☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חרידי'שע אני מאמינ'ס

חרידי'שע אני מאמינ'ס

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15904

דערהויבענע איד » זונטאג פעברואר 19, 2023 4:08 pm

· #517276
חרידי'שע אני מאמינ'ס
אני מאמין אז מ'קען זיין א איד נאר אויפ'ן חרדי'שען שטייגער.

אני מאמין אז פון אלע אידן זענען אונז די אויסדערוועלט פאלק.

אני מאמין אז אונז זענען די צופרידענסטע מענטשן אויפ'ן כדור הארץ.

אני מאמין אז אונז זענעו די געזינסטע מענטשן בגוף.

אני מאמין אז יעדער איינער וואס מאכט שידוכים אויף אונזער שטייגער האט שלום בית, און ווער נישט, נישט.

אני מאמין אז אונז זענען די גרעסטע מצלחים אין פרנסה, און בעסטע וועג צו טון ביזנעס איז אויפ'ן היימישע שטייגער.

אני מאמין אז חרדיש'ע אידונטום גייט אלעמאל האבן די פיוטשער פון אידישקייט, און אונז גייען אלעמאל האבן די גרעסטע סוקסעס רעיט אין חינוך, וויל אונז וויסן ווי אזוי צו דיעלען מיט אלע נסיונות, ס'קען קומען נאכאמאל א תקופת משכילים אדער ציונים, אונז האבן די ריכטיגע טול'ס.

מי ימצא » זונטאג פעברואר 19, 2023 4:18 pm

· #517277
זייער ריכטיג ארויסגעברענגט.

נאר אנשטאט צו שרייבן, 'אני מאמין' שרייב = חרדי מאמין.

דערהויבענע איד » זונטאג פעברואר 19, 2023 4:21 pm

· #517278
די עולם קען צולייגן נאך.....

פרנס החודש » זונטאג פעברואר 19, 2023 4:51 pm

· #517280
Re: חרידי'שע אני מאמינ'ס
Communal Narcissism.

הקטן » זונטאג פעברואר 19, 2023 11:51 pm

· #517330
[ציטאט אראפגענומען]
דו מיינסט נישט אז וואו גרעסער מען מאכט די ליסט איז בעסער?

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:18 am

· #517333
אני מאמין אז אויב גייט מען צום ריבניצער ווערט אלעס באלד מסודר.

אני מאמין אז אויב עסט מען א סעודה און מען זאגט רעבשייעבערעבמוישע פוילט מען ישועות ורופואת.

אני מאמין אז די בעסטע מייז כאפער איז עפעס א צדיק פון שטאט קערעסטיר.

אני מאמין אז דער בעש"ט איז געפלויגן מיטן וואגן אין די ליפטן, אינאיינעם מיט אלעקסיי, איבער שטעט און וועלדער צו שטראפן ווילדע פריצים און ראטעווען אומשילדיגע מאשקעס.

אני מאמין אז מיין רבי האט די אמת'ע דרך הבעש"ט.

אני מאמין שכל דברי סיפורי צדיקים אמת.

אני מאמין אז אלע אונזערע הייליגע מנהגים איז מקובל למעלה בקודש ארויף ביזן מעמד הר סיני.

אני מאמין אז רעב מענדעלע מיטן חוזה זענען געווען די שם הוי"ה איינגעהילט אין ווייסע בעקיטשעס.

אני מאמין אז מאשין מצות איז חמץ גמור.

אני מאמין אז פרויען טארן נישט דרייוון און דארפן זיך גאלן דאס האר פון קאפ.

אני מאמין אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן אויסקוקן ווי אונז.

אני מאמין אז אלע מעשיות פון תנ"ך און חז"ל איז העכערע זאכן למעלה מהשגתינו.

אני מאמין אז דער וואס האט אינטערנעט אן קיין פילטער איז אין לו חלק לעולם הבא.

שוין.. האמיר שוין י"ג עיקרים...

דערהויבענע איד » מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:16 am

· #517343
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז טאקע א מאדערנע זאך, אבער נאך אלעס איז אונזער וועג די געזינסטע וועג פון לעבן.....

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:34 pm

· #517363
שמן למאור
אני מאמין אז אויב גייט מען צום ריבניצער ווערט אלעס באלד מסודר.

אני מאמין אז אויב עסט מען א סעודה און מען זאגט רעבשייעבערעבמוישע פוילט מען ישועות ורופואת.

