☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קול קורא - נישט גיין נאך געלט אין פורים

קול קורא - נישט גיין נאך געלט אין פורים

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15931

פנחסבןאלעזר » זונטאג מערץ 5, 2023 10:52 am

· #518017
קול קורא - נישט גיין נאך געלט אין פורים
א קול קורא אונטערגעשריבן פון אלע רבנים אז מען זאל נישט גיין נאך געלט אין פורים אין הייזער. חוץ טאמער מען וויסן אז דער הויז איז ריין פין פרויען.

מתבודד » זונטאג מערץ 5, 2023 11:17 am

· #518019
פנחסבןאלעזר
א קול קורא אונטערגעשריבן פון (אלע) אסאך רבנים אז מען זאל נישט גיין נאך געלט אין פורים אין הייזער. חוץ טאמער מען וויסן אז דער הויז איז (ריין פין פרויען) אפגעטיילט מענער און פרויען.

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 5, 2023 12:08 pm

· #518027
פנחסבןאלעזר
א קול קורא אונטערגעשריבן פון אלע רבנים אז מען זאל נישט גיין נאך געלט אין פורים אין הייזער, חוץ טאמער מען וויסן אז דער הויז איז ריין פון פרויען.
#פרויען-ריין
די חרדים האלטן שוין לאנג אז די אייבערשטער האט געמאכט א טעות מיטן באשאפן פרויען.......
נאך אביסל וועט chatGPT שוין קענען טראגעדיג ווערן און מען וועט שוין מער נישט דארפן קיין פרויען צו פאפען בעביס, און מען וועט פארשיקן אלע פרויען קיין סיביר...... נאר דעמאלט וועט זיין א שלימות הבריאה.

שמן למאור » זונטאג מערץ 5, 2023 12:27 pm

· #518033
📎 Screenshot_20230305-122316_Twitter.jpg

מצפצף » זונטאג מערץ 5, 2023 12:48 pm

· #518035
דאס איז עכט?

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 5, 2023 12:52 pm

· #518036
שמן למאור
📎 Screenshot_20230305-122316_Twitter.jpgScreenshot_20230305-122316_Twitter.jpg
אינטערעסאנט אז פינקט די אלע חותמים האבן נישט קיין מוסדות (און מאכן גזירות וואס מאכט זיי נישט אויס), און פונקט אלע וואס האבן מוסדות און דארפן די געלט פון די בחורים פינקט זיי פארשטייען נישט פארוואס מען מאכט אזאלכע גזירות......
ס'איבעריג צו שרייבן אז ווערטער זענען איבעריג.....

כרם זית » זונטאג מערץ 5, 2023 1:21 pm

· #518038
Re: קול קורא - נישט גיין נאך געלט אין פורים
נאכמער אינטרעסאנט די היפיקראטיע פון די מנהלים וואס פאר בין הזמנים טוען זיי פותח זיין די גהינם פארן נישט היטן די אויגן. אבער ווען עס קומט פורים וואס עס איז נוגע געלט פון ישיבה, שיקט מען אריין יונגע בחורימלך אין שיכורע הייזער וועלכע זעט צומאל אויס ווי א קלאב.

תנחום » זונטאג מערץ 5, 2023 7:14 pm

· #518054
אין וויזניץ האביך געזעהן א צעטל געווידמעט פאר בחורים אז זיי זאלן נישט אריינגיין אין הייזער. די צעטל האט געהאט די זעלבע גרעפיקס. קוקט אויס ווי איינער שטייט אינטער דעי נייע פרומקייט.

פרנס החודש » זונטאג מערץ 5, 2023 9:36 pm

· #518062
Re: קול קורא - נישט גיין נאך געלט אין פורים
די זעלבע וואס האבן (סוקסעספול) אנגעדרייט קעגן די מאבילס. יעצט גייען זיי ליידיג, אז עס איז נישטא קיין מאבילס וועט מען אסר׳ן געלט גיין.

