☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ווער איז אויף די אנדערע זייט פון יוסי מזרחי?

ווער איז אויף די אנדערע זייט פון יוסי מזרחי?

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15768

כוואליעס » מאנטאג יאנואר 9, 2023 6:38 pm

· #515272
ווער איז אויף די אנדערע זייט פון יוסי מזרחי?
לאמיר אריינגיין כאפן א בליק קעגן וועם יוסי מזרחי איז שוין ארויסגעקומען.

אנטשולדיגט אז איך ברענג אייך נאר צו א לינק, אין אמת'ן האב איך געפלאנט צו שרייבן און ארויסברענגען אלע צדדים, אבער וואס קען מען טון אז די צייט ערלויבט נישט. ואתכם הסליחה.

יוסי מזרחי קומט ארויס מיט שארפע דיבורים קעגן זמיר כהן

https://youtu.be/xhSOazVOAv4

יוסי מזרחי קומט ארויס מיט דברי לצנות אויף ברסלב

https://youtu.be/io3ehSeJ_MA

רעדט קעגן ר' נחמן מברסלב און האדמו"ר מליבאוויטש

https://youtu.be/tmC2-a_t13I

רעדט קעגן הרב מאניס פריעדמאן

https://youtu.be/rnUoR0ss8a8


אפילו דו ביסט נישט קיין ברסלב'ער אדער ליובאוויטשער, זיי וויסן אז ער וואלט ווען גערעדט קעגן דיר פערזענליך ווען ער קען דיר ווען און עס וואלט אים געברענגט אויפמערקזאמקייט.

איך האף אז ס'וועט נישט אויספעלן צו מסביר זיין פארוואס דאס וואס ער זאגט איז וויסט נאריש און דברי בורות ושוטות.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 9, 2023 6:41 pm

· #515273

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 9, 2023 9:12 pm

· #515280
כוואליעס: מ'קען נישט אוועקמאכן דעם גאנצן (הרב) יוסי מזרחי מיט איין וויש.

ער זאגט א סאך מאל גאנץ גוטע און שכל'דיגע זאכן. דער תמצית פון וואס איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער איז אז ער איז אקעגן עקסטרעמיזם הן בדיבור, במחשבה (הגיון) ובמעשה, נאר ס'פעהלט איהם א מער ברייטער פערספעקטיוו. צי וועגן אייגענע נגיעות, אדער ווייל ס'פעהלט איהם געוויסע אינפארמאציע אדער עקספיריענס, ספעציעל בנוגע ליובאוויטש. ער האקט (לכאורה) אויפ'ן פריערדיגן ליובאוויטשער רבי'ן רמ"מ אז ער זאגט פאר'ן ערגסטן פושע ישראל אז ער איז א צדיק. ער האט נישט ריכטיג ארויס דעם דרך פון רמ"מ. דאס איז לפענ"ד נאר אן התחלה, אן אנהייב, כדי צוציען דעם מענטש צו טון תשובה. דער ציהל איז אז ער זאל זיין אן ערליכער איד א שומר תורה ומצוות. זענען דען די ליובאוויטשער חסידים בעלי חוטאים און פושעי ישראלים? אבער דאס איז אן התחלה.

איינס פון זיינע פראבלעמען איז אז ער רעדט איבער געוויסע נושאים אין וואס ער האט נישט קיין השגה. למשל, איבער דעם גאנצן ענין פון האלאקאוסט און די 6 מיליאן אידן וואס די נאציס ימ"ש האבן אומגעברענגט. ערשטנס, ער און זיין משפחה האבן נישט פערזענליך געליטן אלס קרבנות פון נאציזם, האט ער בכלל נישט קיין רעכט צו משפט'ן (אורטיילן). ועוד, ער האט נישט די ריכטיגע פאקטן, און וואס ער האט יא ברענגט איהם צו די נישט ריכטיגע מסקנות.

