☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קרבן פסח תשפ"ג?

קרבן פסח תשפ"ג?

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15760

כוואליעס » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 2:38 pm

· #515090
קרבן פסח תשפ"ג?
יא יא! ווער האט זיך געגלייבט אז מהאלט שוין דא, א אידישע רעגורונג, שרים גייען שוין ארויף אויפן הר הבית, נאך אביסאל פארטרייבט מען די אראבערס פון דארט, א בית המקדש איז שוין נישט קיין ווייטע ריאליטעט! גרייטס אייך אויפן סומטאכע דאס יאר איבער מאכן א קרבן פסח, עס וועלן זיכער זיין דאס יאר א היבשע פאר חבורות, איך גלייב אפילו אז די שריפטשטעלער "קהל,ס נער" האט שוין געקויפט אפאר שעפעלעך און אפשר אפילו צוגעבינדען צו זיין בעט,
לאמיר פרובירן שפעקלירן וויאזוי כלל ישראל גייט זיך צוטיילן, קודם כל וועלן זיין א גרופע אידן וואס וועלן זיצן ביים סאטמערן פארטש מיט גרויסע ספיקער,ס ווי מען וועט אנצינדען הויעך שלשידעס תורה פון נשה תשכ"ו און זיך ווישן די טרערן אן אויפהער
נאכדעם וועלן זיין א גרויסע געמיינדע אידן וואס מיט ציונות וואלטן זיי שוין שלום געמאכט אבער דאס וואס עס איז דא גרויסע סקרינס אין די בית המקדש, ווי מען קען מיטהאלטן לייף די גאנצע עבודה, דאס קענען זיי שוין נישט אראפשלינגען
האט איר נאך געדאנקען? קארגט נישט קיין טינט!

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 3:05 pm

· #515092
Re: קרבן פסח תשפ"ג?
כוואליעס
איך גלייב אפילו אז קהל,ס נער האט שוין געקויפט אפאר שעפעלעך און אפשר אפילו צוגעבינדען צו זיין בעט,
@קהל'ס נער ?

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 3:09 pm

· #515093
Re: קרבן פסח תשפ"ג?
איר האט פארגעסן פון די קטורת.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 3:33 pm

· #515094
צוזאמגעדרייט
איר האט פארגעסן פון די קטורת.
קטורת? איז דא אין חוץ לארץ אויך
[emoji1787]

מי ימצא » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 4:50 pm

· #515096
צו סוועט זיין דעי יאר צו נעקסטע יאר, ווער ווייסט?
דאס איז זיכער, אז מיר ריקן זיך אויפן גוטן דירעקציע.
נאכן מיטהאלטן אזעלכע געהויבענע מעמדים, האבן די הרגשים, אפילו נישט די פאסיגע כלים אין וואס צו אריינגיין.
די געפיהלן רוישן, סטוט ברימען א דערשטיקטע בענקעדיגע געוויין, אוי גאטעניו, ווי איך וויל דיר זעהן מיט דיין פרעכטיגע הויז.

מיין עפיניען, איך וואלט הנאה געהאט ווען מען נעמט אראפ די סקרינס, אזוי קען מען שוין יעצט ארויפגיין. ווער קומט?
קענסט עס גלייבן, מיר גייען קיין ירושלים, אויפן הר הבית, דאס איז נייעס.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 5:06 pm

· #515099
אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 6:07 pm

· #515105
רביה''ק זי''ע
אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
וואס גייען זיין די אקטיוויטעטן דארט? דער טיפיקעל אמעריקאנער גוי עקל'ט זיך פון צוקוקן ווי מ'שחט בהמות און מ'פארברענט פעטענס אויף הויכע גרויסע מזבח.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 6:09 pm

· #515106
[ציטאט אראפגענומען]
איש לפי אכלו תכוסו על השה זאגט די תורה. אויב אבער קענען זיי נישט טיילן קיין שריים דערפון דאן איז עס נישט אינטערעסאנט פאר זיי.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 6:43 pm

