א טעראריסט?
כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אויף געוואלדטאטן נאך די Jan. 6 פראטעסט, געוואלדטאטן קענען יא זיין בארעכטיגט אמאל.
און ביי טעראריסט'ן אויב די מוסלומענישע טעראריסט עט וויסן אז זיין חברים, משפחה, ווייב, און יא אויך זיינע קינדער, קענען צירוקכאפן פאר דעם וואלט ער אנדערש געטראכט, ווען איך בין געווען אין 'בת עין' האט מיר איינער פון 'די בת עין אנדערגראונד' דאס מסביר געווען, און געוויזן אז ס'ארבעט, 'מושב בת עין' איז פון די איינציגסטע וואס האבן נישט קיין געהעריגע צוים אפצוהאלטן אריינדרינגער'ס, פארוואס ווייל זיי פלעגן צירוקטיילן, טייל אראבער'ס אין די אומגעגנט רופן אן די מושב 'די משוגענע בארג' און זיי ציטערן.
די האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, אוואדע ווען אראבערס טעראריזירן דארף מען זיי צוריקגעבן מנה אחת אפים אז זיי זאלן ציטערן פונעם ווארט יהודי ווי פונעם טייוול אליין, אבער ווען מען האנדלט מיט א פאליטישע שונא דוגמת יצחק רבין איז די מהלך צו גיין פאליטיש און נישט דורך (העצן אויף) וויילענס, ווייל אויב יא וועט די מדינה אויסזעהן ווי די אראבישע לענדער וואס ווערן חרוב ווייל מען שלאגט זיך אויס די פאליטיק דורך טעראר און נישט אין א הויז פון רעפרעזענטיטיווען.
קהל'ס נער: איתמר בן גביר איז נישט געווען א טייל פון די וועלכע האבן געהעצט צו הרגנ'ען יצחק רבין. דער רוצח (בלייבט א רוצח, סיי וואס זיין ציל איז געווען) איז א שוואכער מח. די גרופ צו וועלכע ער האט באלאנגט האבן געהעצט אויף רציחה. ספעציעל דער דאבל עידזשענט אבישי רביב. וועלכער האט איהם אנגערייצט. זאגנדיג..."נראה אותך, גיבור"...לאמיר זעהן וואספארא העלד דו ביסט. דו האסט נישט די גאטס צו הרגנ'ען רבין. האט ער אלס שוואכער בעל מח געוואלט ווייזן אז ער האט יא גאטס...!

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 10, 2023 5:10 pm

· #518401
[ציטאט אראפגענומען]
ריכטיג.
און דאס וואס מ'וואונדערט זיך יעצט, וואונדער איך זיך שוין וועגן עהם א לאנגע צייט. ווי קען עס זיין אז ער אלץ לויער זאל אזוי שטארק מצליח זיין מיט אלע זיינע תיקים - קעיסעס.
ממש איך האב עס נישט געקענט פארשטיין. ווייל כ'ווייס דאך די היסטאריע פון אזויפיל כהניסטן וואס האבן נישט קיין שאנס אנצוקומען ערגעץ ווייל זיי זענען אזוי עקסטרים רעכט, אפגעזען צו זיי זענען גערעכט מיט זייער מהלך צו נישט...
ר' מאיר כהנא וואס האט ווייניג געשפילט פאליטיק, נאר געזאגט ''צופיל די אמת''... איז אויך בדרך נס אנגעקומען איינמאל אין כנסת, און ער האט נישט געוואלט שווערן איינצוהאלטן זייערע געזעצן, בלויז וואס ס'שטייט אין תורה. ער איז טאקע אפגעווישט געווארן, און קיינער פון זיינע נאכפאלגער האבן ביז היינט נישט דערגרייכט קיין בענקל. שוין יארן...
און אז כ'האב געהערט אז ער איז געווארן א שר, איז עס שוין געווען - ווי מ'זאגט - דער עושר האט מזל... אויף עהם קען מען זאגן, יגעת ומצאת! ער האט א קעפל אויפ'ן האלדז אויך. און גייט נישט סתם מיט'ן קאפ אין וואנט אריין.

