☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » גזירת החינוך-מה יהיה לבסוף?

גזירת החינוך-מה יהיה לבסוף?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15762

פרנס החודש » פרייטאג יאנואר 6, 2023 4:12 pm

· #515157
גזירת החינוך-מה יהיה לבסוף?
די פראגע וואס יעדער פרעגט (נישט): ווי אזוי גייט זיך עס ענדיגן?

איך וועל פרובירן צו געבן מיין מיינונג דערויף:
בפשטות איז די גאווערמענט נישט גענוג שטארק ארויפצוצווינגען זייער קוריקולום, און רוב מוסדות קענען נישט עקזיסטירן אן גאווערמענט פאנדינג. ווייטער קיין שום קאורט גייט נישט געבן קיין גרין לייט פאר פריוואטע שולעס נישט צו לערנען די בעסיק ענגליש,מאטעמאטיק, וכדומה. דאס אלעס באדייט אז עווענטועל גייט די סטעיט לעגיסלאטור דארפן באהאנדלען די נושא און אויפקומען מיט א פשרה און א קלארע אויספירבארע מהלך ווי אזוי אונזערע מוסדות זאלן אנגיין.

די אלע וואס באשולדיגן פיערל״ס אין מאכן פשרות וכו׳, כאפן נישט אז עס איז נישט דא קיין שום אויסזיכט פאר א פולשטענדיגע געווינס אין סופרים קאורט, און אז די מוסדות קענען ״נישט״ אנגיין אן גאווערמענט פאנדינג. די אזויגערופענע ״טהרת הקודש״ מוסדות האלטן זיך בעיקר אויס דורך וואוטשערס גענומען אויף די נאמען פון אנדערע מוסדות וכדומה, און אפילו דאס קען נאר ארבייטן פאר א מיעוט עולם. ווייטער איז אונזער גאנצע עקזיסטענס אלס חרדים אנגעוואנדן אין סיסטעמאטישקייט, ממילא וועט מען ענדערש לערנען לימודי חול אויף א סיסטעמאטישן אופן ווי איידער מאכן קאראנע מוסדות.

עווענטועל גייט זיך עס אויסלאזן אין א פשרה מיט די סטעיט. אויב האט די אגודה שכל זאלן זיי פארשלאגן פאר די סטעיט אז זיי זענען גרייט צו לערנען לימודי חול (אויף א באגרעניצטע פארנעם), בתנאי אז די סטעיט זאל מבטל זיין די בלעין אמענדמענט (וואס לאזט נישט די סטעיט פאנדן רעליגיעזע אינסטיטוציעס). סתם אזוי איז מיט די נייע סופרים קאורט דא א שטארקע מעגליכקייט אז די בלעין אמענדמענט זאל ווערן ארויסגעווארפן אויב זאל מען אריינגעבן א רעליגיעזע דיסקרימינאציע אנקלאגע דערגעגן, וואס וואלט ווען געווען א קלוגע שריט פאר די אגודה צו טון, ווען זיי האלטן ווען ביים טון עפעס.

און ממילא איז א שאד זיך צו עקש׳נען און אריינגראבן אויף א זאך וואס גייט ממילא נישט פאסירן. לעצטענס האב איך טאקע באמערקט א טויש אין די טאן פון די זאלי פארטיי אז זיי האבן אויפגעהערט מיט די ״גזירת החינוך פאניק״ און זיי בארוהיגן שוין דעם עולם אז מ׳עט נישט פאלגן און שוין און אז די מוסדות האלטן זיך שוין יעצט אויס זיבעציג פראצענט אן די גאווערמענט געלטער(?!), און דאס אלעס טוען זיי ווייל זיי האבן געכאפט אז מיטן אריילייגן דעם עולם אין גזירת שמד מאוד פארלירן זיי די סאמע מעגליכקייט צו איבערלעבן ווען די געזעצן גייען אריין אין עפעקט.

די יעצטיגע מהלך פון פיערלס און די מוסדות איז צו שטופן צייט מיט קאורט אנקלאגעס. יעצט נניח אז עס וועט זיי געלונגען צו באקומען אן עמערדשענסי אינדשאנקשן (שוואכע מעגליכקייט) און ארומשלעפן ביזן סופרים קאורט (ווי עס גייט בלי ספק בכל אופן אנקומען צום סוף), גייען זיי סך הכל פארדינען אז די פארלאנג צו לערנען אויף ענגליש און לכאורה געוויסע סובדשעקטס וועט אוועקפאלן. דער סופרים קאורט גייט נישט נאכאמאל ארויסגעבן א ״וויסקאנסין געגן יאדער״ אמיש פסק ווי יעדער וואס האט אדורכגעלערט דעם געזעץ ווייסט אז עס איז געבויעט אויף דעם (שקר) אז זיי נעמען נישט קיין גאווערמענט פראגראמען, און אפילו דארט האט די סופרים קאורט פארלאנגט געהעריגע פולע לימודים ביז אכטע קלאס.

