☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אדמו"ר מ'בעלזא-מצב הבריאות

אדמו"ר מ'בעלזא-מצב הבריאות

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15921

אלע צוזאמען » מאנטאג פעברואר 27, 2023 9:09 am

· #517668
אדמו"ר מ'בעלזא-מצב הבריאות
גרויס צומישעניש הערשט ביי חסידי בעלזא אלוועלטליך, נאך וואס צום ערשטן מאל אין היסטאריע איז ארויסגעלייגט געווארן א מודעה מטעם די רב'ס שטיב, בנוגע די מצב הבריאות ביים רב זאל מאריך ימים זיין, א מעסעדזש איז היינט ארויף אויף קול בעלזא ווי ר' משה רינגל געבט אן אפדעיט, א קליינע בליק אריין וואס טוט זיך אפ אינעם פריוואטן לעבן פונעם רב שליט''א, דאס קומט נאך וואס פאר א חודש איז די רב פארשפארט, קודם נאר האלבוועג'ס, חמישה עשר בשבט איז נאך געווען טיש, אבער גלייך דערנאך האט זיך די שטוב פארמאכט, אן וואס די חסידים זאלן וויסן פונקטליך וואס גייט פאר, און דעריבער איז די צומישעניש גרויס, ווייל וואס וויל מען יעצט, דערשרעקן, אז מ'זאל מרבה בתפילה זיין, אדער גאר בארואיגן, בלייבט נאר איבער צו מתפלל זיין פאר א גאנצע רפואה בקרוב.

מנחם אבראמאוויטש » מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:09 am

· #517669
וואס זאגט די מודעה?

אלע צוזאמען » מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:14 am

· #517671
אריבער א קליינע סטראוק רח"ל.

לך לך » מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:08 pm

· #517687
ןןי קען מען עס הערן

קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:16 pm

· #517688
http://kaveshtiebel.com/download/file.php?mode=view&id=41789 AUD-20230227-WA0072.mp3
📎 AUD-20230227-WA0072.mp3

לבי במזרח » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 7:15 pm

· #518312
וואס איז די מצב? אויסזעין איז נישט גוט אבער ער איז א פייטער, ער קומט ארויס צום דאווענען און טיש׳ן. ער זעט אבער אויס זייער שוואך. די רעדען איז אים אויך שווער ווי מען קען הערן ביי די תורה פון פורים. איינער האט עפעס מער קראנטע דיטעילס? די דור דארף אים נאך פאר אסאך אסאך יארען.

הרב שיף » מיטוואך מערץ 29, 2023 8:41 am

· #519975
דער בעלזא'ר רבי איז צאמגפאלען. אלעס איז גוט, די גבאי וועט מעלדען און אפאר וואכען וועגען דעם.

התפללו: צוותי הצלה וחירום הוזעקו לבית האדמו"ר מבעלזא
כוחות ההצלה והחירום הוזעקו לפני דקות ספורות לבית ברחוב דובר שלום בירושלים, כדי להעניק סיוע להאדמו"ר מבעלזא | הציבור מתבקש להרבות בתפילות ובתחנונים (חדשות חרדים)

צוותי הצלה וחירום הוזעקו לפני שעה קלה (רביעי) אל ביתו של האדמו"ר מבעלזא בירושלים, על מנת להעניק לו סיוע רפואי ראשוני.

הצוותים שכללו את מתנדבי 'איחוד הצלה' ועוד ארגוני חירום, העניקו לאדמו"ר סיוע וכעת מעדכנים, כי מצבו ב"ה טוב.

על פי הידוע עד כה, האדמו"ר שבתחילת הקורונה - נדבק בנגיף והיה במצב לא-טוב, התמוטט הבוקר בביתו, אך בחסדי שמיים, מצבו טוב.

גורם בחסידות אומר ל'כיכר השבת': "עדיין לא יודעים מה בדיוק קרה לאדמו"ר והאם זה מסוכן, אך מה שחשוב עכשיו בוודאות, זה להתפלל עבור אחד מגדולי הדור. צריך הרבה זכויות".

לדברי אותו גורם: "ככל הנראה מדובר בנפילת סוכר, אך בשל מצבו הבריאותי של האדמו"ר, אנו מקווים שהוא יעבור את ההתמוטטות בשלום".

