☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » הרב בנציון באבוב - מחאה נמרצה - קלאפען ביי ממוכן

הרב בנציון באבוב - מחאה נמרצה - קלאפען ביי ממוכן

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15933

פנחסבןאלעזר » זונטאג מערץ 5, 2023 11:48 am

· #518021
הרב בנציון באבוב - מחאה נמרצה - קלאפען ביי ממוכן
געהערט האלבע ווערטער. געוועהן א יארצייט סעודה, און ער האט מוחה געוועהן אקעגן די יונגעלייט וואס קלאפן ביי ממוכן, ושתי און זרש. געזאגט אז דער קלאפט דארף איבערבעטן זיין ברודער ביי די מציבה. און דער וואס האלט אז מען דארף קלאפן, זאל גיין דאווענען אין אן אנדערע בית המדרש, נישט נאר פורים נאר א גאנצע יאר, און ער וועט נישט וויינען נאך אים.

פאלגזאם » זונטאג מערץ 5, 2023 5:24 pm

· #518046
איך גלייב אז זיין טאטע האט א גרויסע כח אין הימל, אדערווייז פארשטיי איך נישט וויאזוי דער האט נאך נאכפאלגער.

Lesser » זונטאג מערץ 5, 2023 6:46 pm

· #518052
האלבע ווערטער!!!! איך האב געהערט די דרשה, די האסט זיכער נישט, ער האט גערעדט איבער שבת זכור, נישט ממוכן וכדומה, עפעס וואס האט געדארפט א תיקון, נישט דערמאנט זיין ברידער וכדומה.... נישט קיין מצוה צו פאבראצירן מעשיות

שפילער » זונטאג מערץ 5, 2023 6:48 pm

· #518053
פאלגזאם
איך גלייב אז זיין טאטע האט א גרויסע כח אין הימל, אדערווייז פארשטיי איך נישט וויאזוי דער האט נאך נאכפאלגער.
נאר אויף עים פארשטייסטו נישט?...

פאלגזאם » זונטאג מערץ 5, 2023 7:22 pm

· #518055
שפילער
פאלגזאם
איך גלייב אז זיין טאטע האט א גרויסע כח אין הימל, אדערווייז פארשטיי איך נישט וויאזוי דער האט נאך נאכפאלגער.
נאר אויף עים פארשטייסטו נישט?...
יעדער האט זיך זיין שוואכקייטן, אבער ער איז געפערליך.

שמן למאור » זונטאג מערץ 5, 2023 7:25 pm

· #518056
פאלגזאם
איך גלייב אז זיין טאטע האט א גרויסע כח אין הימל, אדערווייז פארשטיי איך נישט וויאזוי דער האט נאך נאכפאלגער.
די וועג וויאזוי חסידות'ן אפערעיטן הייניטיגע צייטן, פארשטיי איך אלעס זייער גוט אפילו אן דעם וואס זיין טאטע האט סיי וואספארא כח אין הימל...

ליימדארפער » זונטאג מערץ 5, 2023 10:57 pm

· #518074
כ'האב די שבת געדאווענט אין א מאדערנער שול, און כ'בין געווען שאקט, אז מ'קלאפט נישט נאך זכור.
ווייל כ'האב געמיינט אז ס'איז א וועלטס מנהג.
אפשר די מאדערנע קלאפן ביי פרה???

פרנס החודש » זונטאג מערץ 5, 2023 11:00 pm

· #518075
Re: הרב בנציון באבוב - מחאה נמרצה - קלאפען ביי ממוכן
האסט געדאוונט אין מיין שול?

סמבטיון » זונטאג מערץ 5, 2023 11:02 pm

· #518077
אין בעלזא קלאפט מען אויך נישט שבת זכור ביי תמחה את זכר עמלק. זעט אויס אז אין גאליציע פלעגט מען נישט קלאפן.

ביבער » זונטאג מערץ 5, 2023 11:19 pm

· #518079
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי נישט, דו ברענגסט אייוועלט ווי כאילו אלס א פארלעסליך מקור? אויב וואלט ווען עפעס טאקע פארגעקומען וואס וואלטסטו עקספעקטעד צו זעהן דארטן?

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 5, 2023 11:45 pm

· #518080
[ציטאט אראפגענומען]
די הפלא ופלא איז אויף די וואס פאבראצירן אז רב"צ האט מוחה געווען אויף קלאפן ביי ממוכן אדער אויף די פשעטל פון רב"צ?

מתבודד » זונטאג מערץ 5, 2023 11:53 pm

· #518082
ער טענה'עט דאך אז ס'איז נישט געווען די מנהג, און איז במילא א בזיון ביהמ"ד. ס'איז טאקע אזוי מאדנע??

און א ניין טו פייוו זשאב וואלט געווען געזונטער פאר זיבעציג פראצענט רבי'ס היינט.

אגב, הרב אלישיב האט געהאלטן אז זיך אויפשטעלן ביי די קריאה פון עשרת הדברות און שירה וכו' איז א חילול השם. סתם פאר די קאנצעפט...

