☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אינטערנעט פילטערס אנקעטע

אינטערנעט פילטערס אנקעטע

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15884

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 6, 2023 9:29 pm

· #516656
אינטערנעט פילטערס אנקעטע
דיעס אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער וואו די קאוועשטיבל עולם האלט בנוגע אינטערנעט פילטערס והמסתעף, וועל איך פארציילן בקיצור איבער מיין עוואלושן מיט אינטערנעט און פילטערס און איך וויל אויך הערן פונעם עולם זייער מצב.

איז אזוי, אין אנפאנג האב איך זעלבסטפארשטענליך געציטערט פון די אינטערנעט ווי פון פייער, ווער האט דען אפילו געקענט טראכטן פון אינטערנעט נאכ'ן כינוס כלל ישראל נישט מער געדאכט? עט סאם פוינט איז מיין חסידישע באבל צו ענג געווארן האב איך מיר געקויפט א כלי, פארשטייט זיך אן אינטערנעט, די דונערדיגע "פסק איסור ייחוד מיט אינטערנעט" פון ר' שמואל וואזנער האט מיר נאך געקלינגען אין די אויערן, איך פלעג נאר גיין צו חברים אין שטוב אדער פאבליק פלעצער כאפן ווייפיי - אדער סייעתא דשמיא ווי מ'פלעגט עס רופן - צו שטילן אביסל מיין דארשטיגע נשמה. שפעטער איז די מצב האידישקייט אין שטוב אביסעלע גרינגער געווארן האב איך מיך שוין געקענט ערלויבן צו קויפן מיין אייגענע ווייפיי, אין אנפאנג האב איך געלייגט א פילטער אבער כ'האב מיך אנגעשטויסן אין צופיל פראבלעמען האב איך מיך דערמאנט אז ס'דא רבנים וואס לאזן זיך יא מתייחד זיין מיט אינטערנעט (העק, ס'אפילו דא רבנים וואס לאזן זיך מתייחד זיין מיט א פרוי אויך...) און פארוואס איז זייער פסק ווייניגער מאסגעבנד ווי ר' וואנזער'ס? בקיצור המעשה, די גאנצע פילטער ביזנעס האט אנגעהאלטן ווינציגער פון א וואך... And they lived happily ever after. און אפאר חדשים שפעטער האט מיך א חבר פארציילט איבער קאוועשטיבל...

האב איך פארציילט איבער מיין רילעישנשיפ מיט אינטערנעט פילטערס, וואס איז אייער מצב?

א) איך האב אינגאנצן נישט קיין אינטערנעט (א גוי שרייבט פאר מיך אין קאוועשטיבל)

ב) איך האב נאר אינטערנעט אין אפיס מיט א פילטער

ג) איך האב אינטערנעט אין אפיס אן א פילטער

ד) איך האב אינטערנעט מיט א פילטער

ה) איך האב אינטערנעט אן א פילטער ווייל איך האלט אז מ'מעג

ו) איך האב אינטערנעט אן א פילטער ווייל איך קען מיך נישט איינהאלטן

ז) עפעס אנדערש

מר. קלונימוס » מאנטאג פעברואר 6, 2023 9:42 pm

· #516657
רביה''ק זי''ע
... And they lived happily ever after
I see different results....
אויב עפעס זע איך אז רב וואזנער איז גערעכט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 6, 2023 9:49 pm

· #516658
מר. קלונימוס
רביה''ק זי''ע
... And they lived happily ever after
I see different results....
גילוי? 😲 😮

ענדיוועיס, וואס איז דיין רילעישנשיפ מיט אינטערנעט פילטערס? א גוי שרייבט פאר דיר?

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 6, 2023 10:26 pm

· #516659
איך בראוז דעם אינטערנעט מיט מיין לינקע הענט אזוי איז עס א שינוי מילא איז נישט חל אלע איסורים.
ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה, למעשה האב איך א פילטער ווייל ווען איך זעה אז איך פארשווענד צופיל צייט אויפן געוועב ,מאכט מען עס ענגער נאך א שטיק צייט מאך איך עס לויזער אזוי האב איך ביידע וועלטן, סיי די מעלות פון האבן עקסעס צו אלעס און סיי אביסל הילף אין סעלף קאנטראול ווען עס פעלט אויס.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 12:05 am

· #516660
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
כ'זעה דער עולם האט מורא ארויס צו קומען פאבליק, א גוטע סימן ווייל דער עולם איז מקיים דעם מדבר שקר תרחק.
נו וועל איך זיין דער ערשטער צו מקיים זיין האמת והשלום אהבו.

ה) איך האב אינטערנעט אן א פילטער ווייל איך האלט אז מ'מעג

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 12:06 am

· #516661
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
דער גאלדענער אדלער
כ'זעה דער עולם האט מורא ארויס צו קומען פאבליק, א גוטע סימן ווייל דער עולם איז מקיים דעם מדבר שקר תרחק.
נו וועל איך זיין דער ערשטער צו מקיים זיין האמת והשלום אהבו.

