☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אינשורנס ווען מען רענט א קאר

אינשורנס ווען מען רענט א קאר

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1579

קלאר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:31 pm

· #37972
אינשורנס ווען מען רענט א קאר
ווען מ'רענט א קאר איז גענוג די אינשורנס וואס די קרעדיט קארד קאמפעני שטעלט צו בחינם
אדער מען דארף ציקויפן עקסטערע אינשורנס?

אויב מאכט מען א דענט
וויאזוי קלעימט מען אינשורנס פין די קרעדיט קארד?

אךשמח » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:37 pm

· #37976
די אינשורענס פונעם קרעדיט קארד איז גענוג, און די רענטל וועט עס קלעימען אויב דו מאכסט א דענט.

מען דארף אבער זיכער מאכן וויפיל טעג די קרעדיט קארד קאווערד, ווייל יעדע קארטל איז אנדערש. געווענליך צווישן פערצן און דרייסיג טעג.

נס קאווע » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:46 pm

· #37982
ע"פ רוב וועט עס די רענטל קלעימען ובפרט ווען די האנדעלסט מיט היימישע (גנבים) די גויאישע רענטעלס וועלן עס נישט אייביג אליין קלעימען און איינער האט מיר געזאגט אז ער'ט שוין געדארפט אויסלייגן דאס געלט ביי ענטערפרייז ביז די ק.ק. אינשורענס האט באצאהלט

קלאר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:00 pm

· #37987
ישר כח פאר דיין הילף

אךשמח


מען דארף אבער זיכער מאכן וויפיל טעג די קרעדיט קארד קאווערד, ווייל יעדע קארטל איז אנדערש. געווענליך צווישן פערצן און דרייסיג טעג.


ביז וויפיל טעג פין וואס? פונעם דענט אדער פונעם צירוקגעבן?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:16 pm

· #38034
קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.

קלאר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:44 pm

· #38128
געפילטע פיש
קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.

פין ווי ווייס איך ווילאנג זיי דעקן
ווי דארף עס שטיין?

איך האב עטליכע קארטלעך וועלכע גיבט די בעסטע אינשורנס?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:23 pm

· #38158
אין די TOS אדער רוף אן די קרעדיט קארד קאמפאני, ס'ווענט זיך אויך אין וועלכע לאנד דו גייסט דינגען.

קלאר » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:29 pm

· #38162
געפילטע פיש
אין די TOS אדער רוף אן די קרעדיט קארד קאמפאני, ס'ווענט זיך אויך אין וועלכע לאנד דו גייסט דינגען.

וואס איז דאס TOS?
איך רעדט פין דינגען אין אמעריקא

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:11 pm

· #38214
Terms Of Service

Shmilly » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:40 pm

· #38241
אמעקס געט די בעסטע אינשורונס

אמעקס און דיסקאבער געבען 30 טעג

משא"כ וויזא - מאסטער געט נאר 15 טעג

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:06 am

· #38247
ביזט גערעכט מיט רוב וויזע און מעסטער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז געוויסע מעסטער קארדס געבען יא 30 טעג, און געוויסע געבן בכלל נישט.

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:41 am

· #38256
געפילטע פיש
קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.

סאיז נישט ריכטיג. אויב דיין רענטעל עגרימענט איז אוי לאמיר זאגן 32 טעג, וועלן זיי דיך נישט קאווערען אפי אויב די עקסידענט איז געשען די ערשטע טאג.
איך בין 99 %. אבער אויב סאיז נוגע דאבעל טשעק.
וואס מטוט איז משפילט מיט צוויי קרעדיט קארדס, ממאכט א רענטעל פאר 15 אדער 30 טעג מיט איינס דערנאך נאך א רענטאל מיט די צווייטע קרעדיט קארד. אויב וויל מען איבערניצען די זעלבע קק קארד, דארפ מען לאזן איין טאג ליידיג אינצווישען.
ס'איז אויך וויכטיג ווען מרענט די קאר דארף מען אויספילען אז מגייט ניצן די אינשארענס פין די קק קארד.
סגייט נאך וואטער אויב ברעגסטו דיין חבר'ס קק קארד אדער אפי דיין ווייבס , ליגט מיר אין קאפ אז די ביסט נישט קאווערד. אפי יענער איז אן אדישנאל דרייווער, די רענטער אין די קק קארד דארף מעטשען.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:45 am

· #38257
קען זיין, וועגן דעם איז די בעסטע אנצוקאלען די נומבער אין בעק פון די קארד צו דאבעל-טשעקן, אויב האסטו עטליכע וועט אמ-עקס לכאורה זיין די בעסטע.

