מקבל זיין יסורים / תפילה לישועה
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1582
מקבל זיין יסורים / תפילה לישועה
וויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?
פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.
כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?
(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)
"וידום אהרן" איז געווען לאחר המעשה, ווען ס'שוין נישט געווען וואס צו טוהן,
אבער ווען א מענטש האט א שוועריגקייט איז אזוי, די חלק וואס ס'האט שוין פאסירט און ער קען גארנישט טוהן דערוועגן דאס פארשטייט זיך איז גוט צו מקבל זיין באהבה, און וויסן אז וואס גא-ט טוט איז צום גוטן,
אבער דאס וואס ער קען טוהן צו טוישן די מצב דאס פארשטייט זיך דארף ער טוהן, טאמער ער האט וועגן זיך צו ארויסדרייען פון די מצב, השתדלות אין תפלה, (וואס תפלה איז אויך א וועג וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן צו קענען ממשיך זיין א ישועה), דאן מיינט עס אז דער באשעפער האט אים געגעבן וועגן זיך ארויסצודרייען פון די צרה, און אויב ער קען טוהן און טוט גארנישט דאן האט ער א חלק אין זיין אייגענע צרה, און ס'מיינט נישט אז דער באשעפער האט געוואלט אז ס'זאל אזוי זיין,
נאר ווען מען קען גארנישט טוהן, דאן ווייסט מען אז דער באשעפער וויל אזוי אין מען דארף עס מקבל זיין באהבה אויב מ'קען,
זאל דער באשעפער העלפן אז ס'זאל זיין גוט פאר אלע אידישע קינדער, אמן.
מפני מה אמותינו עקרות? מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים.
דאס איז א רש"י (בשם מדרש מיינעך)
דאס איז חסיד'יש?
אבער איך בין נישט קיין צדיק
אבער דאס וואס ער קען טוהן צי טוישען די מצב דאס פארשטייט זיך דארף ער טוהן, טאמער ער האט וועגען זיך צי ארויס דרייען פין די מצב, השתדלות אין תפלה,
ס'איז א חיוב?
ס'א א חיוב אזוי ווי ס'א חיוב צו אטעמען.
זר זהבס'א א חיוב אזוי ווי ס'א חיוב צו אטעמען.
האלט זיך צום נושא....
כ'מיין מוז איך דאווענען אז מיין ווייב זאל געזונט ווערן, אין פאל ס'אינטערסירט מיך נישט?
אה דו פרעגסט צח ביזט מחייב צו דאווענען פאר א צווייטן? איך האב געמיינט אז דו פרעגסט פאר דיר אליין.
איך קען נישט ענטפערן דערויף, כ'בין נישט קיין דיין.
קאווע טרינקעראבער דאס וואס ער קען טוהן צי טוישען די מצב דאס פארשטייט זיך דארף ער טוהן, טאמער ער האט וועגען זיך צי ארויס דרייען פין די מצב, השתדלות אין תפלה,
ס'איז א חיוב?
ס'שטייט אין די תורה אז ווען ס'קומט א צרה דארף מען מתפלל זיין,
ביי דע וועי צער בעלי חיים איז א דאורייתא ! 🙂
נו, ה' היט דאך די תורה. איז דאך שווער?
קאווע טרינקערנו, ה' היט דאך די תורה. איז דאך שווער?
ס'גאר נישט שווער, אין די תורה שטייט אז טאמער מען זינדיגט ווערט מען באשטראפט,
אין יסורים בלא חטא, אדער פין דעי גולגול אדער פין אנדערע גולגלים, מען דארף נאר בעטען דעם באשעפער אז ער זאל אונז ווייזען די וועג צוריק, ער זאל אונז העלפען צי וויסען וואס די ריכטיגע וועג איז,
איך האב פונקט היינט געליינט א סיפור פון א צדיק וואס האט געהאט שטענדיג שווערע יסורים (דאכט זיך ר' אייזיק מקאלוב זי"ע) און ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האלט אויס די ביטערע יסורים, האט ער געענטפערט אז די יסורים וואס איז געווען א רגע פריער דאס שפירט ער שוין נישט, ווידער די יסורים וואס גייען קומען א רגע שפעטער דאס שפירט ער אויך נישט, סך הכל שפירט ער יסורים נאר פון איין רגע, נו איז דאך נישט אזוי געפערליך, איין רגע יסורים קען מען אויסהאלטן, ודפח"ח.
