בד"ה: הגה"צ רבי שמעלקא לייפער זצ"ל, אבד"ק חוסט
ס'קומט אריין די ביטערע נייעס אז ס'איז נפטר געווארן הגאון הצדיק רבי שמעלקא לייפער זכר צדיק לברכה. א געהויבענע איד א צדיק וואס האט געזוכט צו טוהן וואס מ'קען נאר פאר אנדערע אידן, און פאר וועם ס'האט געווייטאגט די צער פון אנדערע אידן. זכותו יגן עלינו.
ברוך דיין האמת
ווי אלט איז ער געווען?
ברוך דיין אמת, ער איז געווען א שיינע רעדנער א פה מפיק מרגליות.
ער האט אסאך געטוהן פאר בחורים זאלן נישט בלייבן אינדרויסן אויפן גאס
איך האב זיך מחי' געווען מיט זיינע הערליכע פייערדיגע דרשות, בנוסף צו דעם אז ער האט אזויפיל געטון פאר בחורים, געהאט א אידיש הארץ פאר יעדן איד... חבל על דאבדין!
דאכט זיך מיר אז ער האט געהייסן ר' שמואל שמעלקא, ניין? 1
2 איינער ווייסט אפשר זיין טאטע'ס נאמען?
pseudonym1דאכט זיך מיר אז ער האט געהייסן ר' שמואל שמעלקא, ניין? 1
2 איינער ווייסט אפשר זיין טאטע'ס נאמען?
ר' שמואל שמעלקא בן ר' אהרן משה בן ר' שמואל שמעלקא בן ר' ישראל יעקב בן ר' מרדכי