כזכור, לפני יותר מחודש דווח ב'כיכר השבת', כי האדמו"ר מבעלזא היה חלוש, בחסידות עדכנו כי האדמו"ר עבר בדיקות לאחרונה ובהן לא נמצא כל ממצא חריג. עם זאת, ההערכה היא כי לפני כמה שבועות עבר האדמו"ר אירוע מוחי קל.

ממזכירות ביתו של הרבי הודיעו היוםבזמנו: "שלום לכל אנשי שלומינו, כמו שאנחנו יודעים הציבור מאוד מודאג ממצב הבריאות של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אנחנו רוצים למסור שעשו את כל הבדיקות עם הרופאים הכי טובים, וברוך השם שלא מצאו שום דבר נורא חס ושלום".

בהמשך הודיעו: "נראה שהיה לפני כמה שבועות אירוע מוחי קל בצורה חלשה מאוד שהקשה על ההתנהלות. אנחנו מקווים שבעזרת השם בקרוב ממש שמר"ש יחזור לבריאות מלאה.

כמו תמיד שהציבור ימשיך בתפילות מדי יום ביומו לרפואתו השלמה ולבריאותו השלמה של כ"ק האדמו"ר שליט"א לאורו נסע ונלך עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן".

הציבור נקרא לעורר רחמי שמיים ולהרבות בתפילות ובתחנונים עבור האדמו"ר רבי ישכר דוב בן מרים לרפואה שלמה במהרה

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך מערץ 29, 2023 9:32 am

· #519983
עפ"י רומארס, די רב זז"ג רעספאנדט נישט.

א-ל נא רפא נא!

צקון לחש » מיטוואך מערץ 29, 2023 9:40 am

· #519984
אינגערמאנטשיקל
עפ"י רומארס, די רב זז"ג רעספאנדט נישט.

א-ל נא רפא נא!
ער רעספאנדט דאך קיינמאל נישט 😃

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 7:24 am

· #520080
איך האב שוין נעכטן צופרי גלייך באריכטעט דעם עקעלהאפטיגן תוגבה. אבער עפעס דער מנהל 'זעהט עס נישט'.

איך פארשטיי אז עס איז ערב פסח, אבער וואוינדערליך אז אויף מיר אוסצורודפן, מעקן און צענזורירן האט ער פונקט גענוג צייט, אבער קעיר צו נעמען פון די עקלהאפטיגע תגובה וואס מאכט חוזק פונעם מצב הבריאות פון אזא אדם גדול דאס שוין נישט.

ציילט ביז 10 און מנהל וועט קומען צו פליען מיך מעקן.

חב''ד הויזן » פרייטאג מערץ 31, 2023 10:49 am

· #520219
איך אויך
איך האב שוין נעכטן צופרי גלייך באריכטעט דעם עקעלהאפטיגן תוגבה. אבער עפעס דער מנהל 'זעהט עס נישט'.

איך פארשטיי אז עס איז ערב פסח, אבער וואוינדערליך אז אויף מיר אוסצורודפן, מעקן און צענזורירן האט ער פונקט גענוג צייט, אבער קעיר צו נעמען פון די עקלהאפטיגע תגובה וואס מאכט חוזק פונעם מצב הבריאות פון אזא אדם גדול דאס שוין נישט.

ציילט ביז 10 און מנהל וועט קומען צו פליען מיך מעקן.
איך פארשטיי נישט. מ'מאכט דאך דא חוזק (און פיל מער פון דעם) פון אלע רבנים. יעדער האלט אויף א צווייטע רבי אז ער איז די 'אזא אדם גדול' וואס מ'טאר נישט חוזק מאכן.

Hashemschild » זונטאג אפריל 2, 2023 10:25 am

· #520335
[ציטאט אראפגענומען]
וואסעגעשעהן מיט איהם?

צפת » זונטאג אפריל 2, 2023 2:19 pm

· #520359
חסידי בעלזא האבן היינט גערופן הרב יעקב עדס, זאל קומען ביינאכט אין בעלזא בית-המדרש און מרעיש עולמות זיין אויף דער מצב הבריאות פונעם רב זז"ג. הרב עדס איז אנגעקומען און זיך געטראפן שטיין אין א ליידיגע בית-המדרש, וואו ער האט אליין געשריגן און מרעיש עולמות געווען, אן דעם וואס עס זאל זיין איינער וואס זאל אים צוהעלפן.

