☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » בחצרות הק' סקאליע

בחצרות הק' סקאליע

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15914

דאס איז נישט מיך » מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:53 pm

· #517459
בחצרות הק' סקאליע
געזעהן היינט א מעסעדש ארום פארן אזוי
הרה"ג ר' אהרן נפתלי פאללמאן שליט"א איז אריבער ביטערע רדיפות דורך אנשי בליעל פון 'סקאליע-48' פארן איינציגסטן חטא פון אויפטרעטן ביים יארצייט סעודה בחצר הקודש סקאליע
אויב איינער ווייסט צי ס'איז אמת, און מער פרטים...

nespresso » מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:40 pm

· #517464
וואס מיינט רדיפות? אפגעשניטען זיין בארד? אדער עפעס אריינגעזאגט?
עניוועי, איך בין פאר סקאליע-48

קלוגע יודל » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 6:35 pm

· #517539
זעהט אויס דו האסט נאך קיינמאל געכאפט פון זיי

טינט פען » פרייטאג פעברואר 24, 2023 10:23 am

· #517576
וועם רופסטו סקאליע?

אינטערסאנטער » זונטאג פעברואר 26, 2023 12:21 am

· #517605
לויט ווי איך הער איז קלאדני וואס פירט אן קול בחצרות שטארק אקטיוו בחצרות סקאליע 18 וואס לעצטנס הערט מען אסאך פון אים (ער איז גראדע א תלמיד חכם און ידען נפלא פלאס א שיינע רעדנער)

טינט פען » זונטאג פעברואר 26, 2023 7:57 am

· #517611
אינטערסאנטער
לויט ווי איך הער איז קלאדני וואס פירט אן קול בחצרות שטארק אקטיוו בחצרות סקאליע 18 וואס לעצטנס הערט מען אסאך פון אים (ער איז גראדע א תלמיד חכם און ידען נפלא פלאס א שיינע רעדנער)
זיכער אזוי, ער ווארפט אריין די סקאליע 18 ווען אימער

נחום הסופר » זונטאג פעברואר 26, 2023 8:08 am

· #517613
בו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין

אינטערסאנטער » מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:38 pm

· #517691
נחום הסופר
בו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין
וואס הייסט א חסידות לכל דבר? אז מען האט מער מענטשן? ווי עס זעט אויס איז סקאליע 18 אויך א חסידות לכל דבר, נאר קען זיין מיט ווייניגער מענטשן.

מתבודד » דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:04 am

· #517695
היסטאריקער ווייסן טאקע צו פארציילן אז די בעש"ט האט אין געוויסע תקופות נישט געליטן פון די רדיפות קעגן 'חסידות' צוליב דעם וואס ער האט זיך דאן געמיטשעט מיט מנין.

נחום הסופר » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:01 am

· #517737
[ציטאט אראפגענומען]
ניין, איינשלינגען הייסע בליי...

איך האב עפעס געשריבן אז ער איז חייב מיתה? ער איז גראדע זייער א וואוילער איד

כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ס'איז מאדנע די מאסיווע פראפאגאנדע וואס סקאליע-18 מאכט, ווי כאילו מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע חצר, ווען לאמיתו של דבר כנ"ל

פאלאצ'ינטא » מיטוואך מערץ 22, 2023 7:45 pm

· #519373
אינטערסאנטער
לויט ווי איך הער איז קלאדני וואס פירט אן קול בחצרות שטארק אקטיוו בחצרות סקאליע 18 וואס לעצטנס הערט מען אסאך פון אים (ער איז גראדע א תלמיד חכם און ידען נפלא פלאס א שיינע רעדנער)
ער איז דאך געוועהן זיין הויז בחור

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 22, 2023 8:01 pm

· #519380
אינטערסאנטער
נחום הסופר
בו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין
וואס הייסט א חסידות לכל דבר? אז מען האט מער מענטשן? ווי עס זעט אויס איז סקאליע 18 אויך א חסידות לכל דבר, נאר קען זיין מיט ווייניגער מענטשן.
ער האט (אפשר) נישט אזעלכע גוטע פראפאגאנדע פארשפרייטער ווי סקאליע 48...!

אין סקאליע 48 (זאלן זיי זיין געזונט) מאכט מען א מצב פון א יעדע זאך. איין יאר האט די רבי געמאכט אן אפשערן (אין די דריי וואכן). די חסידים האבן געדינגען טראקס, געברענגט פארענטשעס, (פון פאטאגראפיסטן איז שוין אפגערעדט), און געהאט א ספעציעלן עי.טי.ווי. מיט וואס די רבי שליט"א איז געפארן (אין די קאנטרי) פון ביתו נאוה קודש צו דעם ביהמ"ד.

איך קען רעפארטן אז די פארענטשעס זענען געווען אנגעפולט מיט בחורים און בעלי בתים. ווייל ס'איז אויסגעפאלן אין א זונטאג. און אלע טאטעס זענען (נאך) געווען אין קאנטרי...!

פרעזידענט עלעקט » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:05 am

· #519464
ביידע צוזאמען האבן נישט קיין 50 מענטשן מאכן מצב ווי צענדליגע טויזענטער

נחום הסופר » דינסטאג מערץ 28, 2023 12:06 pm

· #519859
פרעזידענט עלעקט
ביידע צוזאמען האבן נישט קיין 50 מענטשן מאכן מצב ווי צענדליגע טויזענטער
סקאליע 48 האט לכאורה ארום 200 מענטשן, סתם למען האקוראטקייט

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 12:44 pm

· #519864
נחום הסופר
פרעזידענט עלעקט
ביידע צוזאמען האבן נישט קיין 50 מענטשן מאכן מצב ווי צענדליגע טויזענטער
סקאליע 48 האט לכאורה ארום 200 מענטשן, סתם למען האקוראטקייט
למען האקוראטקייט, אויב וואלט ער געהאט 200, וואלטן זיינע חסידים געזאגט אז ער האט בערך 800...

מחצה''ק » מיטוואך מערץ 29, 2023 12:24 am

· #519939
קלוגע יודל
זעהט אויס דו האסט נאך קיינמאל געכאפט פון זיי
פארצייל וואס מען כאפט פון זיי

א נייגעריגע קאטשקע » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 11:11 pm

· #520194
בעיני ראיתי ביי איינע פון זייערע חתונות האבן זיי איינעם אנגעמקל'ט די ביינער פאר א נארישקייט