ה) איך האב אינטערנעט אן א פילטער ווייל איך האלט אז מ'מעג

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
@קהל'ס נער האט מיך אויסגעכאפט פון צו זיין דער ערשטער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מי ימצא » דינסטאג פעברואר 7, 2023 12:15 am

· #516662
.

yesiknow » דינסטאג פעברואר 7, 2023 12:16 am

· #516663
עין רואה והלב חומד והכלי המעשה "גומרים" זהו מציאות אי-אפשר לחלוק על זה ואם אתה חכם בעיניך לבסוף תראה שזה אמיתי לא משנה אם אתה דתי או חרדי או ערבי לילה טוב אחי.

פאליטיקאנט » דינסטאג פעברואר 7, 2023 1:37 am

· #516666
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
איך האב א פילטער אויף מיין פאון (אויך האב איך טעלעגראם דערויף...), ווייל עס העלפט אביסל זיך צו האלטן, און בעיקר פאר די קינדער.
"דוקא נישט קיין היימישע פילטער"

איך האב נישט קיין פילטער אין אפיס (כ'האב א פייערוואל און א פריוואטע ד.נ.ס. וואס בלאקירט כמעט אלע שמוץ און געמבלינג) ווייל עס פעלט נישט אויס, און קען נאר ברענגען פראבלעמען.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג פעברואר 7, 2023 2:16 am

· #516669
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
ה)

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:04 am

· #516670
ב

איך נוץ די טעקלאג פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:09 am

· #516671
קהל'ס נער
ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה
דער ארגומענט איז ווינדערליך, ס'שטייט נישט אין ערגעץ, משמע טאקע אז ר' יוסף קארו האט געהאלטן אז מען ברויך נישט האבן קיין פילטער.

מענטשן נוצן איבער די זעלבע שליסל ווערטער זיבן מאל א טאג אויף יעדע שאלה וואס איז נאר פארהאלן, ביז מ'פארגעסט זיך און מען נוצט עס אויף פלעצער ווי סקומט בכלל נישט אריין.

דיסקלעימער, כהאב נישט וואס אריינצורעדן אין די הלכהדיגע שאלה [אויב סאיז בכלל דא א שאלה] פון יא פילטער צו נישט פילטער, פאר מיר מאכט דער פילטער גוט אלזא איז די פראגע נישט נוגע, מיין פראגע איז נאר ווי דער ארגומענט קומט דא אריין.

נעקסט לעוועל » דינסטאג פעברואר 7, 2023 9:31 am

· #516672
איך האב נישט קיין פילטער פשוט ווייל...
כהאב עס נישט ליב.
ס'מאכט נערוועז דער מענטשהייט, גענוג צמצום
(פשוט אלס דע געדאנק אז "דו" קאנטראליר "מיר" נישט !)

יין שרף » דינסטאג פעברואר 7, 2023 10:49 am

· #516675
פאליטיקאנט
איך האב א פילטער אויף מיין פאון (אויך האב איך טעלעגראם דערויף...), ווייל עס העלפט אביסל זיך צו האלטן, און בעיקר פאר די קינדער.
"דוקא נישט קיין היימישע פילטער"

איך האב נישט קיין פילטער אין אפיס (כ'האב א פייערוואל און א פריוואטע ד.נ.ס. וואס בלאקירט כמעט אלע שמוץ און געמבלינג) ווייל עס פעלט נישט אויס, און קען נאר ברענגען פראבלעמען.
פאר די קינדער, זיי זאלן וויסן אז דו האסט א פילטער אדער זיי נוצן אויך די פאון? אויב נוצן זיי עס איז טעלעגראם אליינס נישט געפילטערט, ממילא...

און btw וואס טוט מען מיט די מוסדות?

בעל אחריות » דינסטאג פעברואר 7, 2023 12:08 pm

· #516678
אויף מיין קאמפיוטער אין אפיס איז דא א טעקלאק פילטער, לעצטנס האב איך באגעגנט א סמארטפאון ארומליגן אין אפיס וואס האט נישט קיין פילטער און אזוי בין איך דא, היות עס געהערט פאר מיין באלעבאס איז עס א שטיקל שמירה נישט צו גיין וואו מען דארף נישט.

איך פלעג האבן אינדערהיים אן אפענע קאמפיוטער, שפעטער געלייגט א פילטער שפעטער אינגאנצן פארמאכט, נישט ווייל איך האלט אז מען דארף להלכה אזוי טוהן נאר פשוט ווייל עס איז נישט געווען געזונט פאר מיר.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 12:53 pm

· #516679
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
יין שרף
פאליטיקאנט
איך האב א פילטער אויף מיין פאון (אויך האב איך טעלעגראם דערויף...), ווייל עס העלפט אביסל זיך צו האלטן, און בעיקר פאר די קינדער.
"דוקא נישט קיין היימישע פילטער"

איך האב נישט קיין פילטער אין אפיס (כ'האב א פייערוואל און א פריוואטע ד.נ.ס. וואס בלאקירט כמעט אלע שמוץ און געמבלינג) ווייל עס פעלט נישט אויס, און קען נאר ברענגען פראבלעמען.
פאר די קינדער, זיי זאלן וויסן אז דו האסט א פילטער אדער זיי נוצן אויך די פאון? אויב נוצן זיי עס איז טעלעגראם אליינס נישט געפילטערט, ממילא...