ליימדארפער » מוצ"ש מערץ 11, 2023 7:31 pm

· #518405
[ציטאט אראפגענומען]
און וואס ענטפערסטו אז ער האט אלץ עורך דין געוואונען אלע זיינע קעיסעס?
ער איז געווען 'דער' עורך דין פון די נערי הגבעות - מיט אלע זייערע שטיק און קאפריזן, און ער האט פאר זיי אלץ געוואונען.
אט דאס וואונדערט מיר, וואס דאס איז טאקע ווי דו זאגסט, אז פונקט ער? פארוואס האבן די שופטים אים רעכט געגעבן שטענדיג ביי זיינע קאלעגן.

מצפצף » מוצ"ש מערץ 11, 2023 8:14 pm

· #518407
[ציטאט אראפגענומען]
זיי האבן געהאט א גוטע רבי.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 12, 2023 12:44 am

· #518426
זייער רבי איז הרב הצדיק ר' אהרון ברק. דער געוועזענער הויפט ריכטער פון בג"ץ. ער האט די ערשטער געזאגט דעם פראזע..."הכל שפיט". אלעס קען געמשפ'ט ווערן. פי' אז דער בג"ץ קען אריינרעדן און זאגן א דיעה איבער א יעדן עניין. איי די תורה האט געזאגט. דער בג"ץ זאגט אנדערש...די תורה האט געזאגט אז א איד זאל נישט עסן קיין חמץ אום פסח. דער בג"ץ זאגט אז א יעדער שמויגער האט יא א רעכט צו עסן חמץ בפסח...!

מתבודד » זונטאג מערץ 12, 2023 1:06 am

· #518429
ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)

ליימדארפער » זונטאג מערץ 12, 2023 1:08 am

· #518430
איך מיין זיי זענען סתם א קאפי-קעט פון אמעריקא און די רעסט אויף די וועלט, ווען די לינקע ווערן צעלאזט, מוזן די לינקע אין ישראל אויך ווייזן אז זיי קענען צעלאזט ווערן ווי די לינקע אין די וועלט.

אלע צוזאמען » זונטאג מערץ 12, 2023 1:10 am

· #518431
מתבודד
ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)
די לינקע. BLM ראיאטירער און פריער די 'אקופיר וואל סטריט' אנארכיסטן אין 'אמעריקע', זענען געווען גוטע רבי'ס.
און ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי 'וואל סטריט', ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז די לינקע האבן אייביג גענוצט ראיאטן און געוואלדטאטן צו דורכשטיפן זייער אגענדע, עיין ב'מוסעליני' אין 'איטאליע', 'היטלער ימ''ש אין נאצי דייטשלאנד', אדער 'לענין ימ''ש אין רוסיע'.

מצפצף » זונטאג מערץ 12, 2023 3:00 am

· #518436
אלע צוזאמען
מתבודד
ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)
די לינקע. BLM ראיאטירער און פריער די 'אקופיר וואל סטריט' אנארכיסטן אין 'אמעריקע', זענען געווען גוטע רבי'ס.
און ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי 'וואל סטריט', ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז די לינקע האבן אייביג גענוצט ראיאטן און געוואלדטאטן צו דורכשטיפן זייער אגענדע, עיין ב'מוסעליני' אין 'איטאליע', 'היטלער ימ''ש אין נאצי דייטשלאנד', אדער 'לענין ימ''ש אין רוסיע'.
צוויי פון די דריי פון דיינע משלים זענען רעכטע.

ליימדארפער » זונטאג מערץ 12, 2023 9:19 am

· #518443
ס'איז לכאורה דעמאלטס מזל, באשערט

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 12, 2023 11:47 am

· #518447
בין איך דער איינציגסטער וואס קען נישט פארשטיין די גרויסע מעלות פון - און די שבחים אויף - עמיצער וואס אזוי געטריי דעם שבט אז ער וועט גרייט זיין צו הרג'ענען יעדער פרעמדער וואס דוכט זיך נאר אז ער שטעלט פאר א טרעט?

דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?