אני מאמין אז די בעסטע מייז כאפער איז עפעס א צדיק פון שטאט קערעסטיר.

אני מאמין אז דער בעש"ט איז געפלויגן מיטן וואגן אין די ליפטן, אינאיינעם מיט אלעקסיי, איבער שטעט און וועלדער צו שטראפן ווילדע פריצים און ראטעווען אומשילדיגע מאשקעס.

אני מאמין אז מיין רבי האט די אמת'ע דרך הבעש"ט.

אני מאמין שכל דברי סיפורי צדיקים אמת.

אני מאמין אז אלע אונזערע הייליגע מנהגים איז מקובל למעלה בקודש ארויף ביזן מעמד הר סיני.

אני מאמין אז רעב מענדעלע מיטן חוזה זענען געווען די שם הוי"ה איינגעהילט אין ווייסע בעקיטשעס.

אני מאמין אז מאשין מצות איז חמץ גמור.

אני מאמין אז פרויען טארן נישט דרייוון און דארפן זיך גאלן דאס האר פון קאפ.

אני מאמין אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן אויסקוקן ווי אונז.

אני מאמין אז אלע מעשיות פון תנ"ך און חז"ל איז העכערע זאכן למעלה מהשגתינו.

אני מאמין אז דער וואס האט אינטערנעט אן קיין פילטער איז אין לו חלק לעולם הבא.

שוין.. האמיר שוין י"ג עיקרים...
איך קריג מיך אויף דיין אני מאמין אז די בעש"ט מיט אלעקסי זענען געפלויגן אין די ליפטן וכו', אפילו די חרדיסטן גלייבן עס אויך נישט, מען דערציילט עס נאר פאר די קינדער בבחינת די מלאך וואס לייגט א קוואדער אינטערן קישן, אבער קיין איין עדאלט גלייבט עס נישט.
(יא, יעצט גייסטו מיר טרעפן עפעס א תם-ומתמם-עם-תמימים וואס גלייבט עס יא, כ'ווייס, אבער ס'ווערט נאך נישט קיין אני מאמין וועגן דעם)

פאליטיקאנט » דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:53 pm

· #517395
Re: חרידי'שע אני מאמינ'ס
קהל, מאך דיך נישט אזא נאר.

ער רעדט פון די אלע שטותים מעשיות בכלליות. אז נישט פליען מיטן וואגן, איז עס פאספארטן פון א סידור...

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:18 pm

· #517396
קהל'ס נער
שמן למאור
אני מאמין אז אויב גייט מען צום ריבניצער ווערט אלעס באלד מסודר.

אני מאמין אז אויב עסט מען א סעודה און מען זאגט רעבשייעבערעבמוישע פוילט מען ישועות ורופואת.

אני מאמין אז די בעסטע מייז כאפער איז עפעס א צדיק פון שטאט קערעסטיר.

אני מאמין אז דער בעש"ט איז געפלויגן מיטן וואגן אין די ליפטן, אינאיינעם מיט אלעקסיי, איבער שטעט און וועלדער צו שטראפן ווילדע פריצים און ראטעווען אומשילדיגע מאשקעס.

אני מאמין אז מיין רבי האט די אמת'ע דרך הבעש"ט.

אני מאמין שכל דברי סיפורי צדיקים אמת.

אני מאמין אז אלע אונזערע הייליגע מנהגים איז מקובל למעלה בקודש ארויף ביזן מעמד הר סיני.

אני מאמין אז רעב מענדעלע מיטן חוזה זענען געווען די שם הוי"ה איינגעהילט אין ווייסע בעקיטשעס.

אני מאמין אז מאשין מצות איז חמץ גמור.

אני מאמין אז פרויען טארן נישט דרייוון און דארפן זיך גאלן דאס האר פון קאפ.

אני מאמין אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן אויסקוקן ווי אונז.

אני מאמין אז אלע מעשיות פון תנ"ך און חז"ל איז העכערע זאכן למעלה מהשגתינו.

אני מאמין אז דער וואס האט אינטערנעט אן קיין פילטער איז אין לו חלק לעולם הבא.