· #515107
דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע
אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
וואס גייען זיין די אקטיוויטעטן דארט? דער טיפיקעל אמעריקאנער גוי עקל'ט זיך פון צוקוקן ווי מ'שחט בהמות און מ'פארברענט פעטענס אויף הויכע גרויסע מזבח.
בית חוניו און בית אל זענען אויך נישט געוועהן פאר טיפיקל אמעריקאנע גוים.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 7:38 pm

· #515109
רביה''ק זי''ע
בית חוניו און בית אל זענען אויך נישט געוועהן פאר טיפיקל אמעריקאנע גוים.
כאטשיג פאר די מיטל מזרח קולטור פון יענע צייט ווי מ'האט מקריב געווען קרבנות.
אנדערש ווי די היינטיגע מאדערנע אמעריקאנער קאלטור ווי געשניטענע שטיקלעך פריים מיעט ווערט פארקויפט אין סופערמארקעטס אהן דעם וואס דער טיפיקעל גוי זאל ברויכן זעהן ווי עפעס א בארבארדעלטע פארשוין מיט א חלף אנגעטוהן אין ווייס און בלוי מיט בלויזע פיס שנייד קעפ פון בהמות.

פיטע מיט זייער בהמות רעכטן ארגענעזאציע וועט שנעלער פטור ווערן פון דיר מיט דיין סעקאנדערי בייסאמיקדאש ווי פון די כפרות שלאגן אום ערב יו"כ.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 7:46 pm

· #515110
ערשטנס, מיין בית המקדש גייט נישט זיין סעקאנדערי, אפשר טירדלי, ווייל טעכניש איז שוין דא א אידישע בית המקדש אויף הר גריזים וואס ציהט פילע גוי'אישע טוריסטן יעדעס יאר ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח.

צווייטנס, זאגסט זייער גוט, די גאנצע קרבנות ענין איז טאקע פונקט גוט פאר די פאר מענטשן וואס זענען נאך שטעקן געבליבן אינעם מיטל-מזרח קולטור, שווער צו גלייבן אז די בית המקדש אין ירושלים וועט ציען גענוג בהמות צו קענען פינאנצירן אזא פראיעקט. בהמות רעכטן ארגאניזאצעיס זענען דא אין ישראל פונקט אזוי, נאר דארט וועלן זיי זיך אויך דארפן שלאגן מיט די פאלעסטינער רעכטן ארגאניזאציעס און די רבנות און אגודת ישראל. אבער נאכאמאל, אויב זעה איך אז ס'ארבעט זיך אויס פאר זיי שפרינג איך גלייך אריין אין ביזנעס, אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס אין די פאראייניגטע שטאטן אפשר וועל איך עס אריבערפירן די גרעניץ קיין מאנסי 😂

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 7:58 pm

· #515111
רביה''ק זי''ע
אפשר וועל איך עס אריבערפירן די גרעניץ קיין מאנסי [emoji38]
מיינסט צו זאגן צו די טאון אוו פאלם טרי! ווייל לויט די דארטיגע איינוואוינערס וועט די נייע בית המקדש זיין א שאלה פון מרידה באומות.

Tachlis » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 8:42 pm

· #515113
אייגענטליך עס מוז בכלל נישט זיין קיין ליצנות, פארוואס זאל מען נישט בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות? די באשעפער ווארט אויף די קרבנות!

נישטא קיין סיבה פארוואס נישט צו בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות!!!!

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 9:18 pm

· #515114
Tachlis
אייגענטליך עס מוז בכלל נישט זיין קיין ליצנות, פארוואס זאל מען נישט בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות? די באשעפער ווארט אויף די קרבנות!

נישטא קיין סיבה פארוואס נישט צו בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות!!!!
איינער האלט דיך אפ?

שמן למאור » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 9:33 pm

· #515115
דער גאלדענער אדלער
כאטשיג פאר די מיטל מזרח קולטור פון יענע צייט ווי מ'האט מקריב געווען קרבנות.
אנדערש ווי די היינטיגע מאדערנע אמעריקאנער קולטור ווי געשניטענע שטיקלעך פריים מיעט ווערט פארקויפט אין סופערמארקעטס אהן דעם וואס דער טיפיקעל גוי זאל ברויכן זעהן ווי עפעס א בארבארדעלטע פארשוין מיט א חלף אנגעטוהן אין ווייס און בלוי מיט בלויזע פיס שניידט קעפ פון בהמות.

