berlbalaguleh מרדכי מרדכיא משפחה מזרע ישראל להוציא די וואס האבן געשריבן די נייעס וואס זענען נישט?
עס דערמאנט מיך וויאזוי די סאטמארע צייטונגען האבן באשריבן הרב עובדיה יוסף "די גייסטישע פירער פון די שבע פארטיי"
נאכמער: דער איד האט געמאכט זיכער א יעדעס מאל וואס זיי האבן געשריבן איבער דעם גאון עולם הרב עובדיה יוסף האבן זיי געשריבן הרב, אין קוואוטעישן מארקס. כאילו צו זאגן אז רב עובדיה איז עכט נישט קיין רב. נאר זייערע אונגערישע רבנים זיי קענען לערנען. דער שאראש פאטאק'ער און דער (הייליגער) סאראש גאטיאש'ער...!
דו דערמאנסט מיך פון א שידוך וואס כ'האב אנגעטראגן פאר א עלטערע בחור אין לאנדאן, און ס'האט זיך געהאנדעלט וועגן א תיימענער מיידל וואס האט זיך געדרייעט אין מאנסי, האב איך גערופען א סאטמארער שדכן אין קרית יואל זאל מיר העלפן דערמיט.
זאגט מיר יענער, די משפחה איז נישט ערליך און אויך די מיידל איז שוין לעצטענס לא משלנו.
איך האב נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן, און געפרעגט א צווייטן, און כ'ווער געוואור, אז נישט ערליך און נישט משלנו, מיינט, זי גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה... ווייל די משפחה איז נישט ארויסגעקומען דורך די סאטמארע קאמפאני, און די מיידל האלט נישט ביים גיין מיט א טיכל...