איך גיי דא נישט אריינגיין אין זיין גאנצע שיטה איבער דעם האלאקאוסט. איכ'ל נאר אננעמען איין קליינע חלק. ער טענה'ט אז אין די שואה זענען נישט אומגעקומען קיין 6 מיליאן אידן (אזוי ווי די אלע האלאקוסט לייקענערס) נאר "אפשר" א האלבן מיליאן אידן...! ער איז טאקע שטארק פארדאמט געווארן און אראפגעריסן דורך נארמאלע היסטאריקער, אזוי ווי דער נאוואמינסקער רבי זצ"ל.

לאמיר געדענקען אז ער אליין איז א בעל תשובה ממילא פעהלט איהם דער ברייטערער פערספעקטיוו און ער רעדט אריין אין אזעלכע ענינים וואס ער הייבט נישט אן צו פארשטיין...!

פרנס החודש » מאנטאג יאנואר 9, 2023 10:11 pm

· #515287
berlbalaguleh
דער תמצית פון וואס איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער איז אז ער איז אקעגן עקסטרעמיזם הן בדיבור, במחשבה (הגיון) ובמעשה, נאר ס'פעהלט איהם א מער ברייטער פערספעקטיוו.
אין איין שורה: ער האט פיינט עקסטרעמיסטן, ווייל זיי דערמאנען אים פון זיין אייגענע עקסטרעמיזם.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 9, 2023 10:17 pm

· #515292
כל אומן שונא את בני אומנתו

Tachlis » דינסטאג יאנואר 10, 2023 2:09 pm

· #515310
יוסי מזרחי איז די פיאנער פון זאגן גראבע (איך רעד פון גרררררראאבע) ליגנטס און ניטאמאל ווערן פינק,
ער זאגט אזוי סאך ליגנט אז מען קען עס אפי' נישט ציילן, ער זוכט געווענליך בכלל נישט קיין מקור צו וואס ער זאגט ווייל ער איז קאנפידענט אז דאס אליין אז ער זאגט עס מאכט עס אמת,

ער איז פון די מיני מענטשן וואס קענען אסאך אינפארמעישן (וואס א חלק האבן זיי אליין באשאפן) אבער האבן נישט די שכל צו פארשטיין די אלע אינפארמעישן (ווי למשל ר' אביגדור מיללער... ר' בערל טויבער... ועוד ועוד)

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 2:37 pm

· #515312
כוואליעס
לאמיר אריינגיין כאפן א בליק קעגן וועם יוסי מזרחי איז שוין ארויסגעקומען

יוסי מזרחי קומט ארויס מיט שארפע דיבורים קעגן זמיר כהן

https://youtu.be/xhSOazVOAv4
ער קומט דא נישט ארויס אנטקעגן זמיר כהן, ער קריגט זיך סך הכל מיט עפעס וואס זמיר זאגט, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג.

און איך מיין גראדע אז די טענה פון מזרחי איז גאנץ שוואך דא, וועגן דער מגן דוד ווערט נישט דערמאנט אין די תלמוד מיינט אז עס קומט פון די גוים? עס זענען דא גענוג זאכן וואס שטייען נישט אין די משניות וכדומה און דאך איז עס הייליג ביי אונז.
צו דען קומען די הייליגע מנהגים פון שפילן דריידל, שלאגן כפרות, זיך פארשטעלן פורים, השתתחות על קברי צדיקים (וכ' וכ') פון די גוים!?!? היעלה על הדת לומר כן?! ( 😉 )

און וואס איז מיט תורת קבלה? צו דען ווערט עס ערגעץ דערמאנט אין משנה, גמרא אדער רמב"ם?

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 10, 2023 8:21 pm

· #515339
אין ליכט פין דער אשכול האב איך אויסגעהערט זיין האקעריי אויף מאנעס פרידמאן, ער זאגט היבש זאכליכע טענות אויב איז אמת.

לדבריו זאגט מאנעס, אז טאמער דער ווייב וויל גיין צו דער ביטש אויף שבת, איז עס פיקוח נפש, און מען מעג אהין פארען מיט דער קאר!!

ווי אויך, אז מען איז נישט שולדיג פאר עבירות, ווייל ווער האט געבעטן דער רבש"ע מיך צו באשאפן!!