ליימדארפער » זונטאג מערץ 5, 2023 10:12 pm

· #518065
באמת אמרו, אז ס'איז היבש מאדנע און בושת פנים'דיג, פאר אסאך אביונים צו דארפן אויסשטרעקן די הענט, ווען דער נותן זיצט צוווישן זיינע טאכטוירים לתפארת, און זיין פאר זיי א שוי!

אבער פונעם אנדערער זייט, אז דו הייבסט מיר אן צו זאגן ווי כ'זאל קאלעקטן געלט און ווי נישט. און דו געבסט מיר נישט קיין רעיס אין כולל, צו עפעס ענליכס, במקום פון גיין צו הייזער. וואספארא פתחון פה לרעה קען זיין ערגער דערפון.

לא יתן ולא יתנו אחרים?...

זיי זיצן שוין אויף גראבע קעש, סיי פון די פולע פראגראמען - וואס די תלמידים קריגן נישט דערפון קיין לעק; ווילסטו מיר נאך זאגן ווי כ'זאל אויפ'פיקעווען מיינע פרוטות אויך?

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 5, 2023 10:19 pm

· #518066
ליימדארפער
באמת אמרו, אז ס'איז היבש מאדנע און בושת פנים'דיג, פאר אסאך אביונים צו דארפן אויסשטרעקן די הענט, ווען דער נותן זיצט צוווישן זיינע טאכטוירים לתפארת, און זיין פאר זיי א שוי!
אבער פונעם אנדערער זייט, אז דו הייבסט מיר אן צו זאגן ווי כ'זאל קאלעקטן געלט און ווי נישט. און דו געבסט מיר נישט קיין רעיס אין כולל, צו עפעס ענליכס, במקום פון גיין צו הייזער. וואספארא פתחון לרעה קען זיין ערגער דערפון.
לא יתן ולא יתנו אחרים?...
איך האלט שוין לאנג אז די מוסדות טארן נישט נעמען קיין געלט פון איינער מיט א סמארטפאון, אלץ כוח הפועל בנפעל, אההה פאר דעים האבן זיי נישט די באליס, סאו שטפ"א.

ליימדארפער » זונטאג מערץ 5, 2023 10:22 pm

· #518067
הערט א שיינעם קליפ פון שלומי דאסקאל - פורים מוהט!!!!
https://www.youtube.com/watch?v=xY74QHJkWak

צקון לחש » זונטאג מערץ 5, 2023 10:33 pm

· #518068
ליימדארפער
באמת אמרו, אז ס'איז היבש מאדנע און בושת פנים'דיג, פאר אסאך אביונים צו דארפן אויסשטרעקן די הענט, ווען דער נותן זיצט צוווישן זיינע טאכטוירים לתפארת, און זיין פאר זיי א שוי!
יא אבער די לעצטע זאך וואס אונז ווילן אונז צו אוועקנעמען די חשק פון די געהערטע נותנים צו שוויצן פאר גרויס געלט דורכאויס די יאר...

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 5, 2023 10:39 pm

· #518069
פונקט דאס האביך געזאגט: איינער וואס האט א סמארטפאון איז פסול לעדות און זיין וויין איז יין נסך. אבער די רבנים האבן נאכנישט ארויסגעגעבן א קול קורא אז מ'טאר נישט אריינגיין אין זיין הויז צו קאלעקטן געלט.

אני הקטן האב א מנהג אז איעדער וואס קומט פורים צו מיין הויז נאך געלט זאג איך איהם ער זאל וויסן אז איך האב (רח"ל) א סמארטפאון. כדי ער זאל (ח"ו) נישט נכשל ווערן מיט דעם כח הפועל בנפעל (בפיפל). ס'האט נאך קיינער נישט אפגעזאגט צו נעמען געלט...!

