☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל

שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15924
בלאט: 1 2

כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 1, 2023 11:26 am

· #517744
שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
שאקירנדע נייעס אז א חסידישער יונגערמאן במקורו מקהילת גור אין ארץ ישראל האט פרובירט צו הארגענען זיין עקס דורך איר אנצינדן, דער אזויגערופענער חסיד איז דערנאך געפארן צו מאמע רחל און זיך דארט גענומען דאס לעבן, די פרוי א מאמע פון צוויי קינדער איז אין א שווערע קאנדישען לרפו״ש

דאס איז ליידער נישט די ערשטע אזא פאסירונג וואס קומט ארויס פון די קהילה און סווייזט אן די שרעקליכע תוצאות פון א פלאץ ווי מען בארעכטיגט שפיכת דמים אין נאמען פון רעליגיע, מפיטערט פילן פארן עולם רעכטס און לינקס און מפארגיסט בלוט פון די אייגענע מענטשן אן רחמנות

ערליכע אידן קוקן זיך צו מיט צער וויאזוי אין א קהילה שיסודתו בהררי קודש ווערן מעמבערס נעבעך פארוואנדלט צו חיות בדמות אנשים און סווערט מקוים במלוא מובן המילה דער פסוק: רק אין אלקים במקום הזה!

חשד: כפת והצית את גרושתו בירושלים, נמלט ונהרג בתאונה עצמית

כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 1, 2023 11:41 am

· #517745
י. רייז
📎 IMG_4029.JPG

פרייליכע יוד » מיטוואך מערץ 1, 2023 1:44 pm

· #517749
כלבאשבוע
שאקירנדע נייעס אז א חסידישער יונגערמאן במקורו מקהילת גור אין ארץ ישראל האט פרובירט צו הארגענען זיין עקס דורך איר אנצינדן, דער אזויגערופענער חסיד איז דערנאך געפארן צו מאמע רחל און זיך דארט גענומען דאס לעבן, די פרוי א מאמע פון צוויי קינדער איז אין א שווערע קאנדישען לרפו״ש

דאס איז ליידער נישט די ערשטע אזא פאסירונג וואס קומט ארויס פון די קהילה און סווייזט אן די שרעקליכע תוצאות פון א פלאץ ווי מען בארעכטיגט שפיכת דמים אין נאמען פון רעליגיע, מפיטערט פילן פארן עולם רעכטס און לינקס און מפארגיסט בלוט פון די אייגענע מענטשן אן רחמנות

ערליכע אידן קוקן זיך צו מיט צער וויאזוי אין א קהילה שיסודתו בהררי קודש ווערן מעמבערס נעבעך פארוואנדלט צו חיות בדמות אנשים און סווערט מקוים במלוא מובן המילה דער פסוק: רק אין אלקים במקום הזה!

חשד: כפת והצית את גרושתו בירושלים, נמלט ונהרג בתאונה עצמית
וואס האט עס מיט רעליגיע איז זי נישט פרום אדער אפשר נישט גענוג פרום פאר עם?

פרנס החודש » מיטוואך מערץ 1, 2023 1:55 pm

· #517751
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל
זי האט עס נאר געוואלט טון אן א ליילעך.

היסטאריע » מיטוואך מערץ 1, 2023 4:14 pm

· #517759
עס איז מער מסתבר תולה צו זיין אז עס קומט פין מצדיק זיין דער טאטע וואס האט ל"ע געהרג'עט זיין זוהן. א צווייטע זעהט עס צו און טוט נאך.
שפיכת דמים בשם רעליגיע איז דא אין אלע קהילות.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 1, 2023 5:28 pm

· #517764
טאקע א שוידערליכע מעשה דאס! און גארנישט בארעכטיגט אזא טאהט.

אבער צוויי נקודות וויל איך דא שרייבן.

איינס - עס מוז נישט זיין עס האט מיט גור איינגעשטויסן, מען האט שוין געהערט ענליכע מעשיות מיט מענטשן פון אנדערע מקומות (איין מעשה ליגט מיר יעצט אין קאפ פון עטליכע יאר צוריק ווי א מאן איז נאכגעלאפן זיין ווייב מיט א שארפע מעסער ה"י). נישט אז איך זוך צו פארענטפערן גור, אבער לאמיר נישט טייטלען פינגערס איידער מען ווייסט וואס-ווען-ווי, עס קען זיין גאר עפעס אנדערש.

