☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » קאווע שטיבאל'ס קומעדיגע שטאפאל

קאווע שטיבאל'ס קומעדיגע שטאפאל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15844

כוואליעס » פרייטאג יאנואר 13, 2023 1:58 pm

· #515546
קאווע שטיבאל'ס קומעדיגע שטאפאל
לעטצנס האב איך געהאט א שטיקאל באזוך אין איי וועלט, וואס זאל איך אייך זאגן, ממש איך האב נישט געקענט ציזוך קומען פון וואס איך האב דארט געזען, מענטשן מיט אגענדעס, די אדווערטייזינגס קריכן אויף די נערוון, און בכלל, די גאנצע סיסטעם דארט איז אזוי נאריש אויסגעשטעלט, די גאנצע שטייגן אין ראנג, די אטמאספער, יעדע נייעס'ל וואס מען וויל שרייבן דארף מען טראכטן 17 מאל אויב דאס איז א פראבלעם, בקיצור.
איך קום צירוק צו קאווע שטיבאל, א ברכה צו מאכן, א געשמאקע אטמאספער, קלארע לופט צו אטעמען, אלע נייעס וואס אינדערויסן פונעם שטיבאל זענען נאר שמועות ווערט דא אויסגעשמוסט קלאר, גאר א גוטע סיסטעם, אן קיין אדווערטייזינג, מענטשן מיט טאלאנט, אין קורצן: נעקסט לעבאל.

טראכט איך מיר אזוי, ווי לאנג שטייט שוין אזוי קאווע שטיבאל און דעם נעקסט'ן שטאפל? אפאר יאר! נא, אפשר איז שוין צייט צו גיין צום קומעדיגען שטאפל

ביזנעס.

איך מיין עס וואלט געווען א געוואלדיגע געדאנק צו מאכן עפעס א שותפות, די גאנצע עולם צוזאמען, ווער עס וויל זאל אריינלייגן לאמיר זאגן ביי די בעלי בתים פון קאווע שטיבאל (איך מיין אז מ'קען זיי געטרויען נאכן ארויסווייזן אזויפיל געטריישאפט די אלע יארן) 50 צו 100 דאלער און מאכן אינאיינעם א אינוועסטמינט.
די עולם וועט שטימען ווי און וואס און וויפיל, מען וועט אפדעיטן פאר די עולם יעדע שטיק צייט ווי עס האלט, וויפיל די אינוועסמעט האט שוין געמאכט
אונז האמיר דאך דא אידן וואס ארבעטן און אלע סארט אינדאסטריס, יעדער קען צולייגן א פלייצע
איך מיין אז עס וועט שטארק צולייגן צו די געשמאקע אטמאספער


רבותי. געגאנגען, ברענגטס ארויף איידיעס, געדאנקען, קאמענטארן, און וואס נישט, שעמט אייך נישט

קהל'ס נער » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 10:58 pm

· #515591
עפען א ק"ש אקאונט אויף ראבינהוד און באקימסט א פרי סטאק אזוי וועלן מיר אלע ווערן שותפים אין די סטאק און מען וועט שוין האבן אויף וואס זיך צי קריגן 😃

וואלווי » זונטאג יאנואר 15, 2023 10:43 am

· #515637
נ.ב. מ'ווערט נישט צוגעטיילט שעירס לויט ווי שנעל מ'האקט ארויס ציל-לאזע אשכולות...

מרדכי מרדכי » מאנטאג יאנואר 16, 2023 3:09 pm

· #515746
מען דארף קויפן א קאווע שטיבל לאטערי שותפות

דערהויבענע איד » מיטוואך יאנואר 18, 2023 12:46 am

· #515837
איך עגרי. ס'קען אויך האבן א מורא'דיגע השפעה אויפן סאסייעטי אוי ס'דא געלט דערין.