ליימדארפער » זונטאג מערץ 5, 2023 10:47 pm

· #518072
די אבסורד איז ביז'ן הימל.
כ'האב טאקע היינט געהערט א יונגערמאן זיך אפרעדן, אז זיין ראש הכולל האט אנגעזאגט, אז מ'מוז אריינברענגן א סכום, אבער אויב מ'גייט צו הייזער ווי ס'דא פרויען ביים טיש, איז עס פסול'ע געלט...
די נבל איינער, דו שיקסט יענעם קאלעקטן, און טיילסט אים נאך איין, בין כשר לפסול? וואספארא פארפרומטע רשעות איז דאס.

ליימדארפער » זונטאג מערץ 5, 2023 10:54 pm

· #518073
ממה נפשך, אויב קען מען זיך נישט באגיין אנדעם, וואס פייניגסטו יודען?
אויב קען מען יא, טא פארוואס האבן די מוסדות אפיסעס יא אינטערנעט און אויבער'פראגראמען, און ווייסעך וואס פאר א שווארץ קאפל, אשר לא שערום אבותינו.

כח הפועל בפִּיפֿל - זאגט ער גוט אונזער berlbalaguleh@

ווי איז די מסירות נפש, ווען דו דארפסט דיך רעבעלע אליינס באלעפשענען מיט די סכומים?

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מערץ 5, 2023 11:18 pm

· #518078
מעניין לעניין;

א בחור קומט צו זיין ראש ישיבה אז ער וויל גיין וואטשען א באלל געים ביי מיטאג סדר פרעגט איהם דער ראש ישיבה וואס זעהט מען דארט איז איהם דער בחור מסביר ווי אזוי ס'ארבעט אז סאיז דא א גאול און מען דארף עס ריטשען וכו' וכו', זאגט איהם די ראש ישיבה מיט א צינישע שמייכעל נו קענסט גיין אליינס ביינאכט אריין ווארפען די באלל ווען קיינער איז נישט דארט און אזוי ריטשען דעם גאול.
אפאר וואכען שפעטער פאר פורים האט דער ראש ישיבה געהאלטען א דרשה אז יעדער איינער זאל און מוז אריין ברענגען געלט און מען מוז דערגרייכען די גאול.
נאך די דרשה גייט די בחור צו צו דער ראש ישיבה, דו דארפט מיך נישט האבען דו קענסט אליין גיין ביי נאכט ריטשען דיין גאול.......

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 5, 2023 11:54 pm

· #518083
קהל'ס נער
שמן למאור
📎 Screenshot_20230305-122316_Twitter.jpgScreenshot_20230305-122316_Twitter.jpg
אינטערעסאנט אז פינקט די אלע חותמים האבן נישט קיין מוסדות (און מאכן גזירות וואס מאכט זיי נישט אויס), און פונקט אלע וואס האבן מוסדות און דארפן די געלט פון די בחורים פינקט זיי פארשטייען נישט פארוואס מען מאכט אזאלכע גזירות......
ס'איבעריג צו שרייבן אז ווערטער זענען איבעריג.....
גראדע סקולעני רבי האט יא מוסדות חסד לאברהם. אקעי, אפשר פון דא איז טאקע א ראי' צו די וואס זאגן אז די מוסדות עקזיסטירן בלויז אויף פאפיר.
און קאסוב'ע רבי לרפו"ש האט דאך איצט געמאכט די גרויסע קאמפעין פאר'ן נייעם בית מדרש, על טהרת האינטערנעט, אינטערגעשטיצט דורך וואטסעפפ.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 6, 2023 3:01 am

· #518095
שמעון וואלף

שמעון וואלף: ייש"כ. איך האב מיך אייביג געווינדערט פארוואס איך האב (נאך) נישט געזעהן די באסעס פון די מוסדות חסד לאברהם ארומפארן אין די גאסן...!

יאסל ראקאווער » מאנטאג מערץ 6, 2023 6:48 am

· #518097
[ציטאט אראפגענומען]
מ'האט זיי גוט צוגעפיקסט אבער ס'גיט א שמייכעל. ביסט געשווימען מיט די שארקס האט מען דיר דאס אינטערשטן צוביסען.