און btw וואס טוט מען מיט די מוסדות?
מפני השלום מעג מען דרייען [emoji1787]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

יין שרף » דינסטאג פעברואר 7, 2023 3:20 pm

· #516681

אדרבה, אויב קען מען מילא, אבער רוב בעטן די אישור און וועריפייען

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 5:05 pm

· #516682
yesiknow
עין רואה והלב חומד והכלי המעשה "גומרים" זהו מציאות אי-אפשר לחלוק על זה ואם אתה חכם בעיניך לבסוף תראה שזה אמיתי לא משנה אם אתה דתי או חרדי או ערבי לילה טוב אחי.
וואס האט דעס מיט די אינטערנעט צי טוהן?

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 5:16 pm

· #516683
זופ מיט מאנדלען
קהל'ס נער
ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה
דער ארגומענט איז ווינדערליך, ס'שטייט נישט אין ערגעץ, משמע טאקע אז ר' יוסף קארו האט געהאלטן אז מען ברויך נישט האבן קיין פילטער.

מענטשן נוצן איבער די זעלבע שליסל ווערטער זיבן מאל א טאג אויף יעדע שאלה וואס איז נאר פארהאלן, ביז מ'פארגעסט זיך און מען נוצט עס אויף פלעצער ווי סקומט בכלל נישט אריין.

דיסקלעימער, כהאב נישט וואס אריינצורעדן אין די הלכהדיגע שאלה [אויב סאיז בכלל דא א שאלה] פון יא פילטער צו נישט פילטער, פאר מיר מאכט דער פילטער גוט אלזא איז די פראגע נישט נוגע, מיין פראגע איז נאר ווי דער ארגומענט קומט דא אריין.
ר' יוסף קארו האלט אזוי, בדליכא דרכא אחרינא מעג מען אריבערגיין א פלאץ אפילו ווי ס'איז וודאי דא ראיות אסורות, אינטערנעט איז ליכא דרכא אחרינא (א פילטער איז נישט דרכא אחרינא, ווייל א פילטער לאזט דיך בכלל נישט אדורך, ס'איז אזוי ווי צי זאגן ביי די שפת הים "איכא דאכא אחרינא, ווייל די קענסט בלייבן אינדערהיים).
וכל זה בהנחה אז אינטערנעט איז א שפת הים, וואס אין אמת'ן אריין איז עס דאס אויך נישט ווייל ס'נישט קיין וודאי צו זעהן ראויות אסורות.

לסיכום, ר' יוסף קארו האט געהאלטן א אינטערנעט אן א פילטער איז מותר לכתחילה, און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......

אבער ווער געט בכלל א דעמן פאר'ן בית יוסף, אין אונזער סיסטעם שטייט אז גיין קיין מיאמי מעג מען, אבער א סמארטפון נישט.....

נפה » דינסטאג פעברואר 7, 2023 5:53 pm

· #516685
אינטערנעט אן א פילטער איז נאר ליכא דרכא אחרינא ווילאנג די פילטער בלאקט אויך אנדערע זאכען און נישט נאר ראיות אסורות .
אגב ווייס איך נישט פארוואס דו ברענגסט ר' יוסף קארו כפי זכרוני ברענגט ער בכלל נישט די איסור פון אדורכגיין דארט ווי נשים עומדות על הכביסה ער אסר'ט נאר להסתכל וזהו.

יאסל ראקאווער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 7:12 pm

· #516686
מיין טייערע פריינט עטץ זענטס מיט די פראגרעם? וואס רעדסט מען דא פון ראיות אסורות. די פראבלעם די חרידזי רבנים האבן מיט די אינטערנעט איז נישט porn. ס'איז knowledge. ס'איז די ומלאה הארץ דעה וואס ס'שטערט זיי עד דכדוכה של נפש, עד ועד בכלל.

ס'איז א דבר ברור אז ווען זיי קענען אוועקנעמען קאווע שטיבל מיט וויקיפעדיע און געבן אנשטאט דעים porn וואלט זיי בוחר געווען אין porn.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג פעברואר 7, 2023 7:37 pm

· #516687
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
יאסל ראקאווער
די פראבלעם די חרידזי רבנים האבן מיט די אינטערנעט איז נישט porn. ס'איז knowledge. ס'איז די
בכלל, זייט ווען זאָרגן זיך חרדים פאַר געזונטע ס--ס עדוקאַציע. מיטן האַלטן ג'ענדערס צעטיילט ביז מען ווערט איינס פון די ל.ג.ב.ט. אותיות? אָדער אפשר דורעכן געבן פריי-קאַרטלעך פאַר מאָלעסטירער? אפשר גאָר דורעכן אויסלערנען פאַר אַכצן יעריגע בחורים אַז תשמיש המיטה מיינט מאַכן דאָס בעט?

