☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שלאגט מען אין אונזערע ישיבות?

שלאגט מען אין אונזערע ישיבות?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15939

פנחסבןאלעזר » מיטוואך מערץ 8, 2023 9:13 pm

· #518209
שלאגט מען אין אונזערע ישיבות?
אין דער טיימס איז געוועהן א ארטיקעל וועגען פארשידענע געזעצען וואס זיי ווילען איינפירען מצד דער לעגעסטלאטור פין דער סטעיט. ווי צ.ב.ש. אז סקולס וואס לערנען נישט מיט די קינדער דריי וויכטיגע נושאים, רעכענען ליינען און געאגראפיע וועלען נישט באקומען געלט. דארט שטייט אז באמת טאר מען נישט שלאגען קינדער אין די מוסדות, אבער היות מען זאגט אז די חסידישע מוסדות שלאגען, ווילען זיי איבערפרישען דער געזעץ.

שמחה אייכענשטיין איז ארויס מיט א פארדאמונג, אז מען שלאגט נישט אין די מוסדות.
איז דער שאלה, וואס איז דער אמת? שלאגט מען יא אדער נישט?
📎 Ban Corporal Punishment in Private Schools, New York Lawmakers Say - The New York Times.pdf

קא משמע לן » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 12:55 am

· #518222
אפשר נישט איבעראל.

אבער אין געוויסע פרומערע מוסדות שלאגט מען פעסט.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:01 am

· #518223
טוט זיך א גאנצע מלחמה אויף טוויטער צווישן שמחה, @קטלא קניא, מאטי געץ, ועוד.

בּליקער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:32 am

· #518226
פיין שלאגט מען. מ׳זעצט און מ׳האקט.

אין מיינע צייטן האט מען שוין געזאגט ״ס׳האט זיך אויפגעהערט״ וויילע איך בין געלעגן אויפ׳ן פראק-טישל און אריינגעהויבן מנה אחת אפיים.

איך וואלט ווארשיינליך גערעדט צו די מידיע איבער דעם שלאג מחלה ווען נישט כ׳גלייב אז זיי וועלן מיינע ווערטער פארדרייען און צולייגן כאוות נפשם, און זענען נישטא פאר די זעלבע אגענדע ווי מיר.

פונקט גערעדט מיט צוויי קליינע פלימעניקס מיינע און ביידע פארציילן מיר איבער די לאנגע-האלצענע-טעיפ-ארומגעבינדענע שטעקנס וואס זייערע מלמדים פארמאגן. איינער איז א כיתה ג׳ אינגל און דער צווייטער א ה׳. דער כיתה ה׳ מלמד איז א אינגער ראצער, אן ערשטע יאר מלמד און האט שוין דעם בלוטיגן שטעקן מוכן לפרוק.

שעים. פחד. עקל.

דוד שריפטליך » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:41 am

· #518230
איך ווייס פון א מוסד ווי די עלטערן האבן גערופן פאליציי פארן שלאגן און למעשה האט די געזעץ בארעכטיגט דאס שלאגן..... באזירט אויף א אלטע געזעץ.

ששון ושמחה » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:38 am

· #518249
וואס פעלט אויס פאר אייכענשטיין צו זאגן אזא אפענע ליגענט?

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:43 am

· #518253
ששון ושמחה
וואס פעלט אויס פאר אייכענשטיין צו זאגן אזא אפענע ליגענט?
כשטיי און כשטוין די זעלבע זאך, ווער בעטדיך בכלל רעדן דערוועגן? עפעס א מין שרעקליכע סטעגערינג טיפשות, סאנדערמיינד ווען ער איז שוין יא האלבוועגס גערעכט

Visionary » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 9:26 am

· #518256
היינטיגע צייטן שלאגט מען שוין נישט אזוי ווי אמאהל. איך האב געכאפט געבראטענע פעטש ווען איך בין געווען א קינד קנאפע 30 יאהר צוריק, רוב מאהל איז מיר געקומען א פאנישמענט אבער נישט קיין פעטש, און אוודאי נישט די אכזריות'דיגע וואס איך פלעג כאפן. (מאמר המוסגר: וועסט מיר נאך דאנקען פאר די פעטש)

דאס איז איינמאהל זיכער, אז א סאך מאהל איז בעסער אז מען זאל געבען א פעטשל (מיט איינגעהאלטענקייט) ווי איידער פארשעמען און צוברעכען דער קינד נפשית לעולמים. איך האלט נישט אז די סטעיט זאל זיך אריינמישן אין דער נושא... נאר וואס, ד ישיבות אין חדרים דארפן האבן קלארע גיידליינס פארוואס און ווען מען קען געבן א פאטש.

מצפצף » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 9:50 am

· #518262
שמן למאור
טוט זיך א גאנצע מלחמה אויף טוויטער צווישן שמחה, @קטלא קניא, מאטי געץ, ועוד.
Link?

Just be Happy » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:30 am

· #518268
מצפצף
שמן למאור
טוט זיך א גאנצע מלחמה אויף טוויטער צווישן שמחה, @קטלא קניא, מאטי געץ, ועוד.
Link?
https://twitter.com/MordyGetz/status/1632252185734967296?t=VJcm2rmT1an1u2PwAEA1xg&s=19

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:28 pm

· #518277
לאגיש גערעדט, אפי' אויב אייכענשטיין איז גערעכט און קיינער טוט עס שוין נישט היינט. אויב אונז (די עלטערן פון די איצטיגע קינדער) זענען מערסטנס געשמיסן געווארן ווען אונז זענען געווען אין חדר און ישיבה, דאן וואו ערווארטעט מען אז מיר זאלן נישט שרייען דערוועגן?

כדי אז היינט זאל מען שוין נישט רעדן דערוועגן, האבן זיי געזאלט אויפהערן שלאגן א דור פריער?!

אמער, אויב זאל ער מודה זיין צו אונז אז מען שלאגט נאך יא היינט, וואלט אייכענשטיין אליינס דאך אויך נישט עקספעקטעד אז די קינדער זעלבסט זאלן ארויסקומען פראטעסטירן?! עכ"פ רובא קינדער ציטערן צו זאגן א ווארט?! איב אזוי, איז דאך דאס א זאך וואס מתחילה אָן זענען די וויי-געשרייען (אדער תוצאות) געמאכט ארויסצוקומען א דור שפעטער.. והבן.

שמן למאור » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 2:55 pm

· #518288
איך מיין אז אייכנשטיין שפילט מיט די ווארט ישיבות. אין די גויאישע וועלט ריפן זיי אונזער גאנצע היימישע עדיוקאציע סיסטעם די 'ישיבה חינוך סיסטעם' אבער ביי אונז ריפט מען א ישיבה דוקה פון נאך כתה ט' און ווייטער. אין ישיבה איז שוין כמעט נישטא אזא זאך אז א מגיד שיעור אדער משגיח זאל הייבן הענט. נישט אז עס מאכט זיך קיינמאל נישט, אבער ס'איז שוין א מיעוטא דמעוטא, און עס איז בדרך כלל אפגעפרעגט. אין חדר ווידער שלאגט מען נאך פעסט, טאקע נישט די כעס'יגע מכות אחזריות פון אמאל, אבער דאך גייט פראסקעס מיט ציפעס אויף א רעגולער בעיסעס. אדרבה, פרעגטס ענק נאר אביסל נאך...