מ'גיט נישט קיין שבח בריוולעך פאר אזוינע עקסטרעמיסטן. וואס אייזענשטאטע רב'ס קינדער זענען נישט ביי זיין טיש אינדערהיים?

און אויך ס'איז סתם אזוי א ליגענט. אין בית אשר נותן צדקה (ולא נוטלים צדקה כמו אצל בית רבינו של סקולען ו'קאסוב, מחותמי הפלסטר) ואין שם נשים.

לעצטע איז די קול קורא עקסטרע עקסטרעמיסטיש אויף פורים. שאף הם היו באותו הנס!

מתבודד » מאנטאג מערץ 6, 2023 7:48 am

· #518098
@אנאנים ברענגט דאך גוט ארויס, אז ס'איז ס"ה א שיינע חיזוק בריוו. די 'פלסתר' אויסקוק איז נאכדעם צוגעקומען.

אויב זיך רעגן איז עס אויף די ראשי ישיבות ורבנים וואס פרעדיגן אגאנץ יאר דיזע ענינים און ווערן אבער בלינד ווען זיי דארפן די פאר דאללער. (טראכט נאר, 3-4 בחורים קומען צום ר"י דערציילן אז זיי זענען געגאנגן טאנצן ביי א פארטי פאר עפעס א בעלבתי'שע משפחה, צו קאנווינסן יענער זאל ספאנסערן א זינגער פארן מלוה מלכה מוצאי פונעם שבת התוועדות. זיי האבן זייער הנאה געהאט, און אויפן וועג ארויס האט זיך אפי' די בעלבאסטע באדאנקט פארן מאכן אזוי פרייליך און לעבעדיג... כ'בין זיכער די ר"י וועט זיך ווארעם באדאנקען...)
עכ"פ איך פארשטיי נישט די קשיא אויף די חותמים פונעם חיזוק בריוול נאר ענדערש אויף די טו-פעיסערס וואס חת'מענען נישט כי בממונם הדבר.

נאך א מיינונג » מאנטאג מערץ 6, 2023 7:55 am

· #518099
איך מוז אויסדרוקן אן אנדערן מיינונג ווי דער עולם דא.

איך געדענק מיין יארן אלס בחור, איך בין געזעסן אין ישיבה אגאנצע יאר, כמעט נישט ארויסגעגאנגן פון ישיבה, אחוץ א געשעפט דא דארט, אדער א משפחה שמחה. איך האב גערעדט נאר מיט אנדערע בחורים, און מיט זיי פארברענגט. דער פורים שנארן איז געווען אן אויג עפענער, תרתי משמע. מעגייט אריין ביים בעלעבאת אין שטוב, און זיין טעכטער שטיין ביים זייט, צומאל פארשטעלט אויך, און זיי גיגעלן אויף די שטיק פון די בחורים, און עס איז געווען זייער געשמאק. אלס איז מער לויז ווי אגאנץ יאר, 'קוק האו קיוט דהעט קאסטיום איז' 'אוי, יור שיינדיס זון, גיב איר א גריס פון דבוירי' ועוד ועוד. דאס איז נישט געזונט פאר די אלגעמיינע בחור, און נישט אויסגעהאלטן. איך מיין יעדער בחור קען מודה זיין דערצו, ווען ער האט די שלייער פון אנאנימקייט.

די קול קורא איז אפשר א נארישקייט, אבער די ישיבות וואלטן געמעגט האבן די אחריות נישט ארויס צו שיקן די בחורים נאך געלט פורים, נאר מאכן א פורים אין ישיבה פאר זיי. יא יא, ווי דו הערסט. שיקן בחורים נאך געלט פורים איז נישט ממצוות היום, און ווען מעשטעלט עס אפ באצייטענס, וועט גארנישט פאסירן.