פונקט ווען עס קומט צו פאָרנאַגרעפי ווערן זיי גרויסע פיסכעלאָגן און ס--ס מבינים, "גיוו מי עי.... ברעיק!"

און די זעלבע זאַך איז מיט זייער טענה אַז סאָציאלע מידיע איז גייסטיש נישט געזונט פאַרן מענטש. זייט ווען געבן זיי אַ הוד פאַר דאָס גייסטישע געזונט? עס האָט גענומען פאַר דער חרידישע וועלט צענדליגע יאָרן ביז-ווילאַנג זיי האָבן בכלל אַנערקענט אַז מען ברויך זיך אָפגעבן מיט "מענטל העלט". דייקא ווי מער פאַרמאכט, אַלץ מער איז מען אַנקעגען אינטערנעט און ווייניגער אויפמערקזאַם איבער מענטל העלט.

זיי ווילן די זאָלסט מנדב זיין דיין לעבן צו זיי, אָן קיין ספיקות "וואַט סא עווער" און פערטיג.

yesiknow » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:06 pm

· #516690
קהל'ס נער
yesiknow
עין רואה והלב חומד והכלי המעשה "גומרים" זהו מציאות אי-אפשר לחלוק על זה ואם אתה חכם בעיניך לבסוף תראה שזה אמיתי לא משנה אם אתה דתי או חרדי או ערבי לילה טוב אחי.
וואס האט דעס מיט די אינטערנעט צי טוהן?
די וואס האבען עקסעס צו די וועב אנע פילטער וועלען דיר (אפשר נישט)
פארציילען וואס געשעט מיט (צו)זיי נאכען זיך אנקוקען מיט די אלע (נישט אזוי) שיינע סצענעס פון בשר גידים ועצמות וכו' ווייניג האבען די כח המעצר אין לאזען די הנאה פארבייגיין ספעציעל ווער עס האט נישט ברויט אין זיין בעסקעט תן לחכם ויחכים או לנער ונערות.

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:33 pm

· #516691

און אויך די וואס האבן עקסעס צו די גראסערי, שיך סטאר און דריי קלינערס אנע פילטער וועלען דיר (אפשר נישט)
פארציילען וואס געשעט מיט (צו)זיי נאכען זיך אנקוקען מיט די אלע (נישט אזוי) שיינע סצענעס פון בשר גידים ועצמות וכו' ווייניג האבען די כח המעצר אין לאזען די הנאה פארבייגיין ספעציעל ווער עס האט נישט ברויט אין זיין בעסקעט תן לחכם ויחכים או לנער ונערות.

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:38 pm

· #516692
נפה
אינטערנעט אן א פילטער איז נאר ליכא דרכא אחרינא ווילאנג די פילטער בלאקט אויך אנדערע זאכען און נישט נאר ראיות אסורות .
אט דאס איז טאקע די פראבלעם מיטן פילטער
אגב ווייס איך נישט פארוואס דו ברענגסט ר' יוסף קארו כפי זכרוני ברענגט ער בכלל נישט די איסור פון אדורכגיין דארט ווי נשים עומדות על הכביסה ער אסר'ט נאר להסתכל וזהו.
זעהסטו די בית יוסף איז נאך מער מקיל ווי די גמ', הייסט אפילו איכא דרכא אחרינא איז מותר צו גיין על שפת הים ולענינינו דארף מען נישט קיין פילטער אפילו לו יצוייר די פילטער וואלט געוועהן דרכא אחרינא.

(אין פסחים פרק כל שעה, רעדט די גמ' פון גיין על שפת הים מילא איז עס מיר געליגען אין קאפ אז גיין איז אליין א איסור בדאיכא דרכא אחרינא.)

yesiknow » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:41 pm

· #516694
במכולת לא רואים אדם וחווה בגן עדן קודם החטא אני חושב שאתה סתם מכה בטשייניק.

אי אפשר לראות בחנות מה שרואים שם דאנט פלעי דאם

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:45 pm

· #516695
שרייב נישט וואולגאר
מנהל

yesiknow » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:51 pm

· #516696
קהל'ס נער
נפה
אינטערנעט אן א פילטער איז נאר ליכא דרכא אחרינא ווילאנג די פילטער בלאקט אויך אנדערע זאכען און נישט נאר ראיות אסורות .
אט דאס איז טאקע די פראבלעם מיטן פילטער
אגב ווייס איך נישט פארוואס דו ברענגסט ר' יוסף קארו כפי זכרוני ברענגט ער בכלל נישט די איסור פון אדורכגיין דארט ווי נשים עומדות על הכביסה ער אסר'ט נאר להסתכל וזהו.
זעהסטו די בית יוסף איז נאך מער מקיל ווי די גמ', הייסט אפילו איכא דרכא אחרינא איז מותר צו גיין על שפת הים ולענינינו דארף מען נישט קיין פילטער אפילו לו יצוייר די פילטער וואלט געוועהן דרכא אחרינא.