מתבודד » זונטאג אפריל 2, 2023 2:40 pm

· #520361
זייער מאדנע. פארוואס זאלן בעלזע חסידים רופן ר' יעקב'ן מרעיש עולמות זיין?? האט ער עפעס א שייכות מיט בעלז?

צפור בודד » זונטאג אפריל 2, 2023 2:51 pm

· #520363
Re: אדמו"ר מ'בעלזא-מצב הבריאות
בעלזער זאגן ער האט צעבראכן די ריפן פון פאלן דער פארגאנגענער וואך.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

Hashemschild » זונטאג אפריל 2, 2023 4:02 pm

· #520375
צפת
חסידי בעלזא האבן היינט גערופן הרב יעקב עדס, זאל קומען ביינאכט אין בעלזא בית-המדרש און מרעיש עולמות זיין אויף דער מצב הבריאות פונעם רב זז"ג. הרב עדס איז אנגעקומען און זיך געטראפן שטיין אין א ליידיגע בית-המדרש, וואו ער האט אליין געשריגן און מרעיש עולמות געווען, אן דעם וואס עס זאל זיין איינער וואס זאל אים צוהעלפן.
איי געס ס'איז די איינציגסטער גדול וועים זיי האבען געקענט רופין בעטען ער זאל מרעיש עולם זיין.. וד"ל

Hashemschild » זונטאג אפריל 2, 2023 4:03 pm

· #520376
.

יין שרף » זונטאג אפריל 2, 2023 4:17 pm

· #520380
מתבודד
זייער מאדנע. פארוואס זאלן בעלזע חסידים רופן ר' יעקב'ן מרעיש עולמות זיין?? האט ער עפעס א שייכות מיט בעלז?
אמת. און לכאורה טאקע קיינמאל געשעהן.

ווער עס קען ר' יעקב... לכאורה איז ער אליינס געקומען אינמיטן נאכט מאכן יללות און צעקות, מתפלל זיין פארן געזונט פון איינער וואס ער האלט ער איז א מנהיג ישראל. טיפיקל סטארי.

די היכל איז אויב נישט ע"פ רוב, דאן זייער אפט אויפגעשפארט אפילו אינדערוואכן. איך בין שוין כמה פעמים געווען דארט אינמיטן טאג צו נאכט ווען עס איז אינגאנצן ליידיג.

מתבודד » זונטאג אפריל 2, 2023 4:20 pm

· #520382
ובנוסף לזה, האט ער געטון אין בעלז וואס ער טוט יעדע נאכט ביים כותל, וכנראה האט עפעס א בעלזע שוואנץ געמאכט א גאנצע מעמד דערפון 😂 😂

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 3, 2023 1:49 am

· #520478
זאל אים השי"ת שיקן א רפואה שלימה אויף אלע אברים וגידים.

עס איז מיר גראדע א פלא אז אייוועלט האט אויך אן אשכול דערוועגן און מען רופט צו מתפלל זיין פאר א צדיק וואס "רבים צריכים לו".

בעל אחריות » מאנטאג אפריל 3, 2023 1:59 am

· #520480
שמעקעדיג
זאל אים השי"ת שיקן א רפואה שלימה אויף אלע אברים וגידים.

עס איז מיר גראדע א פלא אז אייוועלט האט אויך אן אשכול דערוועגן און מען רופט צו מתפלל זיין פאר א צדיק וואס "רבים צריכים לו".
פארקערט, די רבים צריכים איז א וועג זיך צו פארענטפערן ווי אזוי מען מעג מאכן אן אשכול אז מען זאל דאווענען פאר אים, ווייל נאך אלע מעשה'ס איז "רבים צריכים לו"...

Hashemschild » מאנטאג אפריל 3, 2023 2:38 am

· #520483
וועלכע רבים פונקטליך? ווער נאך חוץ פון בעלזא? 🙄

צפור בודד » מאנטאג אפריל 3, 2023 3:37 am

· #520485
און בעלזא גופא איז נישט קיין רבים? ער איז נאך אזא רבים צריכים לו ווי ר' חיים קאניעווסקי. ער איז טאקע נישט פערפעקט אבער ווער איז יא? און אין דער צירקוס פון רבי'ס איז ער משכמו ולמעלה פון רוב פון די פאיאצן.