כ’טראכט יעצט א תירוץ אויף די קשיא דא, אבער ס‘איז נישט רילייעבל ווייל איך נעם עס נישט פון ערגעץ נישט, נאר וואס איך האב אליין געטראכט,.
דער באשעפער גיט דיר צוויי אפציעס אדער קענסטו מקבל זיין די יסורים, און ווי באקאנט איז יסורים ממרקין עוונות של אדם, אדער קענסטו בעטן אז ער זאל אוועקנעמען די יסורים.
נאכאמאל, נישט רילייעבל
שמעקעדיגמפני מה אמותינו עקרות? מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים.
דאס איז א רש"י (בשם מדרש מיינעך)
דאס איז חסיד'יש?
פיר אויס, און אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות...
ווייל אז נישט איז דאך שווער, א רחום וחנון זאל מצער זיין אן עקרה פאר אזויפיל יאר ווייל "מתאווה לתפלתן של צדיקים"?
ס'איז דא א מהלך אז תאוה איז פאר די טובה פון דעם מענטש, ווייל ער ווערט נענטער צום אויבערשטן.
אבער נישט דאס זאגט דער מדרש.
קאווע טרינקערוויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?
פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.
כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?
(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)
איך הער דיין קשיא, איך טראכט א מהלך. אבער לאמיך קודם פארשטיין פארוואס אויף טון למעשה האסטו נישט דעם פראבלעם, נאר אויף תפלה?
ס'הייסט ווען גאט מאכט דיך קראנק, ווי אזוי גייסטו זיך היילן, ער האט דיך קראנק געמאכט פאר דיין טובה?
יעצט ענטפער מיר נישט "מכאן שניתן רשות לרופא לרפא", איך רעד נישט דוקא פון רפואה, איך רעד פון טוישן עני מצב.
אוקי, נישט רפואה.
לאמיר זאגן איינער רודף'ט מיך. למשל (?). בין איך מחיוב צו רעדן צו זיין רב זאלן אים STOP'ען?
קען זיין יא, ווייל מדין ערבות, בין איך מחיוב צו זעהן אז א איד זאל נישט נכשל ווערן מיט לא תונו וכו',
דאן לאמיר רעדן פון א גוי, וואס לייגט זיין גארבעדש למשל דוקא נעבן מיין קאר, אזוי אז איך קען נישט ארויספארן פון דריוו-וועי אן רוקן זיין גארבעדש. נו? איז דא א חיוב איך זאל מתפלל זיין אוועק צו נעמן די יסורים? אדער נאר אויב כ'וויל?
קאווע טרינקערוויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?
פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.
כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?
(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)
מ'קען אנגעבן אן א שיעור דוגמאות, ווען עס גייט גוט פארן רשע איז עס א דרך רשעים צלחה און א מעשה שטן הצליח. גייט איהם נישט גוט איז והיא לא תצלח דער עונש שטייט ארויס אין פסוק. זעקס מיליאן זענען ערמארדערט געווארן בחפץ לב האט זיך א אידל איבערגעלעבט איז געווען ניסי ניסים מיט מלאכים און השגחה פרטית דאס לעבן פון א מאמין איז פיל מיט פאראדאקסן און סתירות אבער המאמין לא יחוש א גלויביקער האט קיין סתירות קשיות זענען תירוצים אין סתירות זענען גאר גלייך. אכן אתה קל מסתתר.
זעקס מיליאן זענען ערמארדערט געווארן בחפץ לב האט זיך א אידל איבערגעלעבט איז געווען ניסי ניסים מיט מלאכים און השגחה פרטית
אז דו רעדטס שוין, כ'האב נאך א קשיא.
פארוואס ווען א מלחמה איבערלעבער פארט אפ (OTD), איז מען אויף אים ממליץ טוב, נו, נעבעך, ער האט נעבעך צוגעזעהן א שוידערליכע קריג, א.א.וו. ס'איז א שווערע נסיון.
אויב "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו", מיינט דאס אז ס'איז נישט דא א נסיון וואס ס'איז נישט דא א 50 50 נסיון. (ווייל פון די אנדערע זייט האט ער דאך געזעהן במו עיניו א דרך הצלה למעלה מן הטבע)
זאת אומרת, נסיונות וואס איך האב צו ווערן א OTD, זענען גארנישט ווייניגער שווער ווי יענעם'ס.
