כספי #כ'קען קוים ווארטן אז אפאר לינקע רשעים זאלן קלאגן דעם געזעץ אין בג"צ.הודו לד' כי טוב, כי לעולם חסדו!
אין אלע חרדי'שע צענטערן פייערט מען די מורא'דיגע געוואלדיגע אומגלויבליכע זיג, וואס די חשמונאים האבן אפגעהאלטן אקעגן די יונים.
ווען די שלוחא דרבנן האבן צושטערט די שרעקליכע גזירה, וואס דער פריערדיגער צר התשקורת האט אדורכגעפירט, נעמליך רחמנא ליצלן ולישזבן, ה' יצילנו מהם ומהמונם וכו' וכו' וכו', אז מ'זאל קענען אריבערפירן א נומער פון א כשר'ע טעלעפאן, צו א חזיר-טריפה'נעם טעלעפאן, (רחמנא ליצלן, כבר אמרנו) מיט אינטערנעט.
ווי אונז אלע געדענקען האט דער א"ד א"ג צר התשקורת הנדל, געהאט די משונה'דיגע חוצפה, נישט נאר אדורכצופירן דעם שענדליכן געזעץ, נאר אויך ווען די רבנים און רבי'ס ראשי עם ישראל עם קודש, האבן זיך פערזענליך מטריח געווען זייער גוף קדוש ומקודש, צו קומען בעטן ביים צאר, ער זאל מבטל זיין די גזירה, האט ער אפילו נישט אנגעטון א קאפל ה"י ה"י ה"י (כבר אמרנו) לכבודם, און ליידער זיך נישט צוגעהערט צו זייער הייליגע לויטערע וויי געשריי, זאגנדיג צו די רבנים, ענק קענען נישט ענקער ציבור, ענק לייגן ענקער [הייליגער - הוספת המעתיק] קאפ אין זאמד, איך בין נישט קעגן ענק - האט געזאגט דער פארעטער דער צאר - איך זוך די טובה פון אלעמען אין מדינת ישראל, נישט קיין חילוק פרום אדער פריי וכו'. כהנה וכהנה דברי בלע שאי אפשר להעלם עלי גליון.
נאך שרעקליכע מיה און פלאג, האבן די שלוחא דרבנן נאך כמעט גאנצע צוויי יאר זיצן אין די ממשלת ימין על מלא מלא, מיט 64 פינגערס, מצליח געווען צו אראפברענגען דעם שרעקליכן גזירה.
מ'דארף זיך טאקע באדאנקען פאר יעצטיגן שר התקשורת, מר שלמה קרעי. וואס איז באוואוסט איבעראל פאר זיין גוט הארץ און מורא'דיגע קאפ פון גימטריאות, וואס האט זיך נישט געבראכן פאר די פרעשור וואס די לינקע עלעמענטן, וואס ווילן אריינברענגען דעם עבודה זרה - דעם אינטערוועלט - אינעם היכל - ביים היימישן ציבור (רח"ל ה"י וכו'), נאר בגאון ובעוז צובראכן דעם שרעקליכן גזירה. און אויסגערופן בפני קהל ועדה 'היום גלותי חרפת מצרים מעליכם' (מיט נקודות...).
פאלגענד איז א דוגמא וויאזוי די שרעקליכע לינקע פרובירן צו פארדרייען די השקפה הטהורה:
https://twitter.com/akivanovick/status/1816524425573073156?ref_src=twsrc%5Etfw>
אשכול אן א טיטל #15854
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15854
בלאט: 1 2
בלאט: 1 2