אלע צוזאמען » זונטאג מערץ 12, 2023 5:32 pm

· #518464
מצפצף
אלע צוזאמען
מתבודד
ר' בערל, @מצפצף האט געמיינט 'רבי' כלפי די אופן פון זייער פראטעסטירן. (כאי' זיי קענען נישט אליינס אן קיין רבי...)
די לינקע. BLM ראיאטירער און פריער די 'אקופיר וואל סטריט' אנארכיסטן אין 'אמעריקע', זענען געווען גוטע רבי'ס.
און ס'האט זיך נישט אנגעהויבן ביי 'וואל סטריט', ווער ס'קען היסטאריע ווייסט אז די לינקע האבן אייביג גענוצט ראיאטן און געוואלדטאטן צו דורכשטיפן זייער אגענדע, עיין ב'מוסעליני' אין 'איטאליע', 'היטלער ימ''ש אין נאצי דייטשלאנד', אדער 'לענין ימ''ש אין רוסיע'.
צוויי פון די דריי פון דיינע משלים זענען רעכטע.
כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, איז אויב וויל מען קען מען עפענען א פרישע שמועס.
אבער ניין נישט 'מוסעליני' און נישט די נאצי'ס, זענען געווען רעכטע, ליין דורך 'די דאקטרינע פון פאשיזים' געשריבן דורך דער טאטע פון די איידיע 'בעניטא מוסעליני', און נאכדעם קען מען רעדן.

כוואליעס » זונטאג מערץ 12, 2023 7:49 pm

· #518473
אינטערעסאנטע קאמפיין רעקלאמעס פון אתמר
https://youtu.be/JXADWCB3eoQhttps://youtu.be/xmMbJ1-hcUY
https://youtu.be/019XKFhujRc
https://youtu.be/I1CeUs68vqg
https://youtu.be/VGMMj8WmGGg
אתמר אויף א מסירות נפש אקט:https://youtu.be/gOkIm8trIz0
אויפן הר הביתhttps://youtu.be/SypQrNfgbj8


ואידך זיל גמור על היוטיוב טשענאל שלו

ליימדארפער » זונטאג מערץ 12, 2023 8:22 pm

· #518478
[ציטאט אראפגענומען]
זאג עס אין איין ווארט.
ער רעדט און טוהט צום זאך

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 13, 2023 12:25 am

· #518496
כוואליעס
יעצט ווען מיר שטייען אין די געהויבענע טעג צווישן די הייליגע יום טוב פורים און די פארכטיגע יום טוב פסח איז נישט מער ווי פאסיג זיך אראפצוזעצן און א בליק טון איבער די גדולים פון די דור, די ראשי העם, נשיאים דורינו, די בעלי מסירות נפש פונעם דור.

עס איז דא איין איד (און אפשר מער ווי איין) וואס גייט אריין אין יעדע פון די קאטעגאריעס וואס מען האט דא אויסגערעכנט, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט בארימטער אלעמען באקאנטער קדוש אלוקי שכל כולו מסור לשי"ת ה"ה הרב הצדיק "איתמר בן גביר" שליטא יהא זכרו ברוך.
😂 😂 😂

איך רייס מיך שוין פאר געלעכטער 10 מינוט פון דעם פורים תורה,
ראשי העם, נשיא בדורינו, בעל מסירות נפש, קדוש אלקי, כל כולו מסור להשי"ת, הרב הצדיק, לאל 😂
איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו האסט אים גע'הרג'עט צום סוף, שרייבנדיג "יהא זכרו ברוך"...

סתם א עוכר ישראל דער. האט אזויפיל פארגאסן אידיש בלוט אויף זיינע הענט.

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 13, 2023 12:40 am

· #518497
בלוט?
ס'איז קעטשאפ

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 13, 2023 4:33 am

· #518506
כוואליעס
ס'הערט זיך ווי אהרלע סאמעט. איכס.

דערהויבענע איד » מיטוואך מערץ 29, 2023 11:43 am

· #519995
שמעקעדיג
כוואליעס
...

סתם א עוכר ישראל דער. האט אזויפיל פארגאסן אידיש בלוט אויף זיינע הענט.
דאס איז דיין אפיניען. 70 פראצענט כלל ישראל האלט פארקערט, אז דאס ראטעוועט אידן.

עניוועי.