פיטע מיט זייער בהמות רעכטן ארגענעזאציע וועט שנעלער פטור ווערן פון דיר מיט דיין סעקאנדערי בייסאמיקדאש ווי פון די כפרות שלאגן אום ערב יו"כ.
נו.. לפי שיטת הרמב"ם גייט מען דאך נישט מקריב זיין קיין קרבנות אין די ביהמ"ק השלישי. און טאקע אלס די טעם וואס דו ברענגסט.. די גאנצע סיבה פארוואס אמאל האט עס גאט יא געהייסן טון איז געווען צוליב די קולטור פון די אמאליגע מענטשן.

Tachlis » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 10:10 pm

· #515116
צוזאמגעדרייט
Tachlis
אייגענטליך עס מוז בכלל נישט זיין קיין ליצנות, פארוואס זאל מען נישט בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות? די באשעפער ווארט אויף די קרבנות!

נישטא קיין סיבה פארוואס נישט צו בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות!!!!
איינער האלט דיך אפ?
איך (און קיינער) קען עס נישט טון אליין.

מ'דארף נאר זען אז א עולם זאל זיך צאמנעמען עס צו טון.

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 6, 2023 12:53 am

· #515122
צוזאמגעדרייט
כוואליעס
איך גלייב אפילו אז קהל,ס נער האט שוין געקויפט אפאר שעפעלעך און אפשר אפילו צוגעבינדען צו זיין בעט,
@קהל'ס נער ?
העי! כבין געהעריג אין די סענטער אוו עטטענטשען! ש'נערמאל!

כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעיגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעים איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזעין ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!

yesiknow » פרייטאג יאנואר 6, 2023 12:54 am

· #515123
רביה''ק זי''ע
אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
דער בחור איז דא.... איך האב געמיינט ביסט אין קאלעדזש?

די ביסט אין די קאנקורענץ ביזנעס אויב גלייכסטו צו דינען טהו עס שוין יעצט פארוואס ווארטען.
עפעס קוקט מיר אויס אז די יצרא דע"ז איז ערגעץ אין דיין עריע קוד נישט אומזיסט האט רבה"ק געהאקט אויף קאלעדזשעס והוא רחום יכפר שבת שלום

yesiknow » פרייטאג יאנואר 6, 2023 12:59 am

· #515124
קהל'ס נער
העי! כבין געהעריג אין די סענטער אוו עטטענטשען! ש'נערמאל!

כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעם, איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזען ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!
ווער האט געקוקט אויף די בילדער?
דרך אגב פארוואס ביסטו טאקע קהל'ס נער? שוין צייט זיך נעמען אין די הענט אריין, האסט כאטשיק שיינע קינדער?
ווי איז די גמרא בד"וו?

צוזאמגעדרייט » פרייטאג יאנואר 6, 2023 1:49 am

· #515125
קהל'ס נער
כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעם איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזען ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!
איך גיגל פאר געלעכטער!

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 6, 2023 2:15 am

· #515126
yesiknow
קהל'ס נער
העי! כבין געהעריג אין די סענטער אוו עטטענטשען! ש'נערמאל!

כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעם, איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזען ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!
ווער האט געקוקט אויף די בילדער?
דרך אגב פארוואס ביסטו טאקע קהל'ס נער? שוין צייט זיך נעמען אין די הענט אריין, האסט כאטשיק שיינע קינדער?
ווי איז די גמרא בד"וו?
די גמרא איז אין מסכת גיטין דף נח.
מעיקרא חשיבי דרומאי הוו נקטי בליונא דגושפנקא ומשמשי ערסייהו, מכאן ואילך מייתו בני ישראל ואסרי בכרעי דפורייהו ומשמשי.
טייטש: אמאל פלעגן די חשובע לייט פון רוים הענגען שיינע בילדער נעבן זייער בעטן און אזוי נעטפליקס און טשילן. שפעטער ווען זיי האבן איינגענומען ארץ ישראל האבן זיי אנשטאט בילדער גענומען לעבעדיגע אידישע cute אינגעלעך, זיי צוגעבינדן צו זייערע בעטן, און אזוי געהאט מלנ"ז.