(אין פסחים פרק כל שעה, רעדט די גמ' פון גיין על שפת הים מילא איז עס מיר געליגען אין קאפ אז גיין איז אליין א איסור בדאיכא דרכא אחרינא.)
https://shulchanarukh.alhatorah.org/Full/Even_HaEzer/21.1#e0n6

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 7, 2023 8:56 pm

· #516697

סך הכל שטייט אין שו"ע אז מען טאר נישט קוקן ווי מען טאר נישט. עס איז נישטא קיין איסור פון האבן א כלי וואס 'עס איז דא דערויף די מעגליכקייט' צו זעט וואס מען טאר נישט.

אז מען האט אזא כלי, און מען האלט ביי א מצב אז מען וויל אנפייפן די שו"ע און יא קוקן, דאן איז די שו"ע סייווי נישט נוגע...

סך הכל דארף מען שפעטער תשובה טון פארן קוקן, אויף די עצם כלי איז לכאורה נישטא קיין איסור.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 7, 2023 9:12 pm

· #516698
קהל'ס נער
און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......
שרייב נישט וואולגאר
מנהל

ענדיוועיס, צוריק צום נושא האשכול, איך זעה אז אפאר קאממענטירער האבן ערווענט סמארטפאונס האב איך מיך געכאפט אז איך'האב טאקע פארגעסן צו פארציילן איבער מיין רילעישנשיפ מיט'ן סמארטפאון. איז אזוי, ווילאנג איך האב געוואוינט אינעם געטאו האט מיר אינגאנצן נישט אויסגעפעלט א סמארטפאון, די גאנצע הלוך ילך דארט איז זייער גוט צוגעשטעלט פאר די פליפ פאון לייפסטייל, דער עולם דרייט זיך ארום אויסהערן וואויסמעילס, מ'דייעלט נאמבערס אן אויפהער, מ'שרייט אריין טעלעפאון און סאושעל סעקיוריטי נאמבערס אינעם טרייבל אריין צוואנציג מאל ביז דער מקבל האט עס ריכטיג, מ'לויפט אין באנק קוקן די באלאנס, א.א.וו. ס'פאלט קיינעם ניטאמאל ביי וועגן א סמארטפאון, ס'פונקט גוט אזוי! די אינטערנעט לאזט מען אין שטוב און די עיקר עסק איבער'ן טאג איז מיט'ן פליפ פאון. הערשט א שטיק צייט נאך כ'האב מיך געצויגן אביסל אינדרויסן פונעם היימישן געגנד און איך האב מיך געטראפן אויסגעשלאסן פון מיינע שכנים'ס וואטסעפפ גרופעס, מיטאמאל טרעף איך מיך אין א פרעמדע געגנד וואו איך פיל מיך אומבאקוועם אפצושטעלן א שגץ אין גאס פרעגן דירעקציעס, איך האב שוין נישט קיין דרייצענטע עוועניו וואו איך קען מיט איין סיבוב אריינטשעקן אין אלע מיינע בענק זיכער מאכן אז איך בין נישט אין די רויט, א.א.וו. שוין, בלית ברירה האב איך מיר געקויפט א סמארטפאון. און הפלא ולעפלע, די מינוט וואס איך האב מיך איינגעהאנדעלט דעם סמארטפאון האט שוין מיין מאמע געוואוסט צו זאגן אז די סמארטפאון איז וואס האט מיך קאליע געמאכט... זעהט עטץ די כח פון א סמארטפאון, נישט נאר וואס ס'מאכט א מענטש קאליע ווערן פון היינט און ווייטער, ס'מאכט איהם אפילו קאליע למפרע אויף צוריק...

פרנס החודש » דינסטאג פעברואר 7, 2023 9:40 pm

· #516701
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
גא״מ, מיר האט עס אויך חרוב געלייגט למפרע…[emoji1783]

כוואליעס » דינסטאג פעברואר 7, 2023 10:54 pm

· #516714
איך האב א פילטער אין קאפ!!!

פאליטיקאנט » מיטוואך פעברואר 8, 2023 8:14 pm

· #516757
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
יין שרף
פאליטיקאנט
איך האב א פילטער אויף מיין פאון (אויך האב איך טעלעגראם דערויף...), ווייל עס העלפט אביסל זיך צו האלטן, און בעיקר פאר די קינדער.
"דוקא נישט קיין היימישע פילטער"

איך האב נישט קיין פילטער אין אפיס (כ'האב א פייערוואל און א פריוואטע ד.נ.ס. וואס בלאקירט כמעט אלע שמוץ און געמבלינג) ווייל עס פעלט נישט אויס, און קען נאר ברענגען פראבלעמען.
פאר די קינדער, זיי זאלן וויסן אז דו האסט א פילטער אדער זיי נוצן אויך די פאון? אויב נוצן זיי עס איז טעלעגראם אליינס נישט געפילטערט, ממילא...

און btw וואס טוט מען מיט די מוסדות?
פאר מיינע קינדער ווייל זיי נוצן עס דא דארט.
זיי ווייסן נישט פון טעלעגראם בכלל, און עס איז נישט אזוי גרינג (מיט איין פשוט'ע סוירטש) צו טרעפן אויף טעלעגראם.

