☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Open AI -ChatGPT

Open AI -ChatGPT

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15894

מרדכי מרדכי » מאנטאג פעברואר 13, 2023 7:25 am

· #516979
Open AI -ChatGPT
לעצטנס איז דא א גרויסע הייפ איבער AI ווען די קאמפעני OpenAI וואס האט שוין ארויסגעגעבן די פראגראם DALL E 2
וואס מאכט אליינס בילדער בעיסט אויף די טעקסט וואס מען שרייבט עס, האט ארויס געגעבן א נייע פראגראם מיטן נאמען ChatGPT וואס ענטפערט אויף שאלות וואס עס ווערט געפרעגט און די מעגליכקייטן קוקט יעצט אויס ענדלאז. מען קען בעטן צי שרייבן א פאועם פארן ווייב, שרייבן א פראפעסיאנאלע אימעיל, שרייבן א קאנטראקט, אפילו פאר סטודענטן צי מאכן א עסיי.

דערווייל זעהט אויס ווי זיין אידיש איז נישט זייער גוט הגם ער טענה'ט אז ער קען יא, אבער איך האב פארשטאנען אז ווי מער מען נוצט עס ווערט עס מער אויסגעשארפט
📎 Screenshot_20230213_065837_Chrome.jpg

אדוני המלך » דינסטאג אפריל 25, 2023 12:15 am

· #522545
מרדכי מרדכי
לעצטנס איז דא א גרויסע הייפ איבער AI ווען די קאמפעני OpenAI וואס האט שוין ארויסגעגעבן די פראגראם DALL E 2
וואס מאכט אליינס בילדער בעיסט אויף די טעקסט וואס מען שרייבט עס, האט ארויס געגעבן א נייע פראגראם מיטן נאמען ChatGPT וואס ענטפערט אויף שאלות וואס עס ווערט געפרעגט און די מעגליכקייטן קוקט יעצט אויס ענדלאז. מען קען בעטן צי שרייבן א פאועם פארן ווייב, שרייבן א פראפעסיאנאלע אימעיל, שרייבן א קאנטראקט, אפילו פאר סטודענטן צי מאכן א עסיי.

דערווייל זעהט אויס ווי זיין אידיש איז נישט זייער גוט הגם ער טענה'ט אז ער קען יא, אבער איך האב פארשטאנען אז ווי מער מען נוצט עס ווערט עס מער אויסגעשארפט
A-I איז א סאליד חרבון.

באר מים » דינסטאג אפריל 25, 2023 8:55 am

· #522629
אדוני המלך
A-I איז א סאליד חרבון.
Please explain

שטרומפ » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:53 am

· #522925
Re: Open AI -ChatGPT
ס'איז מוראדיג צו זעהן ווי ער ענטפערט מיט א זיכערקייט א פאלשע ענטפער. כ'מיין אז מ'וואלט געדארפט ערמעגליכן צו קענען זעהן אויף יעדע ענטפער ווי זיכער עס איז אז די ענטפער איז אמת.

אפאר טעג צוריק האב איך אים געבעטן צו מיך העלפן שרייבן פארמאלעס פאר עקסעל . כ'האב באקומען איין ראנג ענטפער נאך די אנדערע. ווען כ'האב צוריקגעשריבן אז ס'ארבעט נישט האט אפילו גלייך געוואוסט וואס די טעות איז געווען און גלייך געגעבן נאך א פאָרמולע וואס ארבעט נישט......