קלאר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:38 pm

· #38578
נולד מאוחר
געפילטע פיש
קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.

סאיז נישט ריכטיג. אויב דיין רענטעל עגרימענט איז אוי לאמיר זאגן 32 טעג, וועלן זיי דיך נישט קאווערען אפי אויב די עקסידענט איז געשען די ערשטע טאג.


די מיינסט זיכער דעם סיעף

• Coverage is provided for vehicles rented for 30 consecutive days or less

קלאר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:43 pm

· #38583
עמעריקאן עקספרעס האט מיר אלעס פארענטפרט


• Use your eligible American Express Card to reserve and pay for the entire rental
• Decline the car rental company's Collision Damage Waiver and Theft Protection
• There is no liability coverage provided with your American Express Card
• American Express provides Excess coverage to all other insurance policies
• There is no coverage provided for vehicles rented in Australia, New Zealand, Italy, Ireland, Israel and Jamaica
• Coverage is provided for vehicles rented for 30 consecutive days or less
• The Card member must be the primary renter of the vehicle
• All additional drivers must be listed on the rental agreement
• Cargo Vans, Custom Vans, Pick-up Trucks and moving vans such as U-hauls are not covered
• Compact Sport Utility vehicles are covered, however, there is no coverage provided for full size sport utility vehicles such as a Ford Expedition

Please retain this information for future reference.

קלאר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:24 pm

· #40014
קלעימען אינשורנס
יא, איך האב געפארקט מיין קאר אין וויליאמסבורג
אין איך האב שוין געטראפען היינט ציפריה א שיינע דענט
וואס דארף איך טוהן? זאל איך רופן עמעריקאן עקספרעס? זאל איך ווארטן ביז איך געב צירוק די קאר?

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:28 pm

· #40021
ווען דו געבסט צוריק די קאר וועט די רענטעל דיך זאגען וואס צו טין, געווענטליך טוען זיי אלעס, דו דארפסט נאר סיינען די פעפערס

קלאר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:33 pm

· #40025
לעמיל
ווען דו געבסט צוריק די קאר וועט די רענטעל דיך זאגען וואס צו טין, געווענטליך טוען זיי אלעס, דו דארפסט נאר סיינען די פעפערס


א דאנק פאר דיין הילף
איז נישטו א דעדליין וויפיל טאג נאכען דענט איז קען קלעימען אינשורנס?
אין וועט דאס קלעימען אינשורנס האבען סיי וועלכע אפעקט אויף מיין אקאונט אזווי ווען מ'קלעימט געווענליכע קאר אינשורנס?

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:35 pm

· #40027
קלאר
לעמיל
ווען דו געבסט צוריק די קאר וועט די רענטעל דיך זאגען וואס צו טין, געווענטליך טוען זיי אלעס, דו דארפסט נאר סיינען די פעפערס


א דאנק פאר דיין הילף
וועט דאס קלעימען אינשורנס האבען סיי וועלכע אפעקט אויף מיין אקאונט אזווי ווען מ'קלעימט געווענליכע קאר אינשורנס?

אויף דיין קרעדיט קארד אקאונט זיכער נישט, און אפילו שפעטער אויב מאכסטו אייגענע קאר אינשורענס מאכט דאס אויך געווענליך נישט אויס

קלאר » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:44 pm

· #40033
איינער מערקט מיר אן
אז די איינצגיסטע אפעקט וואס קען איבערבלייבן אז איך וועל נישט קענען נאכמאל אזוי שנעל קלעימן
עס דארף זיין א שטיק צייט צווישן איין קלעים אין צווייטן
ד''ה אז אויב דינג איך נאכמאל א קאר זאל איך זיכער מאכען צו דינגען מיט א צווייטע קארטל

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 23, 2013 1:11 am

· #135428
ווען איך רענט א קאר דארף איך קויפען עקסטער לייעביליטי אינשארענס?
לויט ווי איך פארשטיי קען די רענטאל קא. נישט ארויסלאזן א קאר אויפן ראד אן אינשארענס ממילא האבן זיי דאס סייווי. איז וואס פאסירט אויב איך קויף נישט אינשארענס ?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 23, 2013 10:13 am

· #135457
טאמער האסטו אייגענע אינשורענס איז דאס גילטיג אויף דיין רענטאל אויך, ווי אויך איז דא אסאך קרעדיט קארטלעך וואס קאווערן קאר רענטאל אינשורענס.

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 23, 2013 10:59 am

· #135469
איך רעדט פון לייעבילטי איך גלייב אז קרעדיט קארד קאווערט נאר קאליזשען