איז פארוואס אויף יענעם איז דא תירוצים, און אויף מיר וועט נאר זיין קשיות?
פראפעסאר שפירא"וידום אהרן" איז געווען לאחר המעשה, ווען ס'שוין נישט געווען וואס צו טוהן,
זאל דער באשעפער העלפן אז ס'זאל זיין גוט פאר אלע אידישע קינדער, אמן.
כעין זה האב איך געהערט אמאל זייער א שטארק ווארט, מיר טרעפען אין די תורה צוויי שוועסטערס וואס האבען געוויינט רחל מיט לאה, לאה שטייט ועיני לאה רכות און רש"י זאגט דארט אז זי איז פארמואסט געווארען פון וויינען אזוי זאך און אירע אויגען ברעמען זענען ארויס געפאלען פון אזויפיל וויינען און מיר טרעפען נישט אז די אייבישטער זאל איר בארואיגען נאכדעים איז דא איר שוועסטער רחל וואס וויינט און גלייך זאגט איר די אייבשטער מנעי קולך מבכי ועניך מדמעה וואס איז פשט אז רחל בארואיגט מען און לאה לאזט מען וויינען?
נאר קען זיין פשט איז אזוי פארוואס האט לאה געוויינט? ווייל זי האט נישט געוואלט חתונה האבען מיט עשיו זי האט געוויינט פאר די צרה אויף דעים זאגט די אייבישטער וויין בעיט דיך אויס און מ'זעיט טאקע אז זי האט באקומען יעקב מה שאין כן רחל האט געוויינט ווען מ'האט פארטריבען די אידען בשעת די צרה אויף דעים זאגט די אייבישטער יעצט איז נישט קיין צייט צו וויינען יעצט דארף מען זיך מחזק זיין גיין וואטער מיטען לעבען איז די זעלבע מיט יעדע איד פאר די צרה דארף מען בעטען אבער בשעת די צרה איז נישט די צייט צו וויינען מ'דארף זיך מחזק זיין און אונגיין מיטען לעבען
געהערט און ארץ ישראל פון הרב אהרן פרסטר שליט"אקאווע טרינקעראוקי, נישט רפואה.
לאמיר זאגן איינער רודף'ט מיך. למשל (?). בין איך מחיוב צו רעדן צו זיין רב זאלן אים STOP'ען?
קען זיין יא, ווייל מדין ערבות, בין איך מחיוב צו זעהן אז א איד זאל נישט נכשל ווערן מיט לא תונו וכו',
דאן לאמיר רעדן פון א גוי, וואס לייגט זיין גארבעדש למשל דוקא נעבן מיין קאר, אזוי אז איך קען נישט ארויספארן פון דריוו-וועי אן רוקן זיין גארבעדש. נו? איז דא א חיוב איך זאל מתפלל זיין אוועק צו נעמן די יסורים? אדער נאר אויב כ'וויל?
כבין נישט קלאר, דיין שאלה איז צי די ביסט 'מחיוב' צי דאווענען אז גאט זאל אועק נעמען דיין פראבלעם?
איך האב געמיינט אז די האסט מער א יסודותדיגע שאלה, נישט אויב ביסט מחיוב נאר ווי אזוי מאכט הכלל סאנס זאלסט דאווענען פאר א פראבלעם, אז גאט האט האט דער דאס געגעבען איז עס דאך פאר דיין טובה.
אוודאי מעג מען דאווענען,
מיין שאלה איז צו איך בין מחיוב
קאווע טרינקעראוודאי מעג מען דאווענען,
מיין שאלה איז צו איך בין מחיוב
וואס עפעס זאל זיין א חיוב?
סדא א חיוב צי גיין אין בית הכסא ווען מברויך? מדארף נישט קיין חיוב, אז די האסט א פראבלעם ווילסטו בעטן גאט זאל עס אוועקנעמען.
די שאלה איז פארוואס זאלסטו בכלל וועלען בעטען גאט ער זאל אוועק נעמען דיין פראבלעם, ער האט דאס דיר געגעבן פאר דיין טובה?
נולד מאוחר
וואס עפעס זאל זיין א חיוב?
ס'דא א חיוב צי גיין אין בית הכסא ווען מ'ברויך?
יא, אודאי.
בל תשקצו
און ולא יהי' בך עקר (ביי קטנים).