צוויי - מען דארף הערן פון דעם יונגערמאן וואס האט אים געברענגט צו טון אזא מערדערליכע אקציע, עס זענען פאראן מענטשן (מענער און פרויען) וואס קענען איינעם אזוי פייניגן און ארויסנעמען פון די כלים אזש יענער פארלירט דעם גלייכגעוויכט... נאכאמאל - נישט ח"ו אז דאס בארעכטיגט די מעשה רציחה, אבער לאמיר מקיים זיין אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, לאמיר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזשענס און ציען אייגענע מסקנות, נאר ווארטן צו הערן מער פרטים פון דעם אויסברוך.

סמבטיון » מיטוואך מערץ 1, 2023 5:39 pm

· #517766
הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מערץ 1, 2023 5:51 pm

· #517767
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל
סמבטיון
הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
איך קען פארשטיין, ווענד זיך וואס זי האט געטון צו אים. אויב דו ווילסט אריינגיין אינעם עבירה\נקמה דיסקוסיע, דאס איז א צווייטע מעשה. אבער שכל'דיגע קען איך אזא זאך פארשטיין.

אסאמא בן לאדען וואלסטו פארברענט? אפשר איז זי א מיני אסאמא בן לאדען, אפשר נישט, "הו קנאוס".

חב''ד הויזן » מיטוואך מערץ 1, 2023 6:49 pm

· #517769
סמבטיון
הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
פארגעס נישט, זי איז אויך א גורער...

וואלווי » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:16 pm

· #517770
סמבטיון
הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
יא. די תורה. די תורה פארלאנגט רציחה איבער אין איבער פאר רעליגיעזע סיבות וואס האט גארנישט מיט מענטשהייט צוטוהן. זיי נישט שאקט, אבער דאס איז מפורש.

אבער, א גרויסע אבער, דער האט דאס נישט געטוהן אלס רעליגיע אדער פארטיי, ווייל אפי' אין גור איז דאס נישט די פאליסי אז מהארגעט מענטשען פאר די רעליגיע מיט פיזישע רציחה. אזוי אויך געשעהן די קראנקע מעשיות ליידער אין אנדערע פלעצער אויך.

דער מענטש איז אוודאי געווען זייער א קראנקע מענטש, ס'האט גארנישט מיט עם. ער האט געדארפט אן עמוירדזשענסי דאקטאר, און אסאך מעדעצין.

אז ס'איז א פראבלעם מיט רציחה זאל מען ריפן גאט אין קארט פאר aiding and abetting און manslaughter. אזוי אויך גור קען זיין אז מסוכנ'דיגע קולט ווי גאנץ חסידות, אבער דא זענען זיי נישט שילדיג, און נישט א יעדע פראבלעם איז גור שולדיג.

ס'איז א געפערליכע מעשה, א ביטערע רחמנות אויף אלע ארום, נישטא ווי צו פאונטען קיין פינגערס חוץ פון וויינען.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:25 pm

· #517771
סמבטיון
הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
סמבטיון: פארשטיין מיינט נישט בארעכטיגן...!

אין א סאך פרויען איז נאך געבליבן די גיפט (זוהמא) פונ'ם נחש הקדמוני. און זיי קענען אויספייניגן א מענטש (מאן אדער פרוי) ביז מ'פארלירט דאס גלייכגעוויכט. דאס איז אלעס וואס שמעקעדיג זאגט...!

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:27 pm

· #517772
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל
וואלווי
אבער, א גרויסע אבער, דער האט דאס נישט געטוהן אלס רעליגיע אדער פארטיי
טעקע דערפאר איז דא פלאץ צו זאגן אז ער האט דאס געטון מיט רעכט.
וואלווי
דער מענטש איז אוודאי געווען זייער א קראנקע מענטש, ס'האט גארנישט מיט עם. ער האט געדארפט אן עמוירדזשענסי דאקטאר, און אסאך מעדעצין.
פארוואס?

