☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מסלף דברי ראשונים!

מסלף דברי ראשונים!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15890

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 11:47 pm

· #516806
מסלף דברי ראשונים!
ליידער זענען געשריבן געווארען שרעקליכער דברי חירוף אין היימישע צייטונגען ואין פוצה פה ומצפצף?!?!

די וואך איז דא אן ארטיקל אין איינע פון די היימישע אידישע צייטונגען, וואס א שרייבער שרייבט נעגאטיוו אויף פירושים געבויעט ע"פ פשוטו של מקרא.

צווישען אנדערע ברענגט דער שרייבער אראפּ דעם באקאנטע רשב"ם אין פרשת וישב, אבער ער זאגט פאר די ליינער נאר די רישא פון רשב"ם אבער נישט דער סיפא!?

ער ברענגט די חלק וואו דער רשב"ם שרייבט פארוואס מ'האט אמאל עוסק געווען מער מיט דרש ווי פשט, אבער דער שרייבער ברענגט נישט פאר די ליינער דאס וואס די רשב"ם פירט אויס אז זיין זיידע רש"י און אויך ער, האלטען אז מען דארף מאכען פירושים אויך אויף פשוטו של מקרא, כלשונו הזהב; וגם רבנו שלמה אבי אמי מאיר עיני גולה שפירש תורה נביאים וכתובים נתן לב לפרש פשוטו של מקרא, ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו והודה לי שאילו היה לו פנאי היה צריך לעשות פרושים אחרים לפי הפשטות המתחדשים בכל יום!!!

דער שרייבער זאגט אז דאס טוען נאר משכילים פון די לעצטערע דורות....

בו בעת וואס די רשב"ם זאגט גלייך נאכדעם אז ער גייט יעצט מאכען א פירוש ע"פ פשוטו של מקרא, גייט די צייטונג שרייבער און שרייבט אנשטאטס דעם אז דאס טוען די משכילים.. רחמנא ליצלן!!

דא איז די לשון הרשב"ם
רשב"ם וישב; אלה תולדות יעקב. ישכילו ויבינו אוהבי שכל מה שלימדונו רבותינו כי אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אף כי עיקרה של תורה באת ללמדנו ולהודיענו ברמיזת הפשט ההגדות וההלכות והדינין על ידי אריכות הלשון ועל ידי שלשים ושתים מידות של ר' אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי ועל ידי שלש עשרה מידות של ר' ישמעאל.

והראשונים מתוך חסידותם נתעסקו לנטות אחרי הדרשות שהן עיקר, ומתוך כך לא הורגלו בעומק פשוטו של מקרא ולפי שאמרו חכמים אל תרבו בניכם בהגיון, וגם אמרו העוסק במקרא מדה ואינה מדה העוסק בתלמוד אין לך מדה גדולה מזו, ומתוך כך לא הורגלו כל כך בפשוטן של מקראות וכדאמ' במסכת שבת הוינא בר תמני סרי שנין וגרסינ' כולה תלמודא ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.

וגם רבנו שלמה אבי אמי מאיר עיני גולה שפירש תורה נביאים וכתובים נתן לב לפרש פשוטו של מקרא, ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו והודה לי שאילו היה לו פנאי היה צריך לעשות פרושים אחרים לפי הפשטות המתחדשים בכל יום.

דאס איז פונעם צייטונג שרייבער
📎 IMG-20230209-WA0148.jpg

יאסל ראקאווער » פרייטאג פעברואר 10, 2023 12:52 pm

· #516828
כאילו ווען די רשב"ם זאגט אז מ'טאר נישט לערנען פשוט פשט וואלט ער געווען די רשב"ם און אונז דארף מיר ברענגען א ראיה אז מ'לערענט פשוט פשט. אויב ווייזט ער מיר טאקע אויף אז די רשב"ם האלט אז מ'טאר נישט לערנען פשוט פשט האט ער מיר אויפגעוויזן אז מ'טאר נישט לערנען רשב"ם. נישט אז מ'טאר נישט לערנען די הייליגע תורה. געוואלד!

אזויווי די רשב"ם איז געווען פאר די צייט פון די משכילים טא פארוואס זאל ער זאגן אזוינע שטותים אז מ'טאר נישט לערנען פשוט פשט.. פארשטייט יעדער בר שכל אז די צייטונג שרייבער איז א מסלף.

