☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וועם האט ער געמיינט?

וועם האט ער געמיינט?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15872

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 29, 2023 1:25 pm

· #516391
וועם האט ער געמיינט?
ס'זענען דא אין די וועלט פון די אידישע מידיא 2 שרייבערס וועלכע זענען די גרעסטע דעמאגאגן. הלוא המה... (ר') מנשה פיליפ. המכנה את עצמו ..."הרב ישראל מ. סופר"...און דער 2'טער. השני בדומה לו. (ר') שמואל שלמה טעללער. המכנה את עצמו ..."הרב ש.ב. מרגליות"...פון דעם ערשטן וועלן מיר יעצט נישט רעדן. ועוד חזון למועד.

דער וואס רופט זיך הרב ש.ב. מרגליות שרייבט א יעדע וואך דעם אפ-עד פעידזש. (מסתמא דעם עדיטאריעל פעידזש אויך.) אין דער בלאט.

געוויינליך קייעט ער איבער זי זעלבע שטותים און ער ציעט די זעלבע ליניע וואך נאך וואך. רוב מאל ביים צווייטן אדער דריטן פאראגראף ווייס איך שוין וואואהין ער ציעלט. צומאל קייעט ער איבער וואס די אפיציעלע פארטיי ליניע איז. ווען מהר"א קר"י שליט"א איז געשטאנען אין שפיץ פון די מלחמה קעגן דעפט. אוו עדיוקעישן האט ער געצויגן אט די ליניע. נאכדעים וואס אונז האמיר (ב"ה) געווינען די מלחמה מיט א גרויסן ניצחון. די גאווערנאר'קע האט צוגעזאגט אז זי וועט באשטעטיגן די פייפליין. האט מהר"א קר"י שליט"א אויסגעפונען אז אונז זעמיר נישט קיין רעפובליקענס אדער דעמאקראטן. נאר (פשוט'ע) גלות אידן. האט ער אויך שטארק געצויגן די ליניע אין זיין וועכנטליכן קאלום.

די פארגאנגענגע וואך (פ' בא) האט ער אין זיין ווכענטליכן קאלום צוזאמגעדרייט א קוגל און געהאקט אויף ליובאוויטש (כדרכו) און עטליכע מאל געזאגט אויף בן גוריון, שר"י (עפ"ל) און קוק, ימ"ש.

וואס כ'האב ארויסגעקוועטשט פון זיינע ווערטער אז ס'איז דא איינער א..."משפיע"... וועלכער שטעלט זיך אהער ווי אן ערליכער. און יענער זאגט אז ער האט שוין אדורכגעלערנט דעם ויואל משה פון דעקל צו דעקל (כלשונו). און ער האקט אויפ'ן ויואל משה און ער רעדט דברי כפירה (אוי לאזניים שכך שומעות). און מ'טאר איהם נישט אויסהערן...!

איך ברעך מיר דעם קאפ צו וויסן וועם ער מיינט דא. אפשר מיינט ער הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א. אדערב הרב (הצדיק) ר' אמנון יצחק שליט"'א. הרב אמנון יצחק איז שוין פון לאנג פסול אין סאטמאר. זייט ער האט פרובירט צו לויפן פאר'ן כנסת (המינים) רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

היות ער איז דאך א דזשענטלמאן. א גאר איידלער איד, שרייבט ער נישט ארויס א נאמען. פארשטייצעך נאר אויף די אפיקורסים ומינים הידועים ווי קוק, ימ"ש און בן גוריון, שר"י. (כ'ווייס נישט וואס ס'איז אן ערגערע קללה. שר"י אדער ימ"ש).

אשר על כן בעט איך ווער ס'ווייסט פון וואס דער שמועס איז זאלל זיך אנרופן און א ביסל מפרש זיין די דברים הקדושים הצריכין לימוד...!

סקעפטיקער » זונטאג יאנואר 29, 2023 1:49 pm

· #516394
ווייסט טאקע נישט? אדער דו שפילסט תם? אדער א שיינע מיטל צו עפענען דעם שמועס?

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 29, 2023 1:58 pm

· #516395
Y.Y Jacobson?