עפ"ל שר"י (קרעדיט - בערל)



און לדבריו שטע

שפילער » דינסטאג יאנואר 10, 2023 8:42 pm

· #515340
היסטאריע
ווי אויך, אז מען איז נישט שולדיג פאר עבירות, ווייל ווער האט געבעטן דער רבש"ע מיך צו באשאפן!!

עפ"ל שר"י (קרעדיט - בערל)
איז ער דען נישט גערעכט דעי מאנעס? וויזוי קען אונז דער אייבערשטער שטראפן? איך האב אים געבעטן אראפצוקומען?

שפילער » דינסטאג יאנואר 10, 2023 8:44 pm

· #515341
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט א זיסע דעבאטע מיט א קריסטליכע גלח.

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 10, 2023 9:34 pm

· #515344
איך זע געוויסע האבן נישט פארשטאנען די נקודה,
לאמיר זאגן אז יוסי מזרחי האט גוטע טענות אויף די אלע (גראדע האט ער נישט, אבער לאמיר זאגן אז ער האט), איך קען טרעפן טענות אויף יעדעם, דאס איז נישט קיין קונץ. וואס קריכסטו ביי יענעם? ביסט נישט גענוג פעימאס? טו בעלי תשובות, מאך וואס דו ווילסט, לאז יענעם לעבן! דאס אז יענער האט א אנדערע שיטה ווי דיר מיינט נאך נישט אז ער איז פון די ערב רב, אין כלל ישראל עקזיסטירט אסאך שיטות און אסאך השקפות, נישט יעדער מוז אנעמען פונקטליך וואס דו האלטסט!

און זארגטס ענק נישט, מאניס פרידמאן איז נישט אזא אפיקורס ווי ער מאכט אים, ווער עס טוט אביסל אין מאניס'ס שעורים ווייסט, ער האט א מורא'דיגע טאלאנט פון מסביר זיין און אראפברענגען טיפע און הויכע חסידישע געדאנקען, און געוויסע מענטשן וואס זענען קליינקעפיג מיינען אז ער איז מגשם חסידות, ס'פארא שטותים!

איזה נשמה » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:25 am

· #515356
היסטאריע
אין ליכט פין דער אשכול האב איך אויסגעהערט זיין האקעריי אויף מאנעס פרידמאן, ער זאגט היבש זאכליכע טענות אויב איז אמת.

לדבריו זאגט מאנעס, אז טאמער דער ווייב וויל גיין צו דער ביטש אויף שבת, איז עס פיקוח נפש, און מען מעג אהין פארען מיט דער קאר!!

ווי אויך, אז מען איז נישט שולדיג פאר עבירות, ווייל ווער האט געבעטן דער רבש"ע מיך צו באשאפן!!

עפ"ל שר"י (קרעדיט - בערל)
Regarding wife going to beach, if you ever listened to Manis Friedman (not just short clips) you know he didn't say it, he probably took something totally out of context.

Regarding the whole point that Manis keeps on talking about “I didnt ask to come to this world”, he even has a book about it, Yossi totally doesn't begin to understand it, Yossi Mizrachi keeps on saying that according to Manis you don't get punished because you didn't ask to be born, which is completely not what Manis is saying, to the contrary the whole idea is that coming to this world is not about us because we didn't even ask for it it's about serving Hashem.

Its amazing to see Yossi Mizrach and Reuven Yaron, both with very low understanding in deep topics, continuously hacking on Manis when they have no clue what he is even talking about.

(I agree that Manis can sometimes say controversial things)

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:17 am

· #515360
אלץ א חברה מאדנע מענטשן.

אלע רעדן זיי עקסטרעמע רייד.

מאנעס קלעבט זיך אהן אין דעטאלן, און מאכט פין זיי כללים.

מזרחי, קלעבט זיך אהן אין כללים און מאכט זיי פאר פרטים.

א כלל איז נישט קײן פרט, ולהיפוך.


און מזרחי איז גערעכט פאר האקען אויף מאנעס אויב ער זאגט די זאכען, אפילו אויב מאנעס האט עס נישט געמיינט. אויב איז מזרחי נישט גענוג קלוג צו כאפען זיין עמקות, איז דא הונדרעטער נאך.

