☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואו אין ניו יארק איז באמת די ביליגסטע צו וואוינען?

וואו אין ניו יארק איז באמת די ביליגסטע צו וואוינען?

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1593

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:59 pm

· #38491
וואו אין ניו יארק איז באמת די ביליגסטע צו וואוינען?
מ'דארף צוזאמנעמען אלע גרויסע און קליינע דעטאלן וואס ס'קומט אלץ אריין אינעם בילד, יעדע שטאט
האט זיך זיינע מעלות ווי למשל די רענט איז ביליג אבער לעומת זה איז שכר לימוד אדער עסן סך
טייערער. און אויב איינער ארבעט אין די סיטי און ער קומט מיט א וויהיקעל, דארף מען צולייגן די
ליעס/גאז/טאל און נאך.

נאכער דארף מען מאכן א סך הכל און זעהן וואו איז באמת די ביליגסטע צו וואוינען?

נו וואו?

מיי געסס: קרית יואל

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:09 pm

· #38502
פאר רוב אידן, איז קרית יואל נישט קיין אפציע, עס איז דא דארט נאר איין סארט מוסד, איין סארט קהלה, איין סארט געזעלשאפט, גאר פרום סאטמאריש אונגעריש קנאיש,

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:10 pm

· #38503
דאס נעמט נאך נישט אוועק פונעם פאקט אז דארט איז לכאורה די ביליגסטע צו וואוינען. ניין?

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:13 pm

· #38505
יא אמת, אבער נאקסוויל טענעסי איז נאך ביליגער, אבער ס'נישט קיין אפשען, די זעלביגע קרית יואל (טאקע נישט אזוי ווייט)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:14 pm

· #38506
נאקסוויל און קר"י איז דאך נישט אייניג.
אפילו א וויזניצער חסיד וועט ענדערש גיין קיין קר"י ווי קיין נאקסוויל...

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:15 pm

· #38507
חוץ מזה די קעפל לויטעט "אין ניו יארק" מ'רעדט נישט פון אנדערע סטעיטס.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:17 pm

· #38510
נו, וועט "גאלד" זאגן 'ראטשעסטער' אדער 'סיריקיוז'....

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:25 pm

· #38517
האלטסט ס'העט נאך קומען א צייט וואס נישט אזעלכע קנאישע חסידים וועלן זיך באזעצן אין קרית יואל ווי למשל באבוב , וויזניץ, בעלז וכדומה, און עפענען אייגענע קהלות ומוסדות? אזוי ווי אין מאנסי?

איך זעה עס נישט אין די נעקסטע 50 יאר,

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:56 pm

· #38540
וויפיל רענט קאסט א דורכשניטליכע 6 רומיגע דירה (4 בעדרומס) אין וומ"ס - בארא פארק?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:01 pm

· #38545
2700

lulev » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:03 pm

· #38549
מיינסט דוקא נוי יארק?
אדער נוי דזשערסי איז אויך גוט?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:05 pm

· #38550
לעיקוואוד איז נישט קיין אפציע פאר רוב חסידים
אחוץ אויב מ'קען ברעכן דער דארטיגן רעזשים.

chasid » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:19 pm

· #38559
זר זהב
לעיקוואוד איז נישט קיין אפציע פאר רוב חסידים
אחוץ אויב מ'קען ברעכן דער דארטיגן רעזשים.

מאנרא איז פונקט די זעלבע

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:31 pm

· #38570
לגמרי נישט. מאנראו איז א חסידישע מקום

chasid » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:35 pm

· #38573
זר זהב
לגמרי נישט. מאנראו איז א חסידישע מקום


גיי פרעג די "רוב חסידים" ווי זיי ווילן ענדערש גיין מאנרא אדער לעקוואוד...

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:35 pm

· #38574
איך זעה וואו זיי גייען למעשה!

chasid » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:02 pm

· #38593
זר זהב
איך זעה וואו זיי גייען למעשה!


זיי דיר מסביר ביטע, וויפיל אידן נישט-סאטמארע קענסטו אין מאנרא?

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:09 pm

· #38597
א גרויסע משפחה, וואס האט נישט סעקשן 8 און איז נישט קיין גביר קען לכאורה נישט וואוינען אין וומ"ב,

בין איך גערעכט?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:12 pm

· #38600
לויט ווי זר זהב שרייבט אז א זעקס רומיגע קאסט 2700 א מאנאט, וואס דאס מיינט 675 א וואך, קומט אויס אז די גאנצע פארדינסט גייט פאר רענט, און ביי אסאך אידן איז עס מער ווי זייער וועכענטליכע וועידזש, אלזא איז אוממעגליך.