סקעפטיקער » זונטאג יאנואר 29, 2023 2:00 pm

· #516396

yn.NY » זונטאג יאנואר 29, 2023 2:02 pm

· #516398
ער רעדט פון ר' מנשה ישראל רייזמאן, וואס האט זיך לעצטענס געזאגט אז די בעל ויואל משה ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט ער זיך גלייגט אויף די לענג און ברייט אז מזאל אויסרייסן די קליפה פון ציונות...

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 29, 2023 7:42 pm

· #516412
אטאקירן אדער שעלטן חברי ק"ש איז שטרענג פארבאטן.
מנהל

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 29, 2023 7:44 pm

· #516413
yn.NY
ער רעדט פון ר' מנשה ישראל רייזמאן, וואס האט זיך לעצטענס געזאגט אז די בעל ויואל משה ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט ער זיך גלייגט אויף די לענג און ברייט אז מזאל אויסרייסן די קליפה פון ציונות...
יישר כח...!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 29, 2023 7:45 pm

· #516414
פרנס החודש
Y.Y Jacobson?
פרנס החודש: איך האב (אינצווישן) געהערט פון עטליכע מקורות אז ער מיינט הרב מנשה ישראל רייזמאן שליט"א.

מיליאנער » זונטאג יאנואר 29, 2023 11:47 pm

· #516424
yn.NY
ער רעדט פון ר' מנשה ישראל רייזמאן, וואס האט זיך לעצטענס געזאגט אז די בעל ויואל משה ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט ער זיך גלייגט אויף די לענג און ברייט אז מזאל אויסרייסן די קליפה פון ציונות...
וואס איז פשט פון אזעלכע מאדנע ווערטער?

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:08 am

· #516426
סקעפטיקער
שטייט דארט אז ער זאגט נאך פון א תלמיד פון סאטמאר רב ז"ל אז די נסיון פון ציונות איז שוין בטל געווארן. איך האב געהערט אז דאס איז געווען די וואדריזש'ע רב. ס'שטימט מיט וואס איך האב געהערט פון אים כמה פעמים

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:26 am

· #516427
שמעון וואלף
סקעפטיקער
שטייט דארט אז ער זאגט נאך פון א תלמיד פון סאטמאר רב ז"ל אז די נסיון פון ציונות איז שוין בטל געווארן. איך האב געהערט אז דאס איז געווען די וואדריזש'ע רב. ס'שטימט מיט וואס איך האב געהערט פון אים כמה פעמים
נו, איז ער נישט גערעכט? אחוץ בערלבאלאגאלע קען איך נישט קיין איין ציוני 😂

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 30, 2023 9:39 am

· #516436
סקעפטיקער
איך קען נישט סטאפן לאכן... רבש"ע, ווי שאפט מען אזא בילד פון ביידע ברודער אינאיינעם מיט דעם ציוניסטישן פאן פון הונטערוויילעכטס... 😎 😛
📎 סאטמאר רבי'ס דגל ציוני.jpg

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:00 am

· #516437
שמעקעדיג, ס'איז א נייע וועלט... מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען אלעס אהערשטעלן... 😛

כלבאשבוע » מאנטאג פעברואר 6, 2023 10:18 am

· #516641
שריפטשטעלער הערשל פריעדמאן ריספאנדט צו די מאדנע רייזמאן דרשה
https://drive.google.com/file/d/1obT8nF5z1ZkkJONYhApmFWosPT2WR4Dh/view

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 6, 2023 8:19 pm

· #516655
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: יא. די געוויינליכע , אויסגעדראשענע גארבידזש (בלשון נקייה). אז די התגרות באומות און די טמא'נע מדינה האט גורם געווען צו שפיכות דמים דורך די פרידליכע אראבישע באפעלקערונג. און פאר די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש האט זיך אלעס געלוינט מקריב צו זיין אידישע נפשות אויף דעם מזבח פון די עבודה זרה הציונות/הציונית.

זיי באוויינען מיט קראקאדיל טרערן די "אידישע" קרבנות.

ביי הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו איז נישט געווען אזא מין זאך ווי אראבישע טעראריסטן און רוצחים. ס'זענען געווען פאלעסטינער יונגלעך און דיווערסאנטן (ווער ווייסט דעם פירוש המילות פון דעם ווארט?). די רוצחים זענען געווען די מדינת ישראל סאלדאטן און רעגירונגס פיהרער .
ימ"ש, שר"י, עפ"ל