וואלווי » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:28 pm

· #517773
א מענטש וואס טוט אזא זאך איז קלאר גייסטיש נישט מסודר. ואס האט עס מיט גור

וואלווי » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:30 pm

· #517774
צוזאמגעדרייט
וואלווי
אבער, א גרויסע אבער, דער האט דאס נישט געטוהן אלס רעליגיע אדער פארטיי
טעקע דערפאר איז דא פלאץ צו זאגן אז ער האט דאס געטון מיט רעכט.
וואס מיינסטו מיט "רעכט" ?

צוזאמגעדרייט » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:44 pm

· #517776
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל
וואלווי
וואס מיינסטו מיט "רעכט" ?
רעכט מיינט אויב עס איז א נקמה וואס עס קומט זיך איר. נישט לעגאלע אדער תורה'דיגע רעכטן.

וואלווי » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:53 pm

· #517777
[ציטאט אראפגענומען]
אן נעמען פאר רעיפיסטס און אינטערצינדן געשעהן אין סאטמאר און סקווירא אויך

מרדכי מרדכי » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:33 pm

· #517782
[ציטאט אראפגענומען]
דאס געשעט אין אסאך פלעצער

פרנס החודש » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:43 pm

· #517785
שמעקעדיג
טאקע א שוידערליכע מעשה דאס! און גארנישט בארעכטיגט אזא טאהט.

אבער צוויי נקודות וויל איך דא שרייבן.

איינס - עס מוז נישט זיין עס האט מיט גור איינגעשטויסן, מען האט שוין געהערט ענליכע מעשיות מיט מענטשן פון אנדערע מקומות (איין מעשה ליגט מיר יעצט אין קאפ פון עטליכע יאר צוריק ווי א מאן איז נאכגעלאפן זיין ווייב מיט א שארפע מעסער ה"י). נישט אז איך זוך צו פארענטפערן גור, אבער לאמיר נישט טייטלען פינגערס איידער מען ווייסט וואס-ווען-ווי, עס קען זיין גאר עפעס אנדערש.

צוויי - מען דארף הערן פון דעם יונגערמאן וואס האט אים געברענגט צו טון אזא מערדערליכע אקציע, עס זענען פאראן מענטשן (מענער און פרויען) וואס קענען איינעם אזוי פייניגן און ארויסנעמען פון די כלים אזש יענער פארלירט דעם גלייכגעוויכט... נאכאמאל - נישט ח"ו אז דאס בארעכטיגט די מעשה רציחה, אבער לאמיר מקיים זיין אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, לאמיר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזשענס און ציען אייגענע מסקנות, נאר ווארטן צו הערן מער פרטים פון דעם אויסברוך.
האסט פארגעסן פון א זאך וואס הייסט נאמבערס. ווי גרויס איז גור כלפי אנדערער חסידות׳ן? ווי אפט הערט מען אין אנדערע חסידות׳ער אזויכע מעשיות? און ווי אפט הערט מען אין גור האר אויפשטעלנדע מעשיות?

ביי די דעבאטע איבער די פאטאלע עקסידענט אין קרית יואל דורך א חדר באס האט איינער געזאגט אז מען זאל נישט שפרינגען צו קיין מסקנות פאר די פאליציי קומען נישט ארויס מיט וואס האט פאסירט.
האב איך געשריבן אז עס מאכט נישט אויס די ספעסיפישע אומשטענדן ווייל סטאטיסטיקס זאגן נישט קיין ליגענט.
(הגם עס קען נאכאלטס זיין די שולד פון די עלטערן וואס לאזן קינדער לויפן אין די גאסן, און נישט די באס דרייווערס, זאגט עס נאך אלץ עפעס איבער אונזער ציבור).

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 8:41 am

· #517818
די רשעות פון אוועק מאכן די רציחה וואס דא איז אפגעטוהן געווארן שטייט נישט קיין סאך אינטערשטעליג פונעם אקט אליינס, עפעס א נייע תירץ אויף יעדע רציחה, ער איז נישט געזינט ער דארף א דאקטער ער איז גייסטיש צירידערט וכדו' אינטרעסאנט אז די דייעגנאז ווערט נאר געמאכט נאך וואס ער הארגעט איינעם, נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז געוועהן דארט נישט קיין חילוק ווי שטארק זי האט אים געפייניגט אויב סעדא בכלל אזא צד, אזא שטיקל אפצוטהן דארף מען זיין א קאלטבליטגע שלאנג מיט א הארץ פון קופער, קענען פאברענען א מאמע פון דיינע קינדער , מיי גאש.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 9:01 am

· #517820
סמבטיון, דו ביסט 100% גערעכט, אבער איך מיין אז קיינער מאכט נישט אוועק די רציחה. מען שמועסט נאר אויס די כוונה דערונטער און וואס האט אים געברענגט דערצו.