און א כולל שיקן די יונגעלייט נאך געלט מיט א גאול איז א געמיינהייט, א חוצפה נורא פון דער ראש כולל. אן עכטע בזיון התורה און די יונגעלייט דארפן מוחה זיין און נישט גייען נאך געלט. וואס מיינן זיי גייט פאסירן? דער ראש כולל וועט פארמאכן די כולל.

קהל'ס נער » מאנטאג מערץ 6, 2023 8:54 am

· #518102
נאך א מיינונג

איך ווייס נישט וואס די ווילסט, פורים איז געוועהן די היילייט פון די יאר ספעציעל נאך א סטרעספול שובבי"ם, וואס קען זיין א בעסערע טהעראפי ווי זיך אויסטאנצן און פארשטעלן און באקימען אטטענטשען פון א האלבע שטאט.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג מערץ 6, 2023 11:36 am

· #518108
קהל'ס נער
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, פורים איז געוועהן די היילייט פון די יאר ספעציעל נאך א סטרעספול שובבי"ם, וואס קען זיין א בעסערע טהעראפי ווי זיך אויסטאנצן און פארשטעלן און באקימען אטטענטשען פון א האלבע שטאט.
הייסט דו ביסט אויך מסכים אז שובבי"ם אין די ישיבות און גיין נאך געלט פורים זענען תרתי דסתרי, דו האלטסט פשוט אז שובבי"ם איז די פראבלעם, און ער האלט פורים איז די פראבלעם...

איך האב געוואלט שרייבן איך בין מסכים אז שובבי"ם איז די פראבלעם, יעצט טראכט עס איז נישט קיין פראבלעם בכלל. מען דארף טאקע אויסלערנען פאר בחורים דער וועלט איז פיל מיט סתירות און הפכים. יעדער מעג בוחר זיין צו פירן מער א שובבי"ם לעבן, אדער מער א פורים לעבן.

זאל מען שוין אויסגעלייזט ווערן פון אשר ישלטו היהודים...

יאסל ראקאווער » מאנטאג מערץ 6, 2023 11:47 am

· #518109
פארשטיקענע פיש געגעסן אבער די טאשן דארף מען אנפילן
📎 IMG-20230306-WA0029.jpg

שמן למאור » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:50 pm

· #518113
יאסל ראקאווער
פארשטיקענע פיש געגעסן אבער די טאשן דארף מען אנפילן
זיי האבן איינגעזען אז די נייע תקנה קען נאך שאטן פאר די מוסדות... עד כאן.. לול..

שמן למאור » מאנטאג מערץ 6, 2023 1:04 pm

· #518116
אויף אייוועלט איז מען אויך נישט אזוי צופרידן פון דעם צעטל...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4165631#p4165631

שמן למאור » מאנטאג מערץ 6, 2023 5:36 pm

· #518121
אט אזוי!!
📎 IMG_20230306_173602_131.jpg

כלבאשבוע » מאנטאג מערץ 6, 2023 5:56 pm

· #518122
📎 1EAE3130-0A29-4AD1-B5D4-E41977499FF3.jpeg

שלג זהב » מאנטאג מערץ 6, 2023 6:17 pm

· #518123
[ציטאט אראפגענומען]
אויף דעים בויען די חברה לכתחילה רוב פון זייערע מערכות, זיי ווייסן אז א גרויסע פראצענט וועלן נישט אונטערהאקן די רבנים'ס כח.

מיט דעים ברעינוואשן זיי נאכדעים אין גיליונות פארסמאקעווען זיך דערמיט ביי דרשות, צו זאל עס זיין ביי די סמארטפאון'ס מערכה אדער סיי וואס.