סמבטיון » מאנטאג אפריל 3, 2023 11:44 am

· #520508
טייערע שמעקעדיג!, איך ווייס נישט ווי די שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזא עקלהאפטיגע תגובה, איך האב דאס נישט עקספעקטעד פון דיר.
דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס רבים צריכים לו? קענסט נאך א מנהיג ישראל היינטיגע צייטן וואס האט זיך אוועק געגעבן זיין לייב און לעבן פאר כלל ישראל? פארוואס דארפן מענטש זיין אזוי שלעכט אז ווען א רבי פון אן אנדערע לאגער פון ווי מען איז אויפגעוואקסן ליגט על ערש דווי דארף מען צולייגן גיפט און ווייזן פאר יעדעם אז עס פינקט גוט אזוי און עס ווינדערט דיר גאר אז רבים צריכים לו?

צקון לחש » מאנטאג אפריל 3, 2023 11:47 am

· #520509
סמבטיון

שמעקעדיג האט נאר געזאגט אז ער וואונדערט זיך אז אייוועלט לאזט אזוי שרייבן

Hashemschild » מאנטאג אפריל 3, 2023 11:54 am

· #520511
סמבטיון
דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס רבים צריכים לו? קענסט נאך א מנהיג ישראל היינטיגע צייטן וואס האט זיך אוועק געגעבן זיין לייב און לעבן פאר כלל ישראל?
זיין לייב? זיין לעבן? פאר כלל ישראל?
אויב ביזטו א בעלזער זאג ער האט אויפגעשטעלט א בעלזא חסידות, אבער זיין לייב און לעבן פאר כלל ישראל? קאם אהן..

דערהויבענע איד » מאנטאג אפריל 3, 2023 1:06 pm

· #520519
סמבטיון
טייערע שמעקעדיג!, איך ווייס נישט ווי די שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזא עקלהאפטיגע תגובה, איך האב דאס נישט עקספעקטעד פון דיר.
דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס רבים צריכים לו? קענסט נאך א מנהיג ישראל היינטיגע צייטן וואס האט זיך אוועק געגעבן זיין לייב און לעבן פאר כלל ישראל? פארוואס דארפן מענטש זיין אזוי שלעכט אז ווען א רבי פון אן אנדערע לאגער פון ווי מען איז אויפגעוואקסן ליגט על ערש דווי דארף מען צולייגן גיפט און ווייזן פאר יעדעם אז עס פינקט גוט אזוי און עס ווינדערט דיר גאר אז רבים צריכים לו?
זייט ער האט אנגעהויבן טון שידוכים מיט זיינע קינדער איז ער געווארן מער לאויעל צו סאטמער..... 😃

איך כ'האב עס שוין געזעהן ווען ער האט באטיטעלט איתמר בן גביר ''עוכר ישראל''... 😂

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 4, 2023 3:59 pm

· #520712
צקון לחש
סמבטיון
טייערע שמעקעדיג!, איך ווייס נישט ווי די שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזא עקלהאפטיגע תגובה, איך האב דאס נישט עקספעקטעד פון דיר.
דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס רבים צריכים לו? קענסט נאך א מנהיג ישראל היינטיגע צייטן וואס האט זיך אוועק געגעבן זיין לייב און לעבן פאר כלל ישראל? פארוואס דארפן מענטש זיין אזוי שלעכט אז ווען א רבי פון אן אנדערע לאגער פון ווי מען איז אויפגעוואקסן ליגט על ערש דווי דארף מען צולייגן גיפט און ווייזן פאר יעדעם אז עס פינקט גוט אזוי און עס ווינדערט דיר גאר אז רבים צריכים לו?
שמעקעדיג האט נאר געזאגט אז ער וואונדערט זיך אז אייוועלט לאזט אזוי שרייבן
עקזעקטלי, איך האב גארנישט גערעדט אקעגן דעם בעלזער רב ח"ו, אין פאקט האלט איך שטארק פון אים און אפילו שוין געשריבן עטליכע מאל לטובתו דא אין שטיבל.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 4, 2023 4:01 pm

· #520713
דערהויבענע איד
זייט ער האט אנגעהויבן טון שידוכים מיט זיינע קינדער איז ער געווארן מער לאויעל צו סאטמער..... 😃

איך כ'האב עס שוין געזעהן ווען ער האט באטיטעלט איתמר בן גביר ''עוכר ישראל''... 😂
הא הא, מאכסט מיר לאכן. איך בין אייגענטליך געווען מער לאיאל צו סאטמאר בעפאר איך האב חתונה געמאכט...