צו מסביר זיין א טראפעלע, ווען א מערדער האט גע'הרג'עט איינעם און מען קומט צום שופט, וועט מען דן זיין אין געריכט פארוואס ער האט דאס געטון, אויב איז ער סתם א בייזוויליגער רשע וועט ער באקומען א גרעסערע שטראף ווי אויב וועט מען אויסגעפינען אז דער קרבן האט אים געפייניגט און טעראריזירט, כאטש ער וועט דאן אויך באקומען זיין עונש, ווייל רציחה אין קיינמאל נישט קיין אפציע.

סאמהאו זענען מענטשן נישט גענוג באוואוסטזיניג צו די אפעקטן פון עמאציאנאלע אביוז. עס איז געהעריג מעביר את האדם מדעת קונו.

שושן פורים » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 10:48 am

· #517826
[ציטאט אראפגענומען]
געדענקסט פון די אלטע צייטן עפעס א מענטש מיטן נאמען נ. וועבערמאן? ערגעץ צווישן קאנטינענטאל און קרויס.

סיסטעם » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 10:55 am

· #517827
דארט איז עס געווען וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז די מעשה איז נישט אמת.
משא"כ ווען עס קלאר פאר יעדער אז די מעשה האט פאסירט האבן זיי זיך קיינמאל נישט אנגענומען.

כלבאשבוע » זונטאג מערץ 19, 2023 8:56 pm

· #519010

אונטער חכם » מאנטאג מערץ 20, 2023 2:57 am

· #519070
כהאב נישט געוואוסט אז גורער יונגעלייט טרעפן שידוכים אויף פעיסבוק...

מחונך » מאנטאג מערץ 27, 2023 11:30 am

· #519770
[ציטאט אראפגענומען]
איך געדענק נישט סאטמאר זאל פארברענען א קימפעטארין היים מיט 18 מאמעס און 18 בעיביס
איך געדענק אויך נישט סאטמאר זאל פרובירן צו הרגענען משה גבאי וועגן ביזנעס
ווייטער געדענק איך נישט סאטמאר זאל זאגן אז א פארברענטע קאר איז גארנישט
איך געדענק אויך נישט ווי סאטמאר זאל אנשפיצן מיט א פייער עקסטינווישער א דיין פון די אנדערע זייט
סאטמאר האט קיינמאל נישט געהעצט צו געוואלדטאטן קעגן די "ווערעמדיגע קינדער"
סאטמאר האט זיכער נישט געלאזט נפטרים ליגן א לאנגע צייט נאכן טויט צוליב ענגע אינטערעסן
קיינער אין סאטמאר האט נישט געהייסן שרייען שגץ ארויס אויף יידישע קינדער
זיכער האט קיינער אין סאטמאר זיך נישט אנגענומען פאר במ"ל נ"ו און נאך

פרנס החודש » דינסטאג מערץ 28, 2023 1:10 pm

· #519868
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
מחונך

נאך אלץ א ווייטע וועג צו גיין פון אנגיסן א פרוי מיט געזאלין און אנצינדן.

איך אויך » דינסטאג מערץ 28, 2023 3:18 pm

· #519882
ילד שעשועים האט מען אינטערגעצינדן מיט זאלצוואסער?

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 4:18 pm

· #519883
איך אויך
ילד שעשועים האט מען אינטערגעצינדן מיט זאלצוואסער?
דער עיקר אז די זאלצוואסער האט געהאט א השגחה פון סאכדעס.

פרנס החודש » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:08 pm

· #519919
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
איך אויך
ילד שעשועים האט מען אינטערגעצינדן מיט זאלצוואסער?
ילד שעשועים וואלט לעגאל געווען third degree murder, און די גורע מעשה איז א First degree murder.