שמעקעדיגנולד מאוחר
וואס עפעס זאל זיין א חיוב?
ס'דא א חיוב צי גיין אין בית הכסא ווען מ'ברויך?
יא, אודאי.
בל תשקצו
און ולא יהי' בך עקר (ביי קטנים).
אין ווען נישט בעל תשקצו וואלט וואלסטוך נאך יעצט איינגעהאלטן?
אין תניא [אגרת הקודש פרק י"א] שרייבט ער אזוי:
וביאור הענין הוא רק אמונה אמיתית ביוצר בראשית, דהיינו שהבריאה יש מאין הנק' ראשית חכמה והיא חכמתו שאינה מושגת לשום נברא, הבריאה הזאת היא בכל עת ורגע שמתהוים כל הברואים יש מאין מחכמתו ית' המחיה את הכל.
וכשיתבונן האדם בעומק הבנתו ויצייר בדעתו הווייתו מאין בכל רגע ורגע ממש, האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם, הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב, רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים, אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו, וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם, להאמין דלית אתר פנוי מיני' ובאור פני מלך חיים, וע"כ עוז וחדוה במקומו הואיל והוא רק טוב כל היום.
וע"כ ראשית הכל שישמח האדם ויגל בכל עת ושעה ויחיה ממש באמונתו בה' המחיה ומטיב עמו בכל רגע, ומי שמתעצב ומתאונן מראה בעצמו שיש לו מעט רע ויסורין וחסר לו איזה טובה והרי זה ככופר ח"ו, וע"כ הרחיקו מדת העצבות במאד חכמי האמת, אבל המאמין לא יחוש משום יסורין בעולם, ובכל עניני העולם הן ולאו שוין אצלו בהשוואה אמיתית, ומי שאין שוין לו מראה בעצמו שהוא מערב רב דלגרמייהו עבדין ואוהב א"ע לצאת מתחת יד ה' ולחיות בחיי עו"ג בשביל אהבתו א"ע וע"כ הוא חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי זה טוב לו, ונוח לו שלא נברא כי עיקר בריאת האדם בעוה"ז הוא בשביל לנסותו בנסיונות אלו ולדעת את אשר בלבבו אם יפנה לבבו אחרי אלהים אחרים שהם תאוות הגוף המשתלשלים מס"א ובהם הוא חפץ, או אם חפצו ורצונו לחיות חיים אמיתים המשתלשלים מאלקים חיים אף שאינו יכול, ויאמין שבאמת הוא חי בהם וכל צרכיו וכל עניניו משתלשלים באמת בפרטי פרטיותיהם שלא מס"א כי מה' מצעדי גבר כוננו ואין מלה כו', ואם כן הכל טוב בתכלית רק שאינו מושג.
ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי, שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב, הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז.
קומט אויס לויט דעם אז נישט נאר איז עס נישט קיין סתירה, נאר עס איז טאקע היינו הך, אז מיט דעם וואס מען איז מקבל די יסורים as they were meant to be received, דורך דעם אליין ווערן זיי נתהפך צו טוב אויך בגלוי.
שמואל הלויאיך האב פונקט היינט געליינט א סיפור פון א צדיק וואס האט געהאט שטענדיג שווערע יסורים (דאכט זיך ר' אייזיק מקאלוב זי"ע) און ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האלט אויס די ביטערע יסורים, האט ער געענטפערט אז די יסורים וואס איז געווען א רגע פריער דאס שפירט ער שוין נישט, ווידער די יסורים וואס גייען קומען א רגע שפעטער דאס שפירט ער אויך נישט, סך הכל שפירט ער יסורים נאר פון איין רגע, נו איז דאך נישט אזוי געפערליך, איין רגע יסורים קען מען אויסהאלטן, ודפח"ח.
די מעשה קען נאר שטימען אויף סייקעלאדשיקל צרות, יסורי הגוף, דאגות, וכדומה,
אבער פיזישע יסורים?? וואסי דען שייך, ס'טוט דאך וויי אוטש
געוואלדיגע ווערטער פונעם הייליגן תניא.
ווי אזוי קען מען מקבל זיין יסורין באהבה?
דאס איז אמאל זיכער אז ווען מיר זאלן קענען זעהן די חשבונות פון הימל וואלט אונז געווען גרינגער אדורכצוטראגן די שוועריגקייטן; אבער מיט אמונה אליינס (וואס איז גרעסער ווי ידיעה!) איז שווער.