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:46 pm

· #515390
דאכט זעך אז ר' (?) יוסי מזרחי איז די בעל החלומות פון די בילבארד מעשה, כווייס נאר נישט צי ער איז א פראסטע ליגענער וואס מאכט אויף מעשיות, אדער איז ער סתם א בהמה וואס גלייבט יעדע מעשה וואס מען דערציילט עם.
עיטהער וועי זעי איך נישט פארוואס מען האט זיך ארויפגעזעצט אויף עים, חוץ פון רעדן שטותים טיט ער גארנישט, לאמיר ענדערש אויספראקן די "מכם-ובכם-אינפלוענסערס" המכונה רע-בנים (#בערל אלערט) וואס פייניגען זייערע אינטערטאנען מיטן לא-נתקבל-שטעקן.

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:35 pm

· #515465
כווייס נאר נישט צי ער איז א פראסטע ליגענער וואס מאכט אויף מעשיות, אדער איז ער סתם א בהמה וואס גלייבט יעדע מעשה וואס מען דערציילט עם.
אלע וואס פארציילן מעשה'לעך וואס זענען יעצט געשעהן זענען מגזם.
ר'"א בידערמאן האט נאך אין די לעצטע פאר וואכן פארציילט דער מעשה מיט דער פאספארט, און געוויזן דער בילד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:08 pm

· #515472
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: איך געב דיר נאר א האלבן לייק. איך נעם אראפ 50%- ווייל אויף אמנון יצחק ביניך נישט מסכים מיט דיר. איך האב געהערט הונדערטער שעות פון זיינע דרשות. איך האלט ער איז א קלוגער און באזעסענער מענטש, א גוטער בעל דרשן, אן אויסגעצייכנטער דעבאטירער, און זיין דרך צו תשובה פאר די מענטשן וואס זענען נאכנישט ערליך איז א גוטער און ריכטיגער.

וועגן יוסי מזרחי און די אנדערע וואס דו האסט אויסגערעכנט ביניך מסכים מיט דיר 100%.

די פראבלעם מיט ר' אביגדור מיללער, במחכת"ה, איז די זעלבע ווי מיט יוסי מזרחי. ער איז אויך אויף עפעס א פארעם א בעל תשובה. והשנית, ער און זיין משפחה זענען נישט געווען קיין קרבנות פון די נאציס, ממילא קען ער נישט און ער האט נישט קיין רעכט צו רעדן איבער דעם נושא, אויסער וואס ס'פעהלט אים וויכטיגע אינפארמאציע. נאר געויסע גרופעס האבן אן אגענדא ארויסצוהייבן זיין גרויסקייט און זיינע מעלות, וואס ער האט א טייל.

בערל טויבער איז פשוט אריין אין די פעמילי ביזנעס. און ער איז ממשיך... אבער קיין עכטע ווערד האט ער נישט. כנלענ"ד...!

היסטאריע » פרייטאג יאנואר 13, 2023 12:12 pm

· #515542
די פראבלעם מיט ר' אביגדור מיללער, במחכת"ה, איז די זעלבע ווי מיט יוסי מזרחי.
מדמה זיין דו צוויי איז ווי מדמה זיין הימל און ערד. ר' אביגדור רעדט טיפע רייד, א ידען עצום דורכגעטוהן מורה נבוכים און כוזרי, און ער קען עס גוט. מזרחי רעדט אויבערפלעכלעך, בלעבערט נאך דער זעלבער וואס אנדערע זאגן, און זאגט עס אבער מיט א גוטע דעליווערי און שטארקע שטימע, און עס איז אינטרעסאנטער אויסצוהערען.

Tachlis » פרייטאג יאנואר 13, 2023 12:27 pm

· #515543
זיי זענען דומה מיט דעם אז זיי האבן ביידע אסאך אינפארמעישען מיט ווייניג שכל און זיי ביידע דרייען מיט די אינפארמעישען כפי קטנות שכלותם.