פרנס החודש » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:12 pm

· #519920
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
די פאקט איז אז גור טראץ זייער זיין גאר א קליינע פראצענט פון די חרידישע וועלט האט גאר א גרויסע פראצענט פון שוידערליכע מעשיות אפילו אן רעכענען די צעדרייטע רשעות׳דיגע דעטאלן פון די גורע מעשיות.

שוין גענוג געווען מיט moral relativism.

פרנס החודש » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:15 pm

· #519921
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
מחונך
[ציטאט אראפגענומען]
איך געדענק נישט סאטמאר זאל פארברענען א קימפעטארין היים מיט 18 מאמעס און 18 בעיביס
איך געדענק אויך נישט סאטמאר זאל פרובירן צו הרגענען משה גבאי וועגן ביזנעס
ווייטער געדענק איך נישט סאטמאר זאל זאגן אז א פארברענטע קאר איז גארנישט
איך געדענק אויך נישט ווי סאטמאר זאל אנשפיצן מיט א פייער עקסטינווישער א דיין פון די אנדערע זייט
סאטמאר האט קיינמאל נישט געהעצט צו געוואלדטאטן קעגן די "ווערעמדיגע קינדער"
סאטמאר האט זיכער נישט געלאזט נפטרים ליגן א לאנגע צייט נאכן טויט צוליב ענגע אינטערעסן
קיינער אין סאטמאר האט נישט געהייסן שרייען שגץ ארויס אויף יידישע קינדער
זיכער האט קיינער אין סאטמאר זיך נישט אנגענומען פאר במ"ל נ"ו און נאך
ווי כאילו יהורם האט פרובירט צו זאגן אז אין סאטמאר איז נישטא קיין טעראר. אבי געהאקט א תגובה, און דער עולם לייקט נאך ווייל האסט אראפגעריסן סאטמאר…

פרנס החודש » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:21 pm

· #519922
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
וואלווי
א מענטש וואס טוט אזא זאך איז קלאר גייסטיש נישט מסודר. ואס האט עס מיט גור
אפשר האט די גרויסע נאמבער גייסטיש צערודערטע מענטשן אין גור עפעס צו טון מיט די פילן וואס מען שטאפט זיי אין ישיבה?

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:32 pm

· #519923
פרנס החודש
מחונך
[ציטאט אראפגענומען]
איך געדענק נישט סאטמאר זאל פארברענען א קימפעטארין היים מיט 18 מאמעס און 18 בעיביס
איך געדענק אויך נישט סאטמאר זאל פרובירן צו הרגענען משה גבאי וועגן ביזנעס
ווייטער געדענק איך נישט סאטמאר זאל זאגן אז א פארברענטע קאר איז גארנישט
איך געדענק אויך נישט ווי סאטמאר זאל אנשפיצן מיט א פייער עקסטינווישער א דיין פון די אנדערע זייט
סאטמאר האט קיינמאל נישט געהעצט צו געוואלדטאטן קעגן די "ווערעמדיגע קינדער"
סאטמאר האט זיכער נישט געלאזט נפטרים ליגן א לאנגע צייט נאכן טויט צוליב ענגע אינטערעסן
קיינער אין סאטמאר האט נישט געהייסן שרייען שגץ ארויס אויף יידישע קינדער
זיכער האט קיינער אין סאטמאר זיך נישט אנגענומען פאר במ"ל נ"ו און נאך
ווי כאילו יהורם האט פרובירט צו זאגן אז אין סאטמאר איז נישטא קיין טעראר. אבי געהאקט א תגובה, און דער עולם לייקט נאך ווייל האסט אראפגעריסן סאטמאר…
אלזא, פארוואס האט יהורם געטענהט אז אין סאטמאר נעמט מען זיך נישט אן פאר מאלעסטירער? אדער אז אין סאטמאר האט קיינער נישט פרובירט צו הרגענען די ווייב?

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:41 pm

· #519924
מחונך
אלזא, פארוואס האט יהורם געטענהט אז אין סאטמאר נעמט מען זיך נישט אן פאר מאלעסטירער?
ביי נ"וו האבן זיי געהאלטן/גע'טענה'ט אז ער איז אומשולדיג (משא"כ אין גר ווי עס איז דא עדות לרחצה)

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 11:07 pm

· #519929
סקעפטיקער

און ביי במ"ל? יעדער פון מיין עידזש גרופ אין ב"פ האט געהאט אן encounter מיט דעם מקובל ואני בתוכם, נאט מיין טאטע האט מיך געראטעוועט דעם לעצטע מינוט

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 11:07 pm

· #519930
.