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:14 pm

· #38601
וויפיל ס"פ זענען די 6 רומיגע דירות וואס קאסטן בערך 2700

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:15 pm

· #38602
איך שטעל זיך פאר אז ס'איז בערך האלב די גרויס ווי די קרית יואל'ע 6 רומיגע.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:11 pm

· #38635
שמואל הלוי
אז א זעקס רומיגע קאסט 2700 א מאנאט, וואס דאס מיינט 675 א וואך, קומט אויס אז די גאנצע פארדינסט גייט פאר רענט, און ביי אסאך אידן איז עס מער ווי זייער וועכענטליכע וועידזש


הערה בעלמא:
ס'איז נאר $623 א וואך.

מ'רעכנט 12 מאל 1,200, אזויפיל איז דער סך הכל א יאר (32,400=)
דערנאך צוטיילט מען דעם סכום אויף 52 וואכן.
ווייל א חודש איז נישט פונקט 4 וואכן.

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:46 pm

· #38652
איך וואלט ענדערש געגאנגען קיין סיראקיוז אדער ערגעץ אין אפסטעיט ניו יארק ווי איידער מאנראוי.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:49 pm

· #38655
משה רוקח
איך וואלט ענדערש געגאנגען קיין סיראקיוז אדער ערגעץ אין אפסטעיט ניו יארק ווי איידער מאנראוי.

נו אפשר גיימיר!
ס'דא א חב"ד הויז.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:51 pm

· #38656
זר; וואס פעלט דיר דארט אויף די שווייצע בערג?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:52 pm

· #38659
!!Its boring here
.for a visit its good but not to live here

kliger » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:55 pm

· #38661
how about in main or california

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:25 pm

· #38677
האט שוין איינער אמאל אריינגעטראכט און זיך מצייר געווען וואס וואלט געשען אויב מ'זאל פון איין טאג אויפן אנדערן אפהאקן סעקשן 8 פון יעדען איינעם,

ממש א רעוועלוציע וואס מ'קען זיך נישט מצייר זיין,

לכה"פ 80 פראצענט אידן וועלן נישט קענען עפארדן די הויך רענט,

רענט וועט טראסקען עד לעפר,

די ווערד פון הייזער וועלן אטאטמאטיש טראסקן אומגלויבליך,

האלב וומ"ב וועט גיין גראד גיין פאר קלאוזשער,

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:32 pm

· #38686
גאלד
לכה"פ 80 פראצענט אידן וועלן נישט קענען עפארדן די הויך רענט,

רענט וועט טראסקען עד לעפר

די צוויי שורות שטימען נישט.

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:16 pm

· #38734
חסורי מחסרא והכי קתני

לכה"פ 80 פראצענט אידן וועלן נישט קענען עפארדן די יעצטיגע הויך רענט,

ממילא וועט רענט מוזן טראסקען עד לעפר

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:43 pm

· #38863
איך יער פאר דעם טאג ווען די פראגראמען וועלן פארוואנדעלט ווערן אין קורץ טערמיניגע הילף זיך צו שטעלען אויף די פיס, אבער דאס לעבן כל ימי חייו אויפן שטייער צאלענדערס חשבון זאל שוין אויפהערן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:10 am

· #38878
יער?
בקיצור, א הייסער רעפובליקאנער!
סיי ווי אזוי, איז עס נישט מער ווי גערעכט.

טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:50 am

· #38894
עס איז געווען א שטיק צייט צירוק א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט עטליכע אידן פין עטליכע געגענטער וואס האבן זיך אוועקגעצויגן פין די שטארק באוואוינטע אידישע געגענטער ווי די רענט איז זייער הויעך, און האבן זיך געצויגן צו א נייע יושב ווי די רענט איז אסאך ביליגער, פין ניו יארק האבן זיי דאכט זיך אינטערוויאירט צוויי אידן איינער פין אפסטעיט ניו יארק (מאנטיסעלא געגענט) און דער צווייטער איז געווען שמעון ראלניצקי וואס זאגט אז ער האט זיך אוועקגעצויגן פין מאנסי און זיך געצויגן צו א געגנט הארט נעבן מאנסי, עס ריפט זיך די טשעסנאט רידזש געגענט, טאקע נישט אין מאנסי, אבער עס איז דאך ממש נעבן מאנסי, סאו די עולם דארט טוט בענעפעטירן צוויי מאל, איינמאל די כרפס... אפס פארפארן... מען בענעפיטירט פין די ביליגע רענט און די זעלבע צייט דארף מען נישט האבן די דאגה וועגן מוסדות פאר די קינדער און כשר'ע געשעפטן א.ד.ג.
סאו פשטות דארף דארט אויסקומען די בעסטע פלאץ פאר א היימישע איד וואס זיכט "ביליג אין ניו יארק".

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:13 am

· #38901
שמעקעדיג
יער?
בקיצור, א הייסער רעפובליקאנער!
סיי ווי אזוי, איז עס נישט מער ווי גערעכט.

רעפאבליקאנער? איך פאררוף מיך נישט אויף קיין פארטיי, און אין סאשעל אישוס בין איך ווייט פון ריפאבליקען.

Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:14 am

· #38903
טשעסט נאט רידז' איז שוין היינט נישט אסאך ביליגער ווי מאנסי.