מוסדות שיק איך ווי קיינער האט מיך נאך נישט געפרעגט ווען אינטערנעט און כלים.

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג פעברואר 10, 2023 8:58 am

· #516817
קהל'ס נער
זופ מיט מאנדלען
קהל'ס נער
ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה
דער ארגומענט איז ווינדערליך, ס'שטייט נישט אין ערגעץ, משמע טאקע אז ר' יוסף קארו האט געהאלטן אז מען ברויך נישט האבן קיין פילטער.

מענטשן נוצן איבער די זעלבע שליסל ווערטער זיבן מאל א טאג אויף יעדע שאלה וואס איז נאר פארהאלן, ביז מ'פארגעסט זיך און מען נוצט עס אויף פלעצער ווי סקומט בכלל נישט אריין.

דיסקלעימער, כהאב נישט וואס אריינצורעדן אין די הלכהדיגע שאלה [אויב סאיז בכלל דא א שאלה] פון יא פילטער צו נישט פילטער, פאר מיר מאכט דער פילטער גוט אלזא איז די פראגע נישט נוגע, מיין פראגע איז נאר ווי דער ארגומענט קומט דא אריין.
ר' יוסף קארו האלט אזוי, בדליכא דרכא אחרינא מעג מען אריבערגיין א פלאץ אפילו ווי ס'איז וודאי דא ראיות אסורות, אינטערנעט איז ליכא דרכא אחרינא (א פילטער איז נישט דרכא אחרינא, ווייל א פילטער לאזט דיך בכלל נישט אדורך, ס'איז אזוי ווי צי זאגן ביי די שפת הים "איכא דאכא אחרינא, ווייל די קענסט בלייבן אינדערהיים).
וכל זה בהנחה אז אינטערנעט איז א שפת הים, וואס אין אמת'ן אריין איז עס דאס אויך נישט ווייל ס'נישט קיין וודאי צו זעהן ראויות אסורות.

לסיכום, ר' יוסף קארו האט געהאלטן א אינטערנעט אן א פילטער איז מותר לכתחילה, און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......

אבער ווער געט בכלל א דעמן פאר'ן בית יוסף, אין אונזער סיסטעם שטייט אז גיין קיין מיאמי מעג מען, אבער א סמארטפון נישט.....
אויף דעם האב איך טאקע געזאגט אז כ'רעד נישט אריין אין די הלכה שאלה, דיין וועג פון עס שרייבן האט מיר נאר געצויגן אן אויג.

דאן האסטו געשריבן אז "ס'שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה" יעצט זאגסטו אז "על פי הלכה מעג מען לכאורה" צוויי אנדערע זאכן.

אבער סאיז נישט געפערליך, מען קען זאגן אז אגב חורפיה לא דק והכל על מקומו יבוא בשלום.

מונטסורי » פרייטאג פעברואר 10, 2023 12:07 pm

· #516826
ה!

אויב איז הלכה סטאטיק און מען קען נישט גורע זיין קען מען דאך אויך נישט מוסיף זיין אפגעזען אויב עס איז הרב וואזנער אדער דער בעל דברי יואל (אדער זאל מיר איינער מסביר׳ן די חילוק פארוואס ״אראפנעמען״ אן איסור אזויווי הוצז״ל איז נישט אקעי אבער ״צולייגען״ אן איסור אזויווי פארברענגען אויפן געוועב איז יא אקעי).

אויסערדעם וואס דער שלחן ערוך אליינס איז אוודאי נישט סטאטיש, גענוג דברים האסורים וואס מען איז זיך נוהג היתר וביניהם מכירת חמץ, זמן תפילה, איסור האכילה לפני התפילה, תענית לנשים, וכו. און דערנאך איז דא אסאך פלעצער וואו די מחבר און רמ״א זענען אליינס מודה אז מ׳פירט זיך נישט אזויווי הלכה וואלט פארלאנגט, איין אזא ביישפיל איז אין אבן העזר סימן א׳. און אז מען איז שוין פלעקסיבל זע איך נישט וויאזוי דעת תורה ווערט געפארעמט און וואס מאכט איינעמס דעה מער מאסגעבענד ווי א צווייטענס? וואספארא מין לערנען מאכט איינעם מער ראוי אויסצוציען און איינצוציען הלכה לויט ווי עס שמעקט אים?

דיכטער » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 8:11 pm

· #518785
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
זופ מיט מאנדלען
ב

איך נוץ די טעקלאג פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.
איך שטום צו. איך האב טעקלאק אויף מיין Windows און איך האב Netspark אויף מיין טאבלעט (א סמארטפאון פארמאג איך נישט ווייל איך האלט אז ס'פעלט נישט אויס טאמער האט מען א טאבלעט) דער חילוק צווישן טעקלאק און נעטספארק איז הימל און ערד. אדרבה איינע וואס קען רעקאמענדירן א בעסערע פילטער פאר אן אנדרויד טאבלעט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.