אפי' ר' אביגדור מיללער האט געקענט בעסער זיינע פאר זאכן וואס ער האט געקענט (ער איז בכלל נישט געווען קיין ת"ח, ער האט נאר געקענט די פאר זאכן וואס ער פלעגט אלס רעדן ווי למשל חובת הלבבות, מו"נ, ניו טעסטעמענט.....) איז ער אבער נאכאלץ זייער א נאאיווער און א קליינער מח און האט אלעס פארשטאנען אויף א נערישע וועג

צוזאמגעדרייט » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 6:11 pm

· #515557
Re: ווער איז אויף די אנדערע זייט פון יוסי מזרחי?
Tachlis
זיי האבן ביידע אסאך אינפארמעישען
יאסי מזרחי האב איך 'אסאך' געהערט.
שום אינפארמעישאן!

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:40 pm

· #515565
היסטאריע
די פראבלעם מיט ר' אביגדור מיללער, במחכת"ה, איז די זעלבע ווי מיט יוסי מזרחי.
מדמה זיין דו צוויי איז ווי מדמה זיין הימל און ערד. ר' אביגדור רעדט טיפע רייד, א ידען עצום דורכגעטוהן מורה נבוכים און כוזרי, און ער קען עס גוט. מזרחי רעדט אויבערפלעכלעך, בלעבערט נאך דער זעלבער וואס אנדערע זאגן, און זאגט עס אבער מיט א גוטע דעליווערי און שטארקע שטימע, און עס איז אינטרעסאנטער אויסצוהערען.
אט דאס האביך געמיינט: ער נעמט ארויס שטיקלעך און שניידט ארויס אנדערע פון איינעמ'ס מאמר אדער תגובה. צו צופאסן צו זיין אגענדא.

בשביל זה הורידוהו מכיסאו. מגיע לו הרבה יותר. (There's a saying...He doesn't deserve the time of day...)

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:00 pm

· #515569
Tachlis
זיי זענען דומה מיט דעם אז זיי האבן ביידע אסאך אינפארמעישען מיט ווייניג שכל און זיי ביידע דרייען מיט די אינפארמעישען כפי קטנות שכלותם.

אפי' ר' אביגדור מיללער האט געקענט בעסער זיינע פאר זאכן וואס ער האט געקענט (ער איז בכלל נישט געווען קיין ת"ח, ער האט נאר געקענט די פאר זאכן וואס ער פלעגט אלס רעדן ווי למשל חובת הלבבות, מו"נ, ניו טעסטעמענט.....) איז ער אבער נאכאלץ זייער א נאאיווער און א קליינער מח און האט אלעס פארשטאנען אויף א נערישע וועג
וואט די העק? ווייל ער האט נישט מודה געווען צו ביג בענג איז ער נאאיוו? טויזענטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט זיינע שיעורים, ספרים, טעיפס, קונטרסים, ער נעמט פשוט'ע מושגים און צולייגט עס הערליך שיין, ער פירט אריין דעם מענטש אין א העכערע פאזעטיווע לעבן... ביטע! ווי קען מען אפילו פארגלייכן די צוויי...

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:17 pm

· #515571
אבער אין עניינים וואס האבן צו טון מיט די האלאקאוסט קען ער נישט אריינרעדן. ווייל ער און זיין משפחה האבן נישט געליטן און זענען נישט געווען קיין קרבנות פון די נאציס, ימ"ש.

ווייל דער בור ריק (מזרחי) בלעבערט אז דער האלאקאוסט איז געווען אן עונש מן השמים פארוואס די אידן זענען נישט געווען ערליך. איז מיין קשיא פשוט. אויב ס'איז א גזירה מן השמיים 'עמיר עס מקבל זיין. אבער אלס עונש. פארוואס איז זיך געקומען אן עונש פאר די הונדערטער און טויזנטער ערליכע אידן. צדיקים, קדושים וטהורים...!

כוואליעס » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:53 pm

· #515578
בכלל באצאלט די אייבעשטער מידה כנגד מידה, די גרעסטע משכילים און פרייע אידן האבן נישט געהארגעט קיין אידן (אדער גוים) נאכדערצו אזעלעכע מיתות משונות וואס די דייטשן האבן געטון