שוין.. האמיר שוין י"ג עיקרים...
איך קריג מיך אויף דיין אני מאמין אז די בעש"ט מיט אלעקסי זענען געפלויגן אין די ליפטן וכו', אפילו די חרדיסטן גלייבן עס אויך נישט, מען דערציילט עס נאר פאר די קינדער בבחינת די מלאך וואס לייגט א קוואדער אינטערן קישן, אבער קיין איין עדאלט גלייבט עס נישט.
(יא, יעצט גייסטו מיר טרעפן עפעס א תם-ומתמם-עם-תמימים וואס גלייבט עס יא, כ'ווייס, אבער ס'ווערט נאך נישט קיין אני מאמין וועגן דעם)
איך בין מחולק מיט דיר, גיי אריין אין בית המדרש און הייב אן צו פרעגן מענטשן. וועסט ווערן שאקירט געוואר צו ווערן וויפול מענטשן גלייבן די מעשיות ליטירעלי, פונקט ווי זיי גלייבן אין קריאת ים סוף. אסאך לאכן טאקע פון די מעשיות, אבער גאר אסאך האלטן אז מען 'דארף' גלייבן אז עס האט 'געקענט' פאסירן, און אויב גלייבט מען שוין דאס, דאן פארוואס נישט גלייבן אז עס האט פאקטיש פאסירט...?

בעל אחריות » דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:24 pm

· #517397
דארפסט נישט גיין אין בית המדרש, האסט מיך דא.

תרמב » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:54 pm

· #517434

וואס לאכסטו אויף יענעם פארן גלייבן אז די אלעקסיי מעשיות זענען פונקט אזוי אמת ווי די מעשה פון קריעת ים סוף בו בזמן ווען ס'איז דא וואס לאכן פון דיר פונקט אזוי פארן גלייבן די מעשה פון קריעת ים סוף? יעדער האט א אנדערע פלאץ ווי ער שטעלט זיך אפ...

בונה של טוב » מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:52 am

· #517437
תרמב

100%

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:58 pm

· #517487
@רביה"ק וואלט געזאגט.. טאקע וועגן דעם שטעל איך מיך נישט אפ...

דערהויבענע איד » מוצ"ש פעברואר 25, 2023 8:56 pm

· #517596
אני מאמין - ווען מ'וויל מוחה זיין אויף סמארטפאוינס - אז אונז זענען די ערגסטע שבתוך הערגסטע דור וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען. ואפילו יעמדו כל יושבי תבל וכל תחבולות אנז אויף צו ווייזן אז אין די היסטאריע פון כלל ישראל - און אפילו פאר נישט מער ווי 80 יאר צוריק - איז געווען סאך שוואכערע צייטן, גייען מיר זיך נישט אווערוקן פון דעם.

אני מאמין אז ביפאר 2020 איז נישט געווען קיין עבירות, און אפילו וואס יא איז געווען גאר שוואכע מעשיות, און אלעס וואס אונזערע אוינגארישע באבעס האבן גע'דמיו'ט איז געווען נאר הייליגע זאכן לשם שמים.

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 2:04 am

· #522594
שמעקט מער פין א חרדישן דיינו

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אפריל 26, 2023 3:14 pm

· #522832
Re: חרידי'שע אני מאמינ'ס
אדוני המלך
שמעקט מער פין א חרדישן דיינו
א דיינו איז בכלל נישט קיין שלעכטע געדאנק.

מען דארף נאר א פייטן דערפאר.
עטליכע סעמפלס קען איך פארשלאגן. די איבריגע לאז איך פאר די וואס קענען
ווען אונז נעמען שלש סעודת בילקעס אבער לייגן עס נישט אין טאש… דיינו
ווען אונז לייגן שלש סעודות בילקעס אין טאש אבער ווישן זיך נישט אין די נאסע האנטוך… דיינו
ווען אונז ווישן זיך אין די נאסע האנטוך אבער טרינקן נישט קיין גרעיפ דשאוס סעלטצער… דיינו.
ווען אונז טרינקען גרעיפ דשאוס סעלטצער אבער צופייערן זיך נישט ביי השם מלך…. דיינו.
על אחת כמה וכמה.

מען קען עס מרחיב זיין

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 3:23 pm

· #522835
Re: חרידי'שע אני מאמינ'ס
אויב וואלט די עולם זיך צעפייערט ביי השם מלך אבער די מאגן וואלט נישט געברענט דיינו
אויב וואלט די מאגן געברענט אבער די עולם וואלט געלייגט דיאדירענט דיינו