קהל'ס נער » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 8:55 pm

· #518790
זופ מיט מאנדלען
קהל'ס נער
זופ מיט מאנדלען
קהל'ס נער
ולעצם השאלה צו מען דארף א פילטער שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה
דער ארגומענט איז ווינדערליך, ס'שטייט נישט אין ערגעץ, משמע טאקע אז ר' יוסף קארו האט געהאלטן אז מען ברויך נישט האבן קיין פילטער.

מענטשן נוצן איבער די זעלבע שליסל ווערטער זיבן מאל א טאג אויף יעדע שאלה וואס איז נאר פארהאלן, ביז מ'פארגעסט זיך און מען נוצט עס אויף פלעצער ווי סקומט בכלל נישט אריין.

דיסקלעימער, כהאב נישט וואס אריינצורעדן אין די הלכהדיגע שאלה [אויב סאיז בכלל דא א שאלה] פון יא פילטער צו נישט פילטער, פאר מיר מאכט דער פילטער גוט אלזא איז די פראגע נישט נוגע, מיין פראגע איז נאר ווי דער ארגומענט קומט דא אריין.
ר' יוסף קארו האלט אזוי, בדליכא דרכא אחרינא מעג מען אריבערגיין א פלאץ אפילו ווי ס'איז וודאי דא ראיות אסורות, אינטערנעט איז ליכא דרכא אחרינא (א פילטער איז נישט דרכא אחרינא, ווייל א פילטער לאזט דיך בכלל נישט אדורך, ס'איז אזוי ווי צי זאגן ביי די שפת הים "איכא דאכא אחרינא, ווייל די קענסט בלייבן אינדערהיים).
וכל זה בהנחה אז אינטערנעט איז א שפת הים, וואס אין אמת'ן אריין איז עס דאס אויך נישט ווייל ס'נישט קיין וודאי צו זעהן ראויות אסורות.

לסיכום, ר' יוסף קארו האט געהאלטן א אינטערנעט אן א פילטער איז מותר לכתחילה, און ס'ענדערש צו שפאצירן אויפן געוועב ווי איידער אויפן ביטש אין מיאמי......

אבער ווער געט בכלל א דעמן פאר'ן בית יוסף, אין אונזער סיסטעם שטייט אז גיין קיין מיאמי מעג מען, אבער א סמארטפון נישט.....
אויף דעם האב איך טאקע געזאגט אז כ'רעד נישט אריין אין די הלכה שאלה, דיין וועג פון עס שרייבן האט מיר נאר געצויגן אן אויג.

דאן האסטו געשריבן אז "ס'שטייט נישט אין ערגעץ אזא הלכה" יעצט זאגסטו אז "על פי הלכה מעג מען לכאורה" צוויי אנדערע זאכן.

אבער סאיז נישט געפערליך, מען קען זאגן אז אגב חורפיה לא דק והכל על מקומו יבוא בשלום.
פארדרייסט מיינע ווערטער, און די פרעיגסט קשיות?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 10:05 pm

· #518794
דיכטער
זופ מיט מאנדלען
איך נוץ די טעקלאק פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.
איך שטום צו. איך האב טעקלאק אויף מיין Windows און איך האב Netspark אויף מיין טאבלעט (א סמארטפאון פארמאג איך נישט ווייל איך האלט אז ס'פעלט נישט אויס טאמער האט מען א טאבלעט) דער חילוק צווישן טעקלאק און נעטספארק איז הימל און ערד. אדרבה איינע וואס קען רעקאמענדירן א בעסערע פילטער פאר אן אנדרויד טאבלעט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
שוין גענוצט ביידע, טעקלאק איז פיל א שטרענגערע פילטער און א שיעור זאכן זענען געבלאקט ממש פאר נאו גוד ריעזאן, (כאטש זיי וועלן עס טאקע עפענען ווען דו פארלאנגסט, אבער גענוג מאל וועלן זיי דענייען דיין ריקוועסט), משא"כ נעטספארק וועט נאר בלאקן דאס מינימום (אויב נעמסטו די לייכטסטע לעוועל). אבער מיט דעם ביסטו גערעכט אז קאסטומער סערוויס איז טעקלאק פי מאה בעסער.

שלג זהב » פרייטאג מערץ 17, 2023 1:22 am

· #518800
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
דיכטער
זופ מיט מאנדלען
ב

איך נוץ די טעקלאג פילטער וועלכע איז גאר באקוועם און פראקטיש, רוב ריקוועסטס ווערן גענטפערט אונטער א מינוט און עס איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע אינפארמאציע וואס זיי וועלן דיר נישט גיבן עקסעס.
איך שטום צו. איך האב טעקלאק אויף מיין Windows און איך האב Netspark אויף מיין טאבלעט (א סמארטפאון פארמאג איך נישט ווייל איך האלט אז ס'פעלט נישט אויס טאמער האט מען א טאבלעט) דער חילוק צווישן טעקלאק און נעטספארק איז הימל און ערד. אדרבה איינע וואס קען רעקאמענדירן א בעסערע פילטער פאר אן אנדרויד טאבלעט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
GenTech פאר ענדרויד איז די מעערסט ענדליך צו Techloq.