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 11:08 pm

· #519931
.

איך אויך » דינסטאג מערץ 28, 2023 11:24 pm

· #519932
אז דו האסט געהאט 3 אינקאנטערס מיטן מקובל/מנובל במ"ל גלייב איך דיר, אבער אז פונקט יעדעס מאל האט דיין טאטע דיך געראטעוועט דאס שוין נישט...

קהל'ס נער » מיטוואך מערץ 29, 2023 8:52 am

· #519977
😂 😂 😂
איך אויך
אז דו האסט געהאט 3 אינקאנטערס מיטן מקובל/מנובל במ"ל גלייב איך דיר, אבער אז פונקט יעדעס מאל האט דיין טאטע דיך געראטעוועט דאס שוין נישט...

מחונך » מיטוואך מערץ 29, 2023 10:03 am

· #519986
קהל'ס נער
😂 😂 😂
איך אויך
אז דו האסט געהאט 3 אינקאנטערס מיטן מקובל/מנובל במ"ל גלייב איך דיר, אבער אז פונקט יעדעס מאל האט דיין טאטע דיך געראטעוועט דאס שוין נישט...
ניין. ער האט אנגעהויבן די grooming process. מיין טאטע האט מיך געראטעוועט אין מיטן. אלעס קלאר?
צירוק צום נושא. נאר גור באשיצט באלעסטיקער אבער סאטמאר טוט עס נאר ווייל...

מחונך » מיטוואך מערץ 29, 2023 10:24 am

· #519989
פרנס החודש
איך אויך
ילד שעשועים האט מען אינטערגעצינדן מיט זאלצוואסער?
ילד שעשועים וואלט לעגאל געווען third degree murder, און די גורע מעשה איז א First degree murder.
פיין. אבער פארט רציחה. און די מעשה פון א"ל מיט משה גבאי? שגץ ארויס? זאגן שקרים ברבים דורכן ווייזן מיט די פינגער וויאזוי א געוויסע גדול'ס מאמע איז געגאנגען? זאגן פאר א מאכטפולע משפחה זיך אצופייפן אויף בית דין? איינער געדענקט נאך שמחת תורא אין ראדני?

וואלווי » מיטוואך מערץ 29, 2023 2:56 pm

· #520013
פרנס החודש
וואלווי
א מענטש וואס טוט אזא זאך איז קלאר גייסטיש נישט מסודר. ואס האט עס מיט גור
אפשר האט די גרויסע נאמבער גייסטיש צערודערטע מענטשן אין גור עפעס צו טון מיט די פילן וואס מען שטאפט זיי אין ישיבה?
דו מיינסט אז הצלה ד'וומסב"ג דעליווערט נישט קיין פאציענטען קיין בעלויו?!
גערעכט, נאר הצלה אשדוד און בארא פארק, ווי די גור'ע וואווינען.
נישטא קיין קראנקע גייסטישע עמערדסשענסיס אין מאנרא?

נישט א יעדע נאטורליכע געשעהניש דארף זיך גאט דורך רעדען מיט די תלמידי בעל שם.
נישט אונזער ריתחא דאורייתא'ס אין הנהגת הקהילות איז קובע געזונט אין קרענק.
כ'האב נייעס פארדיר. סאיז געווען מסוכן 'דיגע קעיסעס פאר דער בעש"ט און פאר מתן תורה אויך.
ס'איז נישט קלוג און פראקטיש צו נעמען א ערינסטער געזונט אישו און שיפטן די פאקוס צו אקטיוויזם

קהל'ס נער » מיטוואך מערץ 29, 2023 6:02 pm

· #520025
מחונך
קהל'ס נער
😂 😂 😂
איך אויך
אז דו האסט געהאט 3 אינקאנטערס מיטן מקובל/מנובל במ"ל גלייב איך דיר, אבער אז פונקט יעדעס מאל האט דיין טאטע דיך געראטעוועט דאס שוין נישט...
ניין. ער האט אנגעהויבן די grooming process. מיין טאטע האט מיך געראטעוועט אין מיטן. אלעס קלאר?
צירוק צום נושא. נאר גור באשיצט באלעסטיקער אבער סאטמאר טוט עס נאר ווייל...
ח"ו איך לאך נישט פון דיר, איך לאך פון די פשעטל וואס ער האט געמאכט ווייל די האסט גע'post דריי מאל די זעלבע תגובה....