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 6, 2023 4:34 am

· #515133
[ציטאט אראפגענומען]
שו"ת חתם סופר, יורה דעה סימן רלו
עיין שם

Tachlis » פרייטאג יאנואר 6, 2023 11:40 am

· #515141
יישר כח @שמן למאור פאר די לינק, די עולם איז שווערליך צומישט איבער יעדע זאך וואס האט צו טון מיט הר הבית, יעדער איינער וואס גייט צום כותל ווערט סא עמאשענעל ווייל דא פלעגן יידן גיין מקריב זיין קרבנות... העי.. אפשר הערסטו אויף צו וויינען און ביסט אליין מקריב א קרבן?... נע.. איך זע דיר עפעס אויס ווי א רעפארמע פרוי???

אויב קרבנות איז א זאך וואס איז אזוי חשוב (סהאט אין זיך מער ווי איין פון די 613 מצוות) דארף ווען יעדער איינער עס זוכן צו טון, נאר די עולם ווייסט עפעס אז נאר מתנחלים מיט לאנגע פאניס טוען די מינע זאכן,
אלע פרומע יידן וואס מאכן זיכער אז שבת זאל נישט זיין קיין שום טיש וואס האט א אינטש אן קיין טישטעך זאלן ליבערשט זען צו טון מצוות דאורייתא'ס,

סא אפשר אזא שטיקל חתם סופר וועט שוין מאכן אז מענטשן זאלן כאפן וואס קרבן פסח איז (אדער אפשר וועלן זיי אנפאנגען האלטן אז די חתם סופר איז געווען א מתנחל... אויך נישט אזוי שלעכט)

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 6, 2023 1:42 pm

· #515147
לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ אפילו אומר לך על ימין שהיא שמאל וכו׳ איז דאכצעכמער אויך א ״דאורייתא״

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 6, 2023 2:08 pm

· #515148
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ערשטנס, דער קרבן פסח וואס די ציונים מאכן אין מדינת ישראל איז שוין פסול מעיקרא. צווייטנס, פון וואו 'עט מען נעמען אזויפיהל רויטע קוען מטהר צו זיין גאנץ כלל ישראל? ווייל ס'וועט שוין זיין נאך תחיית המתים, און א פאר הונדערט מיליאן אידן (נישט קיין ציונים) וועלן דארפן געשפריצט ווערן מיט די אפר הפרה. איך גלייב נישט אז איין קוה קען געבן אזויפיהל אש. פארשטייצעך אז נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני וועלן געשפריצט ווערן דורך ביידע סאטמאר'ע רעבעס. מהר"א קר"י און מהרז"ל קר"י/ומלפנים אבדק"ק ווילאמ-פעסט יצ"ו. אויך נאר די וועלכע משיח (נישט דער חב"ד'סקער) וועט אנווייזן מיט זיין/איהר (מיטלסטן) פינגער וועלן האבן די זכייה געשפריצט צו ווערן.

איך און אלע מיינע חברים האלטן אז דער (עכטער) בית המקדש דארף געבויעט צו ווערן אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו. נישט אין די טמא'נע מדינה אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל שר"י עפ"ל...!

Tachlis » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 8:57 pm

· #515168
רביה''ק זי''ע
לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ אפילו אומר לך על ימין שהיא שמאל וכו׳ איז דאכצעכמער אויך א ״דאורייתא״
לא תסור מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאלֶ גייט ארויף אויף די סנהדרין נישט אויף יעדע קליינע מח וואס האט טויזענטער קלענערע מוחות וואס קוקן זיך צו פארגאפט ווי ער עסט געפילטע פיש אן קיין גאפל

(און אפי' אויף עכטע צדיקים (אויב די גלייבסט אין אזאנס) גייט עס נישט ארויף)

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 7, 2023 9:19 pm

· #515171
א. דער רבינו יונה קריגט אויף אייך.