למשל, איך האב חובות. די בעלי חובות מאנען, דער לענדלארד פארלאנגט זיינס, און דער מוסד זייערס. איך ווער דערשטיקט אינדערצווישן. הקב"ה האט גענוג געלט, לי הכסף ולי הזהב. דוד המלך זאגט "השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך", מיט די באקאנטער משל פון דובנער מגיד פונעם ארעמאן וואס האט געשלעפט א פעקל אויפן פלייצע טראץ וואס ער איז געזיצן אויפן וואגן, הלואי ווען איך קען שיקן די בעלי חובות דירעקט צום באשעפער...
עכ"פ ווי אזוי איז מען זיך מחזק? וואס דארף איך טראכטן בשעת מען מאנט די חובות און איך האב נישט?
קען איך א קוק טאן אינעם גרויסן בוך פארוואס ביל געיטס דארף אזויפיל געלט און איך גארנישט?
גאלדשמואל הלויאיך האב פונקט היינט געליינט א סיפור פון א צדיק וואס האט געהאט שטענדיג שווערע יסורים (דאכט זיך ר' אייזיק מקאלוב זי"ע) און ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האלט אויס די ביטערע יסורים, האט ער געענטפערט אז די יסורים וואס איז געווען א רגע פריער דאס שפירט ער שוין נישט, ווידער די יסורים וואס גייען קומען א רגע שפעטער דאס שפירט ער אויך נישט, סך הכל שפירט ער יסורים נאר פון איין רגע, נו איז דאך נישט אזוי געפערליך, איין רגע יסורים קען מען אויסהאלטן, ודפח"ח.
די מעשה קען נאר שטימען אויף סייקעלאדשיקל צרות, יסורי הגוף, דאגות, וכדומה,
אבער פיזישע יסורים?? וואסי דען שייך, ס'טוט דאך וויי אוטש
די מעשה איז געווען מיט פיזישע ווייטאג.
ר' אייזיקל איז געווען א שרעקליכער בעל יסורים.
ס'איז נישט גרינג זיך מחזק צו זיין מיט אזא מחשבה,
נאר אזא צדיק וקדוש ווי ר' אייזקל האט דאס געקענט נוצן פאר זיך.
אסאך מחשבה פאדערט זיך צו קענען מיט דעם שולט זיין אויף די יסורים.
גאלדדי מעשה קען נאר שטימען אויף סייקעלאדשיקל צרות, יסורי הגוף, דאגות, וכדומה,
אבער פיזישע יסורים?? וואסי דען שייך, ס'טוט דאך וויי אוטש
וואס איז דער חילוק פון "יסורי הגוף" ביז "פיזישע יסורים"?
כאב געמיינט יסורי הנפש, טעות
שמעקעדיגגעוואלדיגע ווערטער פונעם הייליגן תניא.
ווי אזוי קען מען מקבל זיין יסורין באהבה?
דאס איז אמאל זיכער אז ווען מיר זאלן קענען זעהן די חשבונות פון הימל וואלט אונז געווען גרינגער אדורכצוטראגן די שוועריגקייטן; אבער מיט אמונה אליינס (וואס איז גרעסער ווי ידיעה!) איז שווער.
למשל, איך האב חובות. די בעלי חובות מאנען, דער לענדלארד פארלאנגט זיינס, און דער מוסד זייערס. איך ווער דערשטיקט אינדערצווישן. הקב"ה האט גענוג געלט, לי הכסף ולי הזהב. דוד המלך זאגט "השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך", מיט די באקאנטער משל פון דובנער מגיד פונעם ארעמאן וואס האט געשלעפט א פעקל אויפן פלייצע טראץ וואס ער איז געזיצן אויפן וואגן, הלואי ווען איך קען שיקן די בעלי חובות דירעקט צום באשעפער...
עכ"פ ווי אזוי איז מען זיך מחזק? וואס דארף איך טראכטן בשעת מען מאנט די חובות און איך האב נישט?
קען איך א קוק טאן אינעם גרויסן בוך פארוואס ביל געיטס דארף אזויפיל געלט און איך גארנישט?