תרמב » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:09 am

· #518086
סמבטיון
אין בעלזא קלאפט מען אויך נישט שבת זכור ביי תמחה את זכר עמלק. זעט אויס אז אין גאליציע פלעגט מען נישט קלאפן.
אין די שוהל ווי איך דאוון פירט זיך האלב בית מדרש צו קלאפן ביים ענדיגן לייענען זכור, און די צווייטע האלב בית מדרש פירט זיך צו שושקענען דעמאלטס, איך בין יוצא ידי שניהם און איך קלאפ און שושקע אויף איינמאל...

מתבודד » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:17 am

· #518087
אלס זכר מה שנאמר אז עמל"ק איז בגימ' ספ"ק....

קהל'ס נער » מאנטאג מערץ 6, 2023 1:18 am

· #518090
תרמב
סמבטיון
אין בעלזא קלאפט מען אויך נישט שבת זכור ביי תמחה את זכר עמלק. זעט אויס אז אין גאליציע פלעגט מען נישט קלאפן.
אין די שוהל ווי איך דאוון פירט זיך האלב בית מדרש צו קלאפן ביים ענדיגן לייענען זכור, און די צווייטע האלב בית מדרש פירט זיך צו שושקענען דעמאלטס, איך בין יוצא ידי שניהם און איך קלאפ און שושקע אויף איינמאל...
וכן אני נוהג.....לאל...איך פלעג מיינען אז איך בין די איינציגע 😂 😂

מצפצף » מאנטאג מערץ 6, 2023 1:24 am

· #518091
מתבודד
ער טענה'עט דאך אז ס'איז נישט געווען די מנהג, און איז במילא א בזיון ביהמ"ד. ס'איז טאקע אזוי מאדנע??

און א ניין טו פייוו זשאב וואלט געווען געזונטער פאר זיבעציג פראצענט רבי'ס היינט.

אגב, הרב אלישיב האט געהאלטן אז זיך אויפשטעלן ביי די קריאה פון עשרת הדברות און שירה וכו' איז א חילול השם. סתם פאר די קאנצעפט...
הרב אלישיב?
דער רמב"ם!

מצפצף » מאנטאג מערץ 6, 2023 1:25 am

· #518092
סמבטיון
אין בעלזא קלאפט מען אויך נישט שבת זכור ביי תמחה את זכר עמלק. זעט אויס אז אין גאליציע פלעגט מען נישט קלאפן.
אין ערגעץ פלעגט מען נישט קלאפן, דער מנהג איז גאנץ ניי.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 6, 2023 2:52 am

· #518094
מתבודד
ער טענה'עט דאך אז ס'איז נישט געווען די מנהג, און איז במילא א בזיון ביהמ"ד. ס'איז טאקע אזוי מאדנע??

און א ניין טו פייוו זשאב וואלט געווען געזונטער פאר זיבעציג פראצענט רבי'ס היינט.

אגב, הרב אלישיב האט געהאלטן אז זיך אויפשטעלן ביי די קריאה פון עשרת הדברות און שירה וכו' איז א חילול השם. סתם פאר די קאנצעפט...
דער חפץ חיים האט אויך אזוי געהאלטן. ער האט געטענה'ט אז מיט דעם מאכט מען די איבעריגע חלקים פון די תורה נישט וויכטיג. אז נאר דארט שטעלט מען זיך אויף...!

מצפצף » מאנטאג מערץ 6, 2023 8:13 am

· #518100
berlbalaguleh
מתבודד
ער טענה'עט דאך אז ס'איז נישט געווען די מנהג, און איז במילא א בזיון ביהמ"ד. ס'איז טאקע אזוי מאדנע??

און א ניין טו פייוו זשאב וואלט געווען געזונטער פאר זיבעציג פראצענט רבי'ס היינט.

אגב, הרב אלישיב האט געהאלטן אז זיך אויפשטעלן ביי די קריאה פון עשרת הדברות און שירה וכו' איז א חילול השם. סתם פאר די קאנצעפט...
דער חפץ חיים האט אויך אזוי געהאלטן. ער האט געטענה'ט אז מיט דעם מאכט מען די איבעריגע חלקים פון די תורה נישט וויכטיג. אז נאר דארט שטעלט מען זיך אויף...!
זה לשון הרמב"ם בתשובה.

אשר הנהיג הרב הנפטר נ"ע לישב, הוא הראוי, וראיותיו ראיות נכונות לפי דיני אנשי העיון, ואין להוסיף עליהן. וכך היה ראוי לעשות, בכל מקום, שמנהגם לעמוד, צריך למנעם, בגלל מה שמגיע בזה מן ההפסד באמונה (ומה שמדמים), שיש בתורה מדרגות ומקצתה מעולה ממקצתה, וזה רע עד מאד. ומן הראוי לסתום כל הפתחים, שמביאים לזאת האמונה הרעה.