פאליטיקאנט » פרייטאג מערץ 17, 2023 2:33 am

· #518802
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
טעקלאק האט די וואך ארויסגעלייגט א 'בעטא' פאר סעמסאנג דעווייסעס, זיי גייען לכאורה גיין פאבליק אין די קומענדיגע חדשים.
די פאר וואס נוצן עס זענען זייער צופרידן.
אז איר ווילט זיין א בעטא אויספרובירער קענט איר עס פארלאנגען פון "טעג" (נישט אלע אפיסעס)

אלס די לעוועל פון די פילטערינג איז נעטספארק די בעסטע (און ביליגסטע) און מאכט די ווייניגסטע פראבלעמען (אבער עס איז בעיקר נאר גוט פאר ענדראיד דעווייסעס)
שלג זהב
GenTech פאר ענדרויד איז די מעערסט ענדליך צו Techloq.
ממש נישט.

דיכטער » מוצ"ש מערץ 18, 2023 7:22 pm

· #518881
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
כוואליעס
איך האב א פילטער אין קאפ!!!
הלוואי...

שלג זהב » זונטאג מערץ 19, 2023 3:48 am

· #518933
Re: אינטערנעט פילטערס אנקעטע
פאליטיקאנט
שלג זהב
GenTech פאר ענדרויד איז די מעערסט ענדליך צו Techloq.
ממש נישט.
טעות לעולם חוזר, איך אליין האב נישט קיין פילטער אויף מיין פאון (וועל מיר שוין צוקומען צום פוסח האשכול'ס פראגע) איינער האט מיר אמאל געזאגט דאכט זיך אויף GenTech אז ס'איז ענדליך צו טעקלאק, אדער ווייסט ער נישט וואס ער רעדט, אדער האב איך פארגעסן אויף וועלכע פילטער ער האט עס געזאגט.

לעצם הענין, איך האב נישט קיין פילטער כהסבר אות ה'.
ועוד, משומר/גדר וכו' האלט איך נישט ביים האבן, סיי צוליב וואס זיי פילטערן נישט, נאר זיי בלאקן, ווי אויך וויל איך נישט אז איינער במחנינו זאל האבן עקסעס צו מיין דעווייס (אפילו זיי קוקן נישט) און ביי עני אנדערע פילטער איז עס ברצותי מרחיב וברצותי מקצר, (אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען) מילא זעה איך נישט וואס איך וואלט אויפגעטון.
סוף דבר, סיי מיט א פילטער סיי אן א פילטער, רוב מענטשן ווען זיי דארפן אפענע אינטערנעט קענען זיי עס במילא האבן גרינגערהייט, איז די עיקר די פילטער אין מח ווי איינער האט שוין אויבן געברענגט.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 19, 2023 7:06 am

· #518941
שלג זהב
(אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען).
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איך האב א לענגערע צייט גענוצט טעקלאק און ארום 15-20% ריקוועסטס וואס איך האב געבעטן צו עפענען איז געווען דינייד!

שלג זהב » זונטאג מערץ 19, 2023 7:05 pm

· #518997
שמעקעדיג
שלג זהב
(אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען).
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איך האב א לענגערע צייט גענוצט טעקלאק און ארום 15-20% ריקוועסטס וואס איך האב געבעטן צו עפענען איז געווען דינייד!
אמת, אבער ווען איך ריפליי please allow, עפענען זיי ביז געציילטע מינוט.
אסאך מאל האבן זיי אפילו א לינק אין די רידזשעקשאן אימעיל וואס מ'קען אליינס עפראווען אז זיי זאלן יא עפענען.📎 טעקלאק.jpg

יצחק פיש » מאנטאג אפריל 10, 2023 4:24 pm

· #521036
yesiknow
עין רואה והלב חומד והכלי המעשה "גומרים" זהו מציאות אי-אפשר לחלוק על זה, ואם אתה חכם בעיניך לבסוף תראה שזה אמיתי, לא משנה אם אתה דתי או חרדי או ערבי.
לילה טוב אחי.
אמת ויציב

מבשרי (ליידר) אחזה.

שטרומפ » זונטאג אפריל 23, 2023 11:40 pm

· #522335
שלג זהב
שמעקעדיג
שלג זהב
(אין אפיס נוץ איך טעקלאק, וואס איז סתם א וויץ, וואס איך פארלאנג עפנט מען).
ווי אזוי איז דאס מעגליך? איך האב א לענגערע צייט גענוצט טעקלאק און ארום 15-20% ריקוועסטס וואס איך האב געבעטן צו עפענען איז געווען דינייד!
אמת, אבער ווען איך ריפליי please allow, עפענען זיי ביז געציילטע מינוט.
אסאך מאל האבן זיי אפילו א לינק אין די רידזשעקשאן אימעיל וואס מ'קען אליינס עפראווען אז זיי זאלן יא עפענען.📎 טעקלאק.jpgטעקלאק.jpg
אויב א'ז דיין פלען אונטער א חסידות שטעלט די חסידות אוועק וואס זיי מעגן עפענן און וואס נישט.