מחונך » מיטוואך מערץ 29, 2023 7:25 pm

· #520034
אנטשולדיקט. געמעקט.

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 1:55 am

· #522593
וואלווי
[ציטאט אראפגענומען]
אן נעמען פאר רעיפיסטס און אינטערצינדן געשעהן אין סאטמאר און סקווירא אויך
אויב איז מען נישט געזינט זאל מען גיין צים דאקטער

שטרומפ » דינסטאג אפריל 25, 2023 2:42 am

· #522602
אלע וואס שרייבן ווי גרויזאם די רציחה איז און ווי אומדערהערט ס'איז, זענען אין איינוועגס אויך מצדיק די מענטש.
א נארמאלע מענטש וואלט דאס קיינמאל נישט געטוהן, אויב האט ער עס געטון מיינט עס צוזאגן אז ביי זיך זעהט ער בכלל נישט איין מער די פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, זיין ווייטאג און טראומא איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט מער געפילט די חומר הדין פון רציחה.

ס'איז א טיפע נקודה אבער האט לכאורה א שטיקל אמת.

בת קול » דינסטאג אפריל 25, 2023 3:33 am

· #522608
פרנס החודש
די פאקט איז אז גור טראץ זייער זיין גאר א קליינע פראצענט פון די חרידישע וועלט האט גאר א גרויסע פראצענט פון שוידערליכע מעשיות אפילו אן רעכענען די צעדרייטע רשעות׳דיגע דעטאלן פון די גורע מעשיות.

שוין גענוג געווען מיט moral relativism.

איז דאס א joke?
גור איז אסאך גרעסער ווי סאטמאר.

שערי יושר » דינסטאג אפריל 25, 2023 3:34 am

· #522609
ביידע סאטמאר צוזאמען זענען גרעסער ווי גור.

בת קול » דינסטאג אפריל 25, 2023 3:37 am

· #522610
שטרומפ
אלע וואס שרייבן ווי גרויזאם די רציחה איז און ווי אומדערהערט ס'איז, זענען אין איינוועגס רויך מצדיק די מענטש.
א נארמאלע מענטש וואלט דאס קיינמאל נישט געטוהן, אויב האט ער עס געטון מיינט עס צוזאגן אז ביי זיך זעהט ער בכלל נישט איין מער די פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, זיין ווייטאג און טראומא איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט מער געפילט די חומר הדין פון רציחה.

ס'איז א טיפע נקודה אבער האט לכאורה א שטיקל אמת.
אנדערע אפציעס זענען זיין אביוסיוו, psychotic, וואס עפעס פונקט טראומא?

שטרומפ » דינסטאג אפריל 25, 2023 9:12 am

· #522633
Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל
בת קול
שטרומפ
אלע וואס שרייבן ווי גרויזאם די רציחה איז און ווי אומדערהערט ס'איז, זענען אין איינוועגס רויך מצדיק די מענטש.
א נארמאלע מענטש וואלט דאס קיינמאל נישט געטוהן, אויב האט ער עס געטון מיינט עס צוזאגן אז ביי זיך זעהט ער בכלל נישט איין מער די פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, זיין ווייטאג און טראומא איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט מער געפילט די חומר הדין פון רציחה.

ס'איז א טיפע נקודה אבער האט לכאורה א שטיקל אמת.
אנדערע אפציעס זענען זיין אביוסיוו, psychotic, וואס עפעס פונקט טראומא?
יעדע אביוזער האט גדרים וואס ער פארשטייט אז מ'טאר נישט אריבערגיין. געווענליך קען נאר א טראומא אדער ווייטאג מאכן א מענטש און אומדערהערט זאכן.

נישט אז ס'מוז זיין אזוי אבער ס'איז מסתבר צו אז די מאטיוויציע איז געווען א ווייטאג.
בלאט: 1 2