יואליש » מאנטאג מערץ 6, 2023 10:32 am

· #518104
[ציטאט אראפגענומען]
הרב דוד מייזליש פון סאטמאר מאנטריאל פלעגט יאר איין יאר אויס פירן א מערכה מיט און האלטן דרשות קעגן די תמחה זכר עמלק קלאפערס.

וואס מיר פארזעהן אז ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז קלאפן ביי המן האט זיך אויך נישט אנגעהויבן מיט א כנסיה פון די אנשי כנסת הגדולה אדער סיי וועלכע רבנישע דעליבערעטינג באדי. איימיצער האט ערגעצוואו באשלאסן צו אויסדריקן זיין אדער איר אנטריסטונג מיט המן (מסתם דער אידל וואס פארשטעלט זיך שוין זינט ר"ח אדר) און דער עולם האט עס געגליכן און איבערעסיאר האבן אנדערע נאכגעמאכט. פון דארט ביז א פוק חזי מאי עמא דבר, אם אין נביאים הן בני נביאים הן און ואל תטוש איז א קורצע צוואנציג יאר, ווער רעדט נאך אויב ס'ווערט געדריקט אין די ארטיגע מנהגים.

Lesser » מאנטאג מערץ 6, 2023 10:36 am

· #518105
לאמיר דא אריינשיקן די דברים וואס משל'ט בעסער ארויס די סדר הדברים.

מוצאי שבת האט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא פון אחיו כ"ק מרן אדמו"ר מהרנ"ץ זצוק"ל אין גרויסן ביהמ"ד, בהשתתפות אלפי חסידים פון איבער גרעיטער ניו יורק אין ניו דזשערסי.

אנהייב טיש האט דער רב אויפגעטרויטען מיט דברות קודש און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק וואס איז די טעג אין קאורט און אין די יעצטיגע טעג דארף עס רחמי שמים, די רב האט זיך צושריגן עת צרה היא ליעקב און געזאגט אז ס'נישט נאר א גזירת החינוך נאר א גזירת גירוש ווייל אן חינוך קען מען נישט בלייבן וואוינען דא, און געבעטן דעם ציבור אז מ'זאל אויסנוצן די צייט בימי הפורים ובפרט תענית אסתר מעורר צו זיין רחמי שמים מרובים און מתפלל זיין להעביר את רוע הגזירה.

שפעטער האט דער רב אויפגעטרויטען מיט די לענגערע אמרי קודש הכנה לימי הפורים, צום סוף פונעם תורה האט די רב שלא כהרגלו גאר שארף ארויסגעטרויטן קעגן די וואס ברענגען אריין נייע מנהגים אשר לא שערום אבותינו, אפילו עס האט מקורות דארף מען זיך האלטן צו די מסורה יעדער פון זיינע אבות און זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא ווייל דאס איז די קיום פון כלל ישראל אין גלות, און דערנאך אנגעווינטשן מברכותיו הטהורים בזכות פון די בעל הילולא.

דורכאויס די טאג האט דער רב געדאווענט פארן עמוד אלע תפלות לע"נ פונעם ברידער, אין די פארמיטאג שעות איז דער רב ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו צו ניו דזשערסי מתפלל צו זיין ביים ציון הקדוש. דער רב האט פארגעזאגט ספר רביעי בתהילים און תמניא אפי, דערנאך האט הגה"ח ר' יודל לעזער פארגעלערנט משניות און דער רב האט געזאגט קדיש. אויפן וועג ארויס האט דער רב געצינדען א ליכט ביים ציון פון אביו רבינו הקדוש בעל דברי שלמה זצ"ל.

פאר'ן פארלאזן די בית החיים איז די רב צוגעגאנגען צום קבר פון די באבע ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל קדושת ציון זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט די וואך און געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים.

מן הסתם » מאנטאג מערץ 6, 2023 10:38 am

· #518106
ס'דא דיעות אז דניאל איז געווען ממוכן, ער האט געהייראט א עליטע פרסיש'ע פרוי, ווייל ער איז געווען א סריס און דעריבער אסור חתונה צו האבן מיט א יודישע פרוי, דעריבער האט ער חתונה געהאט מיט א פרסי'טע שטייצעך א גיורת , און זי האט נישט געוואלט רעדן זיין שפראך, דעריבער האט ער דאן געהאט א אינטערעסע איר מסדר צו זיין וכו'.

לפי"ז קען מען דען קלאפן אויפן נביא דניאל?..

בעל אחריות » דינסטאג מערץ 7, 2023 11:59 am

· #518135
תרמב
סמבטיון
אין בעלזא קלאפט מען אויך נישט שבת זכור ביי תמחה את זכר עמלק. זעט אויס אז אין גאליציע פלעגט מען נישט קלאפן.
אין די שוהל ווי איך דאוון פירט זיך האלב בית מדרש צו קלאפן ביים ענדיגן לייענען זכור, און די צווייטע האלב בית מדרש פירט זיך צו שושקענען דעמאלטס, איך בין יוצא ידי שניהם און איך קלאפ און שושקע אויף איינמאל...
אונז דאווענען אין די זעלבע שוהל?