אויף דעם דארף מען אסאך התבוננות, ווי דער בעל התניא שרייבט [תניא פ"ג] ווען ער איז מסביר וואס מיינט 'דעת' [לגבי חכמה און בינה]: והדעת הוא מלשון והאדם ידע את חוה והוא לשון התקשרות והתחברות, שמקשר דעתו בקשר אמיץ וחזק מאוד, ויתקע מחשבתו בחוזק בגדולת אין סוף ב"ה ואינו מסיח דעתו, כי אף מי שהוא חכם ונבון בגדולת א"ס ב"ה הנה אם לא יקשר דעתו ויתקע מחשבתו בחוזק ובהתמדה לא יוליד בנפשו יראה ואהבה אמיתית, כי אם דמיונות שוא.
ידיעה אהן התבוננות תמידית איז גארנישט, כחלום יעוף.
געוויסע מהלכים אין אידישקייט שטעלן צו די טולס זיך א עצה צו געבן מיט די זאכן [וד"ל], עס איז אבער תלוי אינעם תכונת הנפש.
איין פשוט'ע נקודה אין וואס מען קען זיך מתבונן זיין: אכציג יאהר יסורי איוב רעלאטיוו צו חיי
נצח איז ווייניגער טירחא ווי דארפן אראפ פארן צום לאטערי אפיס אפצונעמען דעם טשעק פון אפאר מיליאן דאלער.
ונבנתה, לויט בעל התנאי ווי אזוי זענען די יסירום א טובה פארן מענטש? איז עס ווייל די מענטש דארף אפקומען אויף די וועלט כדי ער זאל קענען האבן דארט נאר גוטס?
אויב אזוי די מיניט וואס די מענטש כאפט אז סאיז פאר זיין טובה אין עס סטאפט עם ציווייטון האט ער חרוב געמעכט די גאנצע פלאן. די איידיעי איז ער זאל אפקימען דא.
עס זענען אודאי דא אסאך מהלכים אין דעם, איך מיין אז רש"י אין ברכות זאגט אז יסורים קומען להרבות שכרו בעוה"ב.
אינעם שטיקל וואס איך האב פריער געברענגט פון תניא איז משמע אזוי: באמת איז הכל טוב [ערגעץ אנדערש שרייבט ער - לפי זכרוני - אז עס איז נאך א העכערע טוב, ווייל עס קומט פון עלמא דאיתכסיא], און דער תכלית איז דאס אליין, צו זעהן ווי אזוי ער וועט עס אנעמען.
למען ענותך לנסותך לדעת את אשר בלבבך התשמור מצותיו אם לא.
ונבנתה העירעס זענען אודאי דא אסאך מהלכים אין דעם, איך מיין אז רש"י אין ברכות זאגט אז יסורים קומען להרבות שכרו בעוה"ב.
אינעם שטיקל וואס איך האב פריער געברענגט פון תניא איז משמע אזוי: באמת איז הכל טוב [ערגעץ אנדערש שרייבט ער - לפי זכרוני - אז עס איז נאך א העכערע טוב, ווייל עס קומט פון עלמא דאיתכסיא], און דער תכלית איז דאס אליין, צו זעהן ווי אזוי ער וועט עס אנעמען.
למען ענותך לנסותך לדעת את אשר בלבבך התשמור מצותיו אם לא.
וואס מיינט "באמת איז הכל טוב " אז איינער טוט אן עבירה אין גאט שטראפט עם איז עס טוב? יא פאר עם איז עס איז די בעסטע, אבער סנישט גוט. סאיז א שלעכטע שטראף.
די וועלט איז ציזאמגעשטעלט פין טוב
ורעאויף דעם זאגט ער:
האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם, הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב, רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים, אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו, וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם.
און אויב גלייבט מען אין דעם:
ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי.
ונבנתה העיראויף דעם זאגט ער:

איך גלייב .
יעצט וויל איך פארשטיין? סלייגט זיך שווער פאר מיר אויפן שכל.
איך שפיר ווי ממאכט א קיגעל פין גוטס שלעכט אין פארטיג.
לאמיר פארשטיין א סוירדזשערי ארויס צישניידען קנסער איז טוב אדער רע. סהאט ביידע אין זיך. פין דעם רעדט די בעל התנאי?
איך קער נישט יעצט דוקא צי פארשטיין די בעל התנאי, עני מהלך וואס מקען פארשטיין עד הסוף איז מיר גוט.
לערן אפ דעם סימן י"א אין אגרת הקודש ווארט ביי ווארט וועסטו פארשטיין [מען דארף אבער האבן א געוויסע באקאנטשאפט אין די מושגים].
