☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פורים תורות

פורים תורות

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #158

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 13, 2012 12:56 pm

· #1308
פורים תורות
אזוי ווי ס'איז נאך חודש אדר, און די מרבין בשמחה גייט נאך אלס אן, דעריבער גרינד איך די אשכול פאר אלע סארט פורים תורות און קלאץ קשיות וכדו'.

איך וועל זיין דער מתחיל.


די משנה זאגט אין מסכת שבת פרק כ"ד משנה א' מי שהחשיך בדרך נותן כיסו לנכרי, ואם אין עמו נכרי, מניחו על החמור. לכאורה איז שווער, בשלמא לנכרי, נו א נכרי טאר דאך שבת נישט היטן, גוי ששבת חייב מיתה, דעריבער קען מען אים אהין דערלאנגען דאס כיס, אבער מניחו על החמור איז זייער שווער, דער חמור דארף דען נישט היטן שבת? ס'שטייט דאך בפירוש אין פסוק אתה ואמתך ובהמתך?

נאר וואס דען? אלמלא ס'שטייט "על חמורו" איז טאקע זייער שווער, אבער ס'שטייט דאך "על החמור" סתם, נו סתם א חמור פון גאס ברויך טאקע קיין שבת נישט היטן.

שמואל הלוי » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:22 pm

· #84575
שבע ועשרים ומאה מדינה.
לכאורה פארוואס שטייט מדינה בלשון יחיד? ס'וואלט ווען געדארפט שטיין מדינות.
נאר מ'קען עס פארענטפערן לויט ווי ס'שטייט אין פסוק (פרשת ויגש) ובני דן חושים. פרעגט מען פארוואס שטייט ובני א לשון רבים? ס'וואלט געדארפט שטיין ובן דן חושים. נאר די תירוץ איז וויבאלד פון שבט דן איז ארויסגעקומען אסאך מענטשן, ווי די לשון פון מדרש איז "מרובין כחושים של קנה", און מ'גייט על שם העתיד.
און ס'שטייט אין גמרא אז עתידה ארץ ישראל שתתפשט לכל הארצות, קומט אויס אז די אלע שבע ועשרים ומאה מדינה וועלן ווערן איינס מיט ארץ ישראל, ממילא שטייט שוין על שם העתיד מדינה בלשון יחיד.


נ.ב. ס'איז אייגענס פריש פון אויוון ארויס וכל הזכויות שמורות.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:32 pm

· #84583
דאס איז תורות פאר פורים אדער פורים תורות? (יחי ההבדל הקטן..)

שמואל הלוי » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:35 pm

· #84587
שמעקעדיג
דאס איז תורות פאר פורים אדער פורים תורות? (יחי ההבדל הקטן..)

ווענדט זיך, אויב ליינט מען עס פארן טרינקען איז עס פורים תורות, אבער נאכן טרינקען ווען מען האלט שוין ביי ונהפוך הוא איז עס פארקערט.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:40 pm

· #84591
ולמאי נפק"מ? צי עס באלאנגט אין פארברענגען אפטיילונג אדער תורה.

שמואל הלוי » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:05 am

· #89858
מה שנפל ברעיוני בחלום הלילה אור ליום עש"ק תצוה, י"ב אדר, השנ"ה הזא"ת לפ"ק.
והוא דבר נפלא עמוק עמוק מי ימצאנו, עין לא ראתה ואוזן לא שמעם מעולם...

שטייט אין גמרא היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דלולב והיינו טעמא דמגילה.
קען זיין ווייל ס'שטייט אז הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים, אז פארקילעכטס און פיבער איז זיך דער מענטש אליין שולדיג אז ער האט נישט אכטונג געגעבן אויף זיך.
אבער באמת קען מען זאגן איז דא נאך צוויי זאכן וואס דער מענטש איז זיך אליין שולדיג דערין, דהיינו די יסורים וואס מען האט ווען מען האלט זיך איין ארויסצוגיין פאר די געברויכן (ביהכ"ס), והשנית "הייזעריגקייט" ווען מען שרייט און מען גארגעלט זיך אויס.
דאס קען זיין די פשט "היינו טעמא דשופר" ווען מען איז פארקילט און מ'בלאזט זיך די נאז, "והיינו טעמא דלולב" ווען מען שאקעלט זיך אויף אלע זייטן ווען מען האלט זיך איין ארויסצוגיין, "והיינו טעמא דמגילה" ווען מען רעדט און מ'דרש'נט א גאנצע מגילה און מ'ווערט הייזעריג, די אלע דריי זאכן איז דער מענטש אליין דער גורם דערצו.

אויס מענטש » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:25 pm

· #89896
פארוואס הייסט די מגילה "מגילת אסתר" א נאמען פון א פרוי
פארוואס נישט מגילת מרדכי א מאן לכאו' האבן דאך ביידע געשריבן די מגילה.
נאר אזוי ווי מען האט געוואלט שרייבן דעם זאץ פון להיות כל איש שורר בביתו
האט מען געמוזט אינטערשמירן אסתר זאל מסכים זיין

gehlungen » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:56 pm

· #89908
[ציטאט אראפגענומען]

Old old old old !!!!!

קינות גירושין » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:23 pm

· #89913
[ציטאט אראפגענומען]

Oh ya!

זר זהב » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:26 pm

· #89915
gehlungen
[ציטאט אראפגענומען]

Old old old old !!!!!

Hey, you are the one who likes to LOL at your own jokes, right ? So dont be so picky with others

give a smile

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:17 pm

· #89951