ס'פאלט זיי ניטאמאל איין אז ס'קען זיין מ'עט זיי האלטן אקאונטעבעל פארן שוואך מאכן די רבנים'ס כח אין די אויגן פון די יונגווארג.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 6, 2023 10:45 pm

· #518128
שמן למאור
אויף אייוועלט איז מען אויך נישט אזוי צופרידן פון דעם צעטל...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4165631#p4165631
איך האב הנאה געהאט צו ליינען דעם שקלא וטריא אויף אייוועלט.
זעהט אויס אז אסאך זאכן וואס מיר וויינען דא אויף די פאלשע הנהגה, קומט סוכ"ס אן אויך צו די פרומערע שיכטן און קרייזן, און היינט זאגן זיי דאס זעלביגע וואס מיר דא האבן שוין געקלאגט יארן צוריק אין מערערע אשכולות, אז די גאנצע "קול קורא" קאנצעפט איז א סקעם, עס מיינט נישט קיין דעת תורה, עס איז ס"ה אפאר טראציגע עקסטרעמיסטן וועלכע שיקאנירן די רבנים, עד כדי כך אז איינער שרייבט דארט אפילו איבער דעם לעצטיגן ארויסטריט אקעגן די זכו פראגראם אז מען העצט סתם די רבנים, ווי אויך לאכט מען אפ די אלע עקסטרעמיסטישע גליונות וואס ערשיינט.

סאמהאו גיבט עס מיר האפענונג אז אפילו דער נארמאלע-פרומע עולם פארנעמט שוין נישט די עקסטרעמיזם פון די קאנטראלינג סיקריקים וואס זענען דא צו פארביטערן דעם לעבן פון דעם נארמאלן תורה-טרייען איד.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 7, 2023 2:54 pm

· #518140
שמעקעדיג: ייש"כ. אין אן ענליכן עניין (פון די פאלשע פרומקייט).

עטליכע עקסטרעמיסטן זענען אמאל געקומען צו הגה"צ דער גאב"ד זצ"ל מיט א מאדנע געדאנק. אז היות נשים קומען פרעגן שאלות ביי בי"ד זאל מען מאכן א פארדעקטן פענצטער מיט א קליין שטיקל אפן כדי די דיינים וואס ענטפערן אויף די שאלות זאללן ((ח"ו) נישט נכשל ווערן מיט הסתכלות בנשים. האט זיי דער גאב"ד געענטפערט... ווער ס'קען נישט פארטראגן צו רעדן צו פרויען אויף א נארמאלן וועג דער באלאנגט נישט אין הוראה...!

ליימדארפער » דינסטאג מערץ 7, 2023 3:05 pm

· #518143
berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. אין אן ענליכן עניין (פון די פאלשע פרומקייט).

עטליכע עקסטרעמיסטן זענען אמאל געקומען צו הגה"צ דער גאב"ד זצ"ל מיט א מאדנע געדאנק. אז היות נשים קומען פרעגן שאלות ביי בי"ד זאל מען מאכן א פארדעקטן פענצטער מיט א קליין שטיקל אפן כדי די דיינים וואס ענטפערן אויף די שאלות זאללן ((ח"ו) נישט נכשל ווערן מיט הסתכלות בנשים. האט זיי דער גאב"ד געענטפערט... ווער ס'קען נישט פארטראגן צו רעדן צו פרויען אויף א נארמאלן וועג דער באלאנגט נישט אין הוראה...!
און ווער ס'באקאנט, פירט מען זיך אינעם קלויסטער פונעם קירכע, אז דער גלח זיצט אין אזא שטיבעלע מיט א פענסטער, און דורך א מחיצה הערט ער אויס די וידוי און חטאים פון זיינע יונגע...
[און דארט פאסירט די אלע סיפורים שלא יעשו....]

קבצו זקנים » מיטוואך מערץ 8, 2023 11:23 am

· #518160
Payback Bank
Payback Bank
📎 Payback Bank.jpg

איך אויך » מיטוואך מערץ 8, 2023 3:29 pm

· #518178
כ'האב פאר קיין רגע נישט געקלערט אז דער אשכול וועט מאריך ימים זיין דארט אויף א"וו.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 8, 2023 3:44 pm

· #518183
כלבאשבוע
📎 1EAE3130-0A29-4AD1-B5D4-E41977499FF3.jpeg1EAE3130-0A29-4AD1-B5D4-E41977499FF3.jpeg
איך קען א איד (פונקט א פרומער עם הארץ) וואס ווען ער מאכט א שמחה איז איהם נישט געניג די מחיצה. נאר ער ציהט אויס א טארפ. פון סיעלינג ביז דעם פלאהר איבער די גאנצע לענג פונ'ם האלל. אריינגערעכנט די ענטרענס. אויב ס'איז די זעלבע, רחמנא ליצלן...השם ישמרנו...!

