☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וואס מיינט 'קלוגשאפט'

וואס מיינט 'קלוגשאפט'

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15881

כוואליעס » מוצ"ש פעברואר 4, 2023 9:17 pm

· #516585
וואס מיינט 'קלוגשאפט'
אסאך מיני מענטשן ווערן אין אונזער ווערטער בוך אנגערופן 'קלוג'
לדוגמה: מענטשן מיט א טיפע שכל, א שנעלע קאפ, א ברייטע קאפ, קריעטיווע מענטשן, ארגענזירערס, מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן, מענטשן מיט א גוטע זכרון, און נאך
אבער ווער איז באמת 'קלוג'?

עטס האט'ס שוין זיכער אמאל געהערט די אויסדרוק: א נער זאגט אויך אמאל א גוטס
איך מיין אז מ'קען זאגן די זעלבע זאך אויך אויף פארקערט א קלוגע מענטש באנארישט זיך אויך אמאל, יעדער מאכט אמאל א טעות
על פי חשבון וואלטן אלע קלוגע מענטשן געדארפט זיין רייך, מסודר מיט א גוטע פאסטן, גוטע שלום בית, זיך קענען א עצה געבן מיטן שווער און שוויגער, א.א.וו. בפועל זעט מען אבער נישט אזוי "לאו הא בהא תליא"

אויב אזוי וואס האט א מענטש פון זיין חכמה, עס פארזיכערט אים נישט מיט גארנישט
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט, טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס

ווי זינגט נאר די וועלט בארימטער זינגער הרב הצדיק ר' מיילך קאהן אויף זיין מייסטער סידי 'יעדער איינער'

"דארף זיין מיט זיך גאר עכט
נישט אויסזען גוט און זיין גערעכט
די אמת דארף מען אלס זיכן מיט לעכט
האב נישט מורא אויסצוזען שלעכט
אפילו ס'טוט ווי און ס'שטעכט" ב"פ

yesiknow » זונטאג פעברואר 5, 2023 3:28 pm

· #516611
כוואליעס

נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט,

אז איך בין נישטא ווער טראכט דעמאלסט ? די מח איז די מענטש גיי פארשטיי וואס די מיינסט, יתכן אז די ביסט אויך נישט געוועהן דאהי בשעתן שרייבען די טיפזיניגע מאמרים ודל

טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס

ווי זינגט נאר די וועלט בארימטער זינגער הרב הצדיק ר' מיילך קאהן אויף זיין מייסטער סידי 'יעדער איינער'

"דארף זיין מיט זיך גאר עכט
נישט אויסזען גוט און זיין גערעכט
די אמת דארף מען אלס זיכן מיט לעכט
האב נישט מורא אויסצוזען שלעכט
אפילו ס'טוט ווי און ס'שטעכט" ב"פ

מי ימצא » זונטאג פעברואר 5, 2023 4:05 pm

· #516612
yesiknow
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט,

אז איך בין נישטא ווער טראכט דעמאלסט ? די מח איז די מענטש גיי פארשטיי וואס די מיינסט, יתכן אז די ביסט אויך נישט געוועהן דאהי בשעתן שרייבען די טיפזיניגע מאמרים ודל
כוואליעס ברענגט עס ארויס זייער קלאר. טראכט אן קיין נגיעות.

רוב החלטות וואס מיר מענטשעלעך מאכן אין לעבן, איז פיל מיט קאראפשען. אדער ווייל מען האט אונז מח געשווענקט, אדער ווייל דו טראכסט נישט גענוג די טובה פונעם קינד, צו דיך אליין. דו ווילסט יעצט זייער שטארק, למשל א געוויסע עסן, צו גיין ערגעץ, נישט קיין חילוק וואו, איין מינוט, נעם דיך ארויס פון די פיקטשער. איז דעי עסן גוט פאר מיך? איז יענע פלאץ ווי מיינע טריט ווענדן זיך, א ריכטיגע דיסישען?

@כוואליעס ברענגט עס ארויס זייער שארף און קלאר. " ווער איז קלוג? " ווער טאקע? דער מיליאנער? דער וואס קען זיך נישט קריגן מיט מענטשען?
דער וואס קען טראכטן מיט א אמת'ע קלארקייט, זיינע געפיהלן נעמען אים נישט איבער, ער טראכט וואס איז ריכטיג, נישט וואס ער וויל.
אוודאי האבן מיר נישט וואס צו זוכן דארטן. שיין וועלן מיר אויסקוקן ווען די מח שליט אל הלב וועט מער נישט עקזיסטירן.

