☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב שמעקעדיג צו 20,000 לייקס!

מזל טוב שמעקעדיג צו 20,000 לייקס!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15930

ששון ושמחה » זונטאג מערץ 5, 2023 10:13 am

· #518016
מזל טוב שמעקעדיג צו 20,000 לייקס!
א היסטארישע מאמענט האט היינט פאסירט ווען אונזער אלעמען באליבטע חבר הר"ר @שמעקעדיג שליט"א האט באקומען זיין 20,000'סטע לייק בשעה טובה ומוצלחת. שמעקעדיג האט א לאנג יעריגע היסטאריע אויף קאווע שטיבל מיט זיין גוט הארץ און שכל הישר, און אוודאי זיינע אמאליגע הערליכע באשרייבונגען. זאל השי"ת אים ווייטער באגליקן מיט אלעם גוטן אייביג.

תרמב » זונטאג מערץ 5, 2023 4:49 pm

· #518042
איך באגריס אונזער באליבטער שמעקעדיג, איך האלט אז זיין סוד איז זיין פאזיטיוויטי, ער פארגינט לייקס און א גוט ווארט ווען ס'קומט זיך, מ'קען זיך פון אים אפלערנען, ער ווייסט וויאזוי אונטערצורייסן אויך ווען ס'פעלט זיך אויס מיט א איידלקייט און דיגניטי, ער איז מיר א ראול מאדעל דא אין שטיבל.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 5, 2023 11:56 pm

· #518085
תרמב
איך באגריס אונזער באליבטער שמעקעדיג, איך האלט אז זיין סוד איז זיין פאזיטיוויטי, ער פארגינט לייקס און א גוט ווארט ווען ס'קומט זיך, מ'קען זיך פון אים אפלערנען, ער ווייסט וויאזוי אונטערצורייסן אויך ווען ס'פעלט זיך אויס מיט א איידלקייט און דיגניטי, ער איז מיר א ראול מאדעל דא אין שטיבל.
נאה דורש ונאה מקיים. @תרמ"ב טיילט אויך מיט א ברייטקייט

מתבודד » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:40 am

· #518088
זיבן יאר צוריק... @שמעקעדיג איט איז!

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 6, 2023 1:54 am

· #518093
איך קום זיך אריין דא באישון לילה, אין די שטילקייט פון די נאכט, האלב שלאפענדיג, און פלוצלינג פארגעס איך פון די מידקייט... איך רייב מיר די אויגן.. באמת? איך האלט שוין ביי 20 אלפים?...

טייערע חברים, ייש"כ פאר די גוטע ווערטער, איך בלאש... איך האף אז די אלע מעלות און ברכות זאלן טאקע מקויים ווערן, און מיר זאלן אלע צוזאמען זיך קענען העלפן איינער דעם צווייטן, מיט פאזעטיוועטי און שמחה, מעתה ועד עולם...

א גוטע נאכט...

חדשים » מאנטאג מערץ 6, 2023 8:35 am

· #518101
די חידוש איז אז די געטיילטע און די וואס ער האט באקומען זענען כמעט שוה בשוה, וטוב עין הוא יבורך.