דוד שריפטליך » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:33 am

· #518227
איך בין געגאנגען אלע יארן נאך געלט פורים ביי אלע סארט הייזער און פארשידענע שטעט און איך האב קיינמאל נישט געזען א סיטואציע אז ווייבער/מיידלעך זאלן פרובירן צו פלירטן אדער דאס גלייכן מיט סיי וועלכע פרעמדע מענער/בחורים וכו'......

יישר כח אייבירשטער אז דא קען מען אביסל זיך דורכשמועסן די סטופידיטי וואס ליגט אונטער דעם און דער הייליגער נייטרא-קצרין רבי שליט"א האט שוין מתריע געווען דערויף.....

אונטער חכם » זונטאג מערץ 12, 2023 10:34 am

· #518446
berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. אין אן ענליכן עניין (פון די פאלשע פרומקייט).

עטליכע עקסטרעמיסטן זענען אמאל געקומען צו הגה"צ דער גאב"ד זצ"ל מיט א מאדנע געדאנק. אז היות נשים קומען פרעגן שאלות ביי בי"ד זאל מען מאכן א פארדעקטן פענצטער מיט א קליין שטיקל אפן כדי די דיינים וואס ענטפערן אויף די שאלות זאללן ((ח"ו) נישט נכשל ווערן מיט הסתכלות בנשים. האט זיי דער גאב"ד געענטפערט... ווער ס'קען נישט פארטראגן צו רעדן צו פרויען אויף א נארמאלן וועג דער באלאנגט נישט אין הוראה...!
ערשט יעצט געזען די תגובה, ווער איז דער גאב''ד?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 13, 2023 11:54 pm

· #518574
אונטער חכם: איך שטעל מיר פאר אז איהר האט (מסתמא) געוואוינט אויף די לבנה. וויל איך אייך פארציילן אז אין ירושלים עיר הקודש איז פארהאן א ביד"צ (בית דין צדק) פון די עדה החרדית. און זיי האבן געהאט א גאב"ד (גאון, אב בית דין). נישט זיך (ח"ו) טועה זיין מיט דעם ראב"ד. וועים די ארונים שטיצן, רח"ל מהאי דעתא. ווייל דאס אמת'דיגע אידישקייט שטייט איין ביי אונז פון די כת הזאלונים, כי"ר. ומלכינו בראשינו.

א ראיה האמיר אז דאס אידישקייט שטייט איין ביי אונז. דער מאמענט (רח"ל, כבר אמרנו) האט אין די פארגאנגענע וואך געברענגט 3 באזונדערע שטיקלעך נייעס וואס כ"ק אדמו"ר מהרי"י האט אלץ געטון. ניין. ער האט נישט פארענטפערט א שווערן תוס' אין א סוגיא. ווייל ס'איז איהם קיינמאל נישט שווער געווען. נאר ער האטציך באטייליגט אין א יציקת הבורות פאר א נייע מקוה. אויך האט ער אנגעקלאפט א פאר מזוזות אויף א נייעם ביהמ"ד. די דריטע זאך געדענק איך שוין נישט פונקטליך. איך געדענק נאר אז אויפ'ן פיקטשער האט מען געזעהן די רינדעכיגע טארט. מיט'ן זילבערנעם שב"ק מעסער. אויך די זילבערנע בעכערס פאר רבנו שליט"א און די חשוב'ע (הייליגע) רבנים וועלכע האבן זיך באטייליגט אין די מסיבה...!