( איך האף איך מאך נישט סתם א באלאגאן מיט מיינע ווערטער. אפשר @ מי אני וועט קענען ארויסברענגען קלארער וואס דער פותח האשכול, האט געמיינט.

yesiknow » זונטאג פעברואר 5, 2023 4:26 pm

· #516613
גערעכט פארשטענדליך.
אדם קרוב אצל עצמו, מען קען ארויסנעמען אלע זייטיגע חשבונות משפחה חסידות,עלטערען וכדומה, אבער וויאזוי נעמט "זיך" א מענטש אליינס ארויס פון די חשבון? איז עס מעגליך?

אזוי ווי די זאגסט קלויב דיר אויס דיין באשערטע -חתן כלה בפ גפ- אנע זייטיגע חשבונות, נעהם זיך אויך ארויס פונעם חשבון , דעמאלסט געבעיסט אויף וואס זאל איך מאכען א דיסיזען יתכן שיש כאן קוצר המשיג ווייל איך בין נישט צו קלוג...

מי ימצא » זונטאג פעברואר 5, 2023 4:39 pm

· #516614
אט דאס איז חכמה. דאס צו קענען טוען, דארף מען זיין קלוג.

אבער די לעבן לערנט, אז מען אויב האט מען א רצון, קען מען אלעס זיך לערנען.
מען רייבט זיך אביסל אויס, גארנישט געשעהן. ווער וויל דען נישט זיין קלוג?!

יידל » זונטאג פעברואר 5, 2023 11:56 pm

· #516620
כוואליעס
אסאך מיני מענטשן ווערן אין אונזער ווערטער בוך אנגערופן 'קלוג'
לדוגמה: מענטשן מיט א טיפע שכל, א שנעלע קאפ, א ברייטע קאפ, קריעטיווע מענטשן, ארגענזירערס, מענטשן וואס האבן ליב צו טראכטן, מענטשן מיט א גוטע זכרון, און נאך
אבער ווער איז באמת 'קלוג'?
אולי זענען זיי אלע קלוג. אין די אלגעמיינע גאס רעדט מען פון פארשידענע סארטן אינטעליגענציעס (א.ק.א. קלוגשאפטן). איז בעפאר דו דעפינירסט קלוגשאפט, איז דא א שאלת הקדמה: למאי נפקא מינא?

מתבודד » מאנטאג פעברואר 6, 2023 12:06 am

· #516621
די נקודה פונעם אשכול איז מער די תירוץ און מסקנא, ווי צו ארויסברענגן די קשיא - די שלילי.
אויב אזוי וואס האט א מענטש פון זיין חכמה, עס פארזיכערט אים נישט מיט גארנישט
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט,
די נקודה פון "אל יתהלל חכם בחכמתו" ווייל טאמער די קענסט עס נישט ניצן אומ-אפהעניג פון חיצונית'דיגע השפעה דאן איז עס נישט ווערט מער ווי די ביסל אנערקענונג מ'באקומט אויף דעם...

שעפטאל » מיטוואך אפריל 26, 2023 11:28 pm

· #522905
כוואליעס
נאר איך מיין אז די אמת'ע טייטש פון חכמה איז: טראכטן נייטראל אן קיין שום נגיעות, נישט פון חברים משפחה די גאס וכדו' קיינער האט נישט וואס צו זוכן אין דיין מוח בשעת דו מאכסט א דיסיזשן פאר דיר, און אפילו דו אליינס האסט נישט וואס צו זיכן דארט, טראכט וואס די אמת איז, ווען א מענטש מאכט א טעות איז אים זייער שווער צוריקצוציען אפילו קיינער האלט נישט מיט די טעות, די סיבה איז וויל ער האט מורא פון זיך אליינס
הרב כוואליעס, דו זאגט'ס די נקודה אליין!!
כ'האב עס געהערט אין אזא לשון: אז די אפטייטש פון גרויסע IQ איז זיין אפען (פריי) צו נייע מחשבות וואס זענען גאר פרעמד פאר דיין שכל (לויט דיינע פריעדיגע הנחות)

[בעצם וואס מיינט א מענטש איז א בעל שכל? ער האט די יכולת פון קונה זיין שכל
די גרעסטע ארימאן וואס האט אפי' נישט א העמעד, האט נאכאלס די יכולת צו קונה זיין זאכען. ער איז א בעל קנין]