ב. מה נפשך, אויב ביזטו נישט חושש צו תקנות פון רבנים וואס זענען נישט געוועהן אין די סנהדרין דארפסטו אויך נישט חושש זיין צו די איסור במות שלא בזמן הבית און דו האסט א "חיוב דאורייתא" מקריב צו זיין קרבנות אויף א במה אין דיין בעקיארד.

כוואליעס » דינסטאג יאנואר 10, 2023 9:25 am

· #515299
berlbalaguleh
צווייטנס, פון וואו 'עט מען נעמען אזויפיהל רויטע קוען מטהר צו זיין גאנץ כלל ישראל? ווייל ס'וועט שוין זיין נאך תחיית המתים, און א פאר הונדערט מיליאן אידן (נישט קיין ציונים) וועלן דארפן געשפריצט ווערן מיט די אפר הפרה. איך גלייב נישט אז איין קוה קען געבן אזויפיהל אש. פארשטייצעך אז נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני וועלן געשפריצט ווערן דורך ביידע סאטמאר'ע רעבעס. מהר"א קר"י און מהרז"ל קר"י/ומלפנים אבדק"ק ווילאמ-פעסט יצ"ו. אויך נאר די וועלכע משיח (נישט דער חב"ד'סקער) וועט אנווייזן מיט זיין/איהר (מיטלסטן) פינגער וועלן האבן די זכייה געשפריצט צו ווערן.

איך און אלע מיינע חברים האלטן אז דער (עכטער) בית המקדש דארף געבויעט צו ווערן אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו. נישט אין די טמא'נע מדינה אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל שר"י עפ"ל...!
טומאה הותרה בציבור

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:51 am

· #515301
וואס טוט זיך מיט דער קרבן תמיד?

מיין אמת » פרייטאג מערץ 10, 2023 12:27 am

· #518352
רביה''ק זי''ע
אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
און אין דיין בית המקדש וועט אויך זיין פאר מער געטער סא די השפעות טובות זאלן קימען בריווח just kidding

כוואליעס » פרייטאג מערץ 10, 2023 1:20 pm

· #518383
די אמת איז אז איך האב נישט געפענט די אשכול סתם אלס א טעאריע, פאראיאר איז געווען אין די נייעס אז מ'האט געכאפט אפאר מיזרחיסט'ן ארויף גיין אויף די הר הבית מיט שעפסן באהאלטן אונטער זייער קליידער כדי צו מקריב זיין א קרבן פסח, קען זיין אז מיט אתמר אלס שר הביטחון וועט דאס ווערן א לכתחילה

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 10, 2023 4:17 pm

· #518396
כוואליעס
berlbalaguleh
צווייטנס, פון וואו 'עט מען נעמען אזויפיהל רויטע קוען מטהר צו זיין גאנץ כלל ישראל? ווייל ס'וועט שוין זיין נאך תחיית המתים, און א פאר הונדערט מיליאן אידן (נישט קיין ציונים) וועלן דארפן געשפריצט ווערן מיט די אפר הפרה. איך גלייב נישט אז איין קוה קען געבן אזויפיהל אש. פארשטייצעך אז נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני וועלן געשפריצט ווערן דורך ביידע סאטמאר'ע רעבעס. מהר"א קר"י און מהרז"ל קר"י/ומלפנים אבדק"ק ווילאמ-פעסט יצ"ו. אויך נאר די וועלכע משיח (נישט דער חב"ד'סקער) וועט אנווייזן מיט זיין/איהר (מיטלסטן) פינגער וועלן האבן די זכייה געשפריצט צו ווערן.

איך און אלע מיינע חברים האלטן אז דער (עכטער) בית המקדש דארף געבויעט צו ווערן אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו. נישט אין די טמא'נע מדינה אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל שר"י עפ"ל...!
טומאה הותרה בציבור
נישט די טומאת הציונות. פרעג נאר ביי הרב ישראל מ. סופר. און הרב ש.ב. מרגליות...!