ממילא איז צייט פאר די חברה זיך אויפצוועקן און איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום אויסוועג דא חוץ פארהאנדלען מיט די סטעיט לעגיסלעטור, היינט אדער אין צען יאר ארום

פארשטייט זיך עס גייט אויך זיין א מיעוט וואס וועט מאכן א מלחמה להשמיד ולהרוג און ״געווינען״. (אויף אלע מיינע שונאים געוואונשן).

דערהויבענע איד » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 8:44 pm

· #515166
מן הסתם גייט טאקע אזוי זיין. אבער ביז דעמאלטס גיימיר נאך האבן אסאך וויזויהייסטעס

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 9:17 pm

· #515170
דערהויבענע איד
מן הסתם גייט טאקע אזוי זיין. אבער ביז דעמאלטס גיימיר נאך האבן אסאך וויזויהייסטעס
ווי אזוי הייסט עס ?

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 9:37 pm

· #515174
בענדזשאמין פרענקלין
ווי אזוי הייסט עס ?
הכנסת ספר תורה'ס, חתונות, כ"א כסליו מסיבות….

חב''ד הויזן » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 10:07 pm

· #515178
פרנס החודש
לעצטענס האב איך טאקע באמערקט א טויש אין די טאן פון די זאלי פארטיי אז זיי האבן אויפגעהערט מיט די ״גזירת החינוך פאניק״
ווי זעסטו דאס?

פרנס החודש » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 10:08 pm

· #515179
חב''ד הויזן
ווי זעסטו דאס?
דער איד, ר' זלמן לייב'ס דרשות.

חדשים » זונטאג יאנואר 8, 2023 1:53 pm

· #515202
פארוואס קען זיך עס נישט ענדיגן אז די שטאט גייט זיך צומאכן די אויגן אזויווי זיי טוען די לעצטע פאר יאר. אויפן טיש גייט עס גיין בכל התוקף, די שטאט וועט אראפלייגן א פוס און די מוסד גייט זאגן אז זיי גייען אלעס טון, אבער הלכה למעשה וועט אלעס בלייבן ביים אלטן.

פרנס החודש » זונטאג יאנואר 8, 2023 2:53 pm

· #515204
ווייל די לאקאלע סקול דיסטריקטס גייען ברויכן איבערקוקן די מצב אין די מוסדות יעדע פאר יאר און עס גייען אלץ זיין סקול דיסטריקטס וואס גייען נישט וועלן צומאכן די אויגן.

פאלאצ'ינטא » זונטאג אוגוסט 13, 2023 8:10 am

· #533378
די אזוי גערופענע גזירת החינוך איז נישט קיין נייע, עס איז אלעמאהל געוועהן די וועליכע האבען זיך גערופען אויפגעקלערט וועליכע האבען אנגעמאכט צרות צרורות. איך זאג אזוי גערופענע ווייל אונז זענען אליין שולדיג

איך האלט אז דער סוף וועט מען דארפען פון דא אנטלויפען ווייל עס זענען נישט דא קיין "אמת'ר" רבנים און עסקנים אלע מיינען געלד און כבוד.

זיי קענען אלע זינגען צוזאמען...

אונז מיינען יא די כבוד
אונז מיינען יא די געלד
אונז האבען מיר דער באשעפער טיעף טייער אין דער ערד

ווילאנג מען וועט נישט האבען קיין אמת'ר רבנים (שונאי בצע) אמת'ר עהליכע אידן(נישט נאר פאר די קעמערע) וועליכע וועלין אליין טוהן אין עסקנות וועט מען ליידען. רוב פון די צרות קומט פון די עסקנים רע-בנים וועליכע זענען באמת לכל הפחות שלעכטע מענטשען

דערהויבענע איד » זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:57 pm

· #533392
בענדזשאמין פרענקלין
דערהויבענע איד
מן הסתם גייט טאקע אזוי זיין. אבער ביז דעמאלטס גיימיר נאך האבן אסאך וויזויהייסטעס
ווי אזוי הייסט עס ?
ש**ט, חרוסת, און בלאטע.