איתמר בן גביר איז וואס ער איז, מיין א.ג. אטאקע איז בעיקר געווען צו באלאנסירן דעם חכם וואס האט אים אויסגערימט מיט גרעסערע טיטלען ווי משה רבינו אליין.

צפור בודד » מיטוואך אפריל 5, 2023 8:19 am

· #520796
דאס איז וואס מ'שמועסט אין בעלזא.
* דער רב איז אריין אין שפיטאל פאר צוויי טעג צוריק, וואס מ'איז ערשט געוואויער געווארן דערפון נעכטן נאכט.
* ער האט געהאט אן אפאראציע אויף דער מאגן.
* ער איז אינדערהיים אויף יום טוב.
* בעלזער חסידים זענען אומצופרידן מיט זיין באהאנדלונג דורך זיינע שטוב מענטשן און אויך אויף דער טיילווייזער אינפארמאציע בלעקאוט.

סמבטיון » מיטוואך אפריל 5, 2023 9:51 am

· #520798
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו: ב"ה אנו יכולים לבשר שכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א שוהה בביתו ויש שיפור ניכר לטובה במצב הבריאות ומרגישים יותר טוב ב"ה, בזכות התפילות הרבות של המוני ציבור אנ"ש שיחיו בכל אתר ואתר, מקווים ומייחלים אנו שנזכה בעז"ה שכ"ק מרן רבינו עטרת ראשנו שליט"א ייכנס הערב ל'גרויסע שטיב' ויערוך את הסדר ברב עם לאלפי בחורי הישיבות הק' בעז"ה וכן את כל ימי החג הבעל"ט כמימים ימימה.

כוואליעס » מיטוואך אפריל 5, 2023 1:53 pm

· #520823
שמעקעדיג
דערהויבענע איד
זייט ער האט אנגעהויבן טון שידוכים מיט זיינע קינדער איז ער געווארן מער לאויעל צו סאטמער..... 😃

איך כ'האב עס שוין געזעהן ווען ער האט באטיטעלט איתמר בן גביר ''עוכר ישראל''... 😂
הא הא, מאכסט מיר לאכן. איך בין אייגענטליך געווען מער לאיאל צו סאטמאר בעפאר איך האב חתונה געמאכט...

איתמר בן גביר איז וואס ער איז, מיין א.ג. אטאקע איז בעיקר געווען צו באלאנסירן דעם חכם וואס האט אים אויסגערימט מיט גרעסערע טיטלען ווי משה רבינו אליין.
נאך א מזל. יעצט איז דאס טאקע באלאנסירט 😂

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 5, 2023 6:15 pm

· #520845
סמבטיון
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו: ב"ה אנו יכולים לבשר שכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א שוהה בביתו ויש שיפור ניכר לטובה במצב הבריאות ומרגישים יותר טוב ב"ה, בזכות התפילות הרבות של המוני ציבור אנ"ש שיחיו בכל אתר ואתר, מקווים ומייחלים אנו שנזכה בעז"ה שכ"ק מרן רבינו עטרת ראשנו שליט"א ייכנס הערב ל'גרויסע שטיב' ויערוך את הסדר ברב עם לאלפי בחורי הישיבות הק' בעז"ה וכן את כל ימי החג הבעל"ט כמימים ימימה.
אין אייוועלט ברענגען זיי אז ער איז געהעריג אריין אין ביהמ"ד און געזאגט די ברכה פון הלל בקול רם, און דערנאך אריין צו עריכת הסדר כמדי שנה בשנה. ב"ה.

א גוט יו"ט.

צפור בודד » זונטאג אפריל 9, 2023 10:05 am

· #520882
כמדי שנה בשנה איז א גוזמא אבער די ברכה פון הלל האט נישקשה'דיג געקלונגען און דער סדר איז געווען דריי שעה. אהרן מרדכי האט געזאגט דער הגדה ביים סדר און אויך געבענטשט טל. ארויפגיין שטיגן צו דער בימה אויף עולה צו זיין איז אים גאר שווער אנגעקומען.

שמעון_ברוך » זונטאג אפריל 9, 2023 1:45 pm

· #520900
צוריק אין שפיטאל גייט האבן אן אפעראציע אויף די רוקן.

מרדכי מרדכי » פרייטאג אפריל 14, 2023 5:54 pm

· #521198
די רב איז געווען אין שפיטאל שביעי של פסח צוזאמען מיט די פאמיליע און שוין אהיימגעקומען ב"ה.