סתם אזוי מנעו בניכם מן ההגיון איז א מליצה אז ס'מיינט לערנען תורה פשוט פשט. אוודאי גייט עס ארויף אויף חכמה יוונית וכו'. נאר וואס דען אז מ'לערנט נישט פשוט פשט ווייסט מען נישט..


נ.ב. רב כהנא האט געקענט ששה סדרי משנה ביי די אכצן. נישט ש"ס וואס אונז רוף מיר ש"ס (וואס האט נאכנישט עקזיסטירט). און אן די רע"ב. א שיינע פאר בחורים היינט קענען עס און פארשטייט זיך אז די גאנצע כוונה איז אז דאס איז נאר געווען אלץ בחור'ל וואס ער האט אזוי געטראכט און ווען ער איז אריין אין ישיבה האט ער עס נישט געזאגט ווייל מ'וואלט אים ווען ארויסגעווארפן פון ישיבה אז ער זאגט אזוינס און וויאזוי די גמרא פירט טאקע אויס. וואס קען מען זיך לערנען פון רב כהנא? דליגמר איניש והדר לסבור. און רב כהנא שעמט זיך דארט מיט די פאקט אז ער ווייסט נישט פשוט פשט. און טאקע דאס שרייבט די רשב"ם פארוואס ער גייט מאכן א פירוש על פשט דא ווי די ידידינו @דער גאלדענע אדלער פירט אונז אריין צו די גאנצע קאנטעקסט.

בקיצור איך בין רויט אין פנים אז איך וואוין צווישן אזוינע פאלנע שקרנישע עמי הארצים אן קיין טראפ שכל וואס שטעלן די טאן פאר די הייליגע תורה. מ'קען ממש צופלאצט ווערן פון די קינדערישע פארשעמונג פון חכמה און תורה.

פרנס החודש » פרייטאג פעברואר 10, 2023 1:09 pm

· #516830
Re: מסלף דברי ראשונים!
דער שרייבער איז א מענטש וואס ברויך נעבעך שרייבן גראבע ליגנס אין די צייטונגען פאר זיין פרנסה, ווען מען פרעגט אים איבער וואס ער׳ט געשריבן ענטפערט ער נישט ווייל ער איז זייער פארנומען (צו שרייבן נייע פאלשהייטן).

די תלונה איז איבער די ציייטונגען וואס פארלאנגען אזוינס פון זייערע שרייבער, און די קהילות וואס זענען אפיליאירט מיט די צייטונגען.

כרם זית » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 11:56 pm

· #516846
Re: מסלף דברי ראשונים!
די קנאים דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די גאנצע רשב''ם, ווארום דער מנחת אלעזר אין דברי תורה טייטשט אים אויס אויף סודות הקבלה...

אינטערסאנטער » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:37 pm

· #516903
כרם זית
די קנאים דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די גאנצע רשב''ם, ווארום דער מנחת אלעזר אין דברי תורה טייטשט אים אויס אויף סודות הקבלה...
ס'איז טאקע אמת אז דער מנחת אלעזר טייטשט דאס אויס אויף סודות, אבער די שטיקל רשב"ם האט אויך א פשטות, ואין רשב"ם יוצא מידי פשוטו, עס איז ביידע אמת, עס ליגט אין דעם טיפער'ס אבער עס האט א פשוט'ע פשט אויך, און דער מנחת אלעזר קריגט זיך נישט דערמיט.

פשוטו של מקרא על פי תורת הבעל שם טוב מיינט ווען מען וועט זיך מפשיט זיין פון גשמיות וועט מען משיג זיין די אמת'ע טיפע ריכטיגע פשט, דער בעש"ט האט זיך אויך נישט געקריגט אויף די פשוט'ע טייטש פון די ווערטער נאר ער האט געהאלטן אז אליבא דאמת מיינט דאס סאך טיפער און נאך טיפער.

נפה » זונטאג פעברואר 12, 2023 3:23 pm

· #516906
כרם זית
די קנאים דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די גאנצע רשב''ם, ווארום דער מנחת אלעזר אין דברי תורה טייטשט אים אויס אויף סודות הקבלה...
מראה מקום בבקשה