בערך איז עס אזוי:
1)דער אייבערשטער איז דער מקור החיים והטוב, איז ווי אזוי קען פון איהם נשפע ווערן רע?
2)אויף דעם איז דער תירוץ אז קיין רע גייט פון איהם טאקע נישט ארויס - כי מאתו לא תצא הרעות, אדרבה דאס וואס עס דאכציך דיר אז עס איז רע איז באמת גאר א העכערע טוב וואס קומט אראפ אויף די וועלט אין א לבוש אז עס זעהט אויס ווי רע [מחמת כמה סיבות, איינע פון זיי: טאקע ווייל עס קומט ממקום גבוה כ"כ, כידוע].
3) דער וועג אראפצונעמען דעם לבוש, אז מען זאל זעהן אויך בגלוי אז עס איז טוב, איז דורך די אמונה גופא אז באמת איז עס טוב [וואס מיט דעם איז מען עס מעלה בשרשו וואס איז דער טוב העליון - א קבלה'שער קאנצעפט].
ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי, שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב, הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז.
עפעס הער איך דא. כמיין מיין פראבלעם איז אז רע איז נישט קלאר defined. במילא איז שייך צי זאגן סאיז עכט רע סאיז נישט עכט רע.
לאמיר קודם קלאר מאכן וואס מיינט רע?
א זאך וואס א מענטש וויל נישט איז רע? לאו דוקא מיסן א פליגער פאר די מענטש ווייסט אז עס גיייט קראכן איז טוב אפי' ער וויל דאס נישט.
לכוראה די הגדרה פין רע איז, ווען דער מענטש זאל ווען וויסען אלעס האבן די גאנצע בילד ארוס עד הסוף, אין נאך אלץ נישט וועלן די זאך, איז דאס רע פאר עם אויב עס פאסירט צי עם.
מאכט סענס?
נולד מאוחרלכוראה די הגדרה פין רע איז, ווען דער מענטש זאל ווען וויסען אלעס האבן די גאנצע בילד ארוס עד הסוף, אין נאך אלץ נישט וועלן די זאך, איז דאס רע פאר עם אויב עס פאסירט צי עם.
מאכט סענס?
אז מען האט ארויס דעם גאנצן בילד עד הסוף וועט יעדער מסכים זיין אז דאס איז טוב, און אלע מקרים וואס טרעפן איהם דרייען זיך ארום דעם 'להטיבו באחריתו'.
דער אויפטוה פון די אמונה - וואס דער בעל התניא רעדט - איז לכאורה באופן סגולי, אז עס ווערט איהם נתגלה ווי דאס איז טוב אנדעם וואס ער זאל זעהן דעם גאנצן בילד.
ונבנתה העירנולד מאוחרלכוראה די הגדרה פין רע איז, ווען דער מענטש זאל ווען וויסען אלעס האבן די גאנצע בילד ארוס עד הסוף, אין נאך אלץ נישט וועלן די זאך, איז דאס רע פאר עם אויב עס פאסירט צי עם.
מאכט סענס?
אז מען האט ארויס דעם גאנצן בילד עד הסוף וועט יעדער מסכים זיין אז דאס איז טוב, און אלע מקרים וואס טרעפן איהם דרייען זיך ארום דעם 'להטיבו באחריתו'.
דער אויפטוה פון די אמונה - וואס דער בעל התניא רעדט - איז לכאורה באופן סגולי, אז עס ווערט איהם נתגלה ווי דאס איז טוב אנדעם וואס ער זאל זעהן דעם גאנצן בילד.
סא די זאגסט מיר יעצט אז איך מוטשע מיך צי פארשטיין אסגולה?
איך האב נישט געמיינט 'סגולה', עס איז נאר לאפוקי פון א מענטש וואס איז מסכים אז עס איז טוב ווייל ער כאפט די גאנצע בילד, דא ארבעט עס אבער - ווי דערמאנט אויבן - מיט'ן סיסטעם פון מעלה זיין בשרשו כדי עס זאל נתגלה ווערן אז דאס איז טוב.
בכל אופן, מען דארף די אלע זאכן נישט פארשטיין כדי זיי זאלן ארבעטן, כך הוא הסיסטעם, אויב גלייבט מען אז דער אייבערשטער איז נאר משפיע טוב ווערט נתגלה לעיני בשר אז די זאך איז טוב.