וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?
א פרישע פרשה אין לאנדאן ווי נעקסטע וואך דארף פארקומען א קאנצערט פאר פרויען דורך פרויען זינגערינס, אריינגערעכענט ברכה יאפפא פון נ''י, און היימישע רבנים זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע איסור.
דאס איז נישט די ערשטע מאל. אין לעיקוואד איז אויך געווען אזא טומעל א שטיק צייט צוריק.
וואס קוועטשט פאר די רבנים? פארוואס קענען פרויען נישט האבן א כשר'ע אינטערטעיממענט דורך פרומע ערליכע פרויען מיט אלע גדרי צניעות?
https://www.jewishnews.co.uk/bracha-jaffe-concert-ban/Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?
דאס מאל ביסטו נישט גערעכט, עס האט גארנישט מיט די פרויען, שירים שיעורים יוכיח. נאר די רבנים זענען קעגן יעדע פראדאקטיווע געדאנק שוין זייט די מיטלאלטער יארן והדברים ידועים.
דער אמת איז אז די רבנים שטערט עס אפילו ווען עס קומט פאר מענער קאנצערטן, עס שטערט זיי בכלל יעדעס מאל מען קומט זיך צאם פאר ריין אינטערטעינמענט, א ערליכע איד דארף זיך ארום דרייען מיט אן אראפגעלאזטע נאז און זיין באבלאזן אגאנצן טאג אויף די ציונים, לאנגע שייטלעך, דורכזיכטיגע שטרימפ, סמארטפאונס און וואס נישט. אן ערליכע איד טאג נישט סתם הנאה האבן פונעם לעבן! איי די מענטשליכע נאטור איז צו וועלן פארברענגען און הנאה האבן פונעם לעבן? אויף דעם שטעלט מען צו "הייליגע" פארברענגענס. אנשטאט א קאנצערט מאכט מען א באטע. אנשטאט א פוטבול שפיל מאכט מען א כינוס. אנשטאט גיין צו א רעסטוראנט מאכט מען א טיש. אנשטאט מאכן א בארבעקיו מאכט מען א הדלקה לכבוד התנא אלוקי. אנשטאט מאכן א יום הצמאות פייערונג מאכט מען א יום הצלה, אא"וו.
די זאך איז נאר אז אויף פרויען און בחורים האבן זיי נאך א קאנטראל, ווייל די בחורים זענען נאך סטאק אין די מוסדות און שידוכים סיסטעם, און די פרויען זענען על פי רוב זייער תמימות'דיג און זיי קויפן אפ די איסורים פון די רבנים כנתינתן מסיני. ממילא דראפענען זיך נאך די רבנים און פראבירן צו האלטן קאנטראל אויף וואס זיי קענען נאר.
די מענער לאכן שוין פון די רבנים אין די פויסטן, זייער ווארט מיינט שוין גארנישט היינט, א קול קורא פון סאכדעס איז שוין ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית. א מענער קאנצערט איז שוין עפעס וואס איז א נארמאלע אנגענומענע זאך, הגם אין די נישט צו לאנגע פארגאנגענהיים האבן די רבנים פארפירט דערקעגן פונקט אזוי. זע בילד.
📎 Screenshot_20230103-101116_Chrome.jpg
וואס שטערט זיי? אז מ׳פארגינט נישט פאר זיך פארגינט מען נישט פאר א צווייטן, basic psychology.
וואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?
איך גלייך זייער סעיף ג’ פונעם קול קורא, היפאקריטיע נעקסט לעוועל.
ס’הייסט אזוי... א צוזאמקום פון אידן יראים ושלמים איז טריפה, אבער אויב לייגסטו צו א קאלירפולע בעקיטשע אויבנאן איז דאס די מטהר.
אויב אזוי איז דא א פשוטע עצה מ’זאל נעמען עני ליידיגייער פון גאס, אים אנטון די בגדי פרה הידועים, (לכתחילה זאל ער הייסן טייטלבוים, האלבערשטאם, וכדו’) אים זעצן אויפן אויבנאן און הכל על מקומו יבא בשלום
היסטאריעוואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
אן קיין וויין אדער ביי א סעודה? א רמ"א גלייך נאך הלכות תשעה באב.
סבא דבהתאאיך גלייך זייער סעיף ג’ פונעם קול קורא, היפאקריטיע נעקסט לעוועל.
ס’הייסט אזוי... א צוזאמקום פון אידן יראים ושלמים איז טריפה, אבער אויב לייגסטו צו א קאלירפולע בעקיטשע אויבנאן איז דאס די מטהר.
אויב אזוי איז דא א פשוטע עצה מ’זאל נעמען עני ליידיגייער פון גאס, אים אנטון די בגדי פרה הידועים, (לכתחילה זאל ער הייסן טייטלבוים, האלבערשטאם, וכדו’) אים זעצן אויפן אויבנאן און הכל על מקומו יבא בשלום
איך טראכט יעצט אז אפשר פון דא שטאמט טאקע דער מנהג און די זינגערס טוען זיך אן קאלירטע גלאנצעדיגע בעקיטשעס ביי די קאנצערטן, אזוי איז עס מותר לכתחילה!
היסטאריעוואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
ביז מען זאל ווארטן? ביז די טו סטעיט סעלושען?
Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?
היסטאריעוואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
ר' היסטאריע איר זעהט מיר אויס צו זיין א גאר תמימות'דיגע איד. הייסט דאס דו האלטסט אז דער עולם מאכט א חילוק וואס איז (באמת) אסור און מותר?
מיר לעבן אין א גרויסע פורים שפיל.
איך פרעג נאר אזוי, וואס דער היתר איז. איך פארשטיי אז דער קול קורא האט גארנישט מיט דעם, זיי האבען אנדערע סארט פראבלעמען, ווי צ.ב.ש. אויב מען וועט זיך צוזאמען קומען די פרויען אליין, וועלען זיי ווערען זעלבסטשטענדיג, און נישט וועלען זיין אזוי אינטערטעניג צו די מענער און די רבנים. דער זעלבער ליגט אונטער דער איסור אויף דער פרויען פראגראם פין דער בני יואל אין מאנרא, ווייל עס לערנט אויס די פרויען אז זיי זענען אויך מענטשען, קענען אויך הנאה פין לעבען אויף דער אייגענער האנט.
דער גאנצער מהלך, אונז קענען חוזק מאכען פין היינט ביז מארגען, איז גראדע אינטעגראל צו חריידיזים, און איך פארשטיי די רבנים אויף הונדרעט פראצענט.
און אלע מדינות וואס מען האט אדורך געבראכן דיקטאטור, איז עס געקומען פין דעם וואס מען האט געגעבען פרויען רעכטען, ווען פרויען באקומען רעכטען, און ווערען זעלבסשטענדיג, פארלירען דער מענער דער געפיל פין זיין דער אויבערהאר, און זיי ווערען אויך היבש אויפגעקלערט, און ווען מענער באציען זיך צו פרויען ווי מענטשען, נישט ווי אזעלכע וואס ברויכען זיין אינטערטעניג צו זיי, עקספעקטען די מענער דער זעלבער פין די רבנים און אנדערע סארט קנארקערס קאקערס און אויבערהארען וואס עקזיסטירען ביי אונז, און זענען נישט אינטערטעניג מער צו די רעביס און די מנהיגים.
די מנהיגים שיווערען און ציטערען אין די גאטשעס פין יעדער שינוי וואס זיי חלומ'ן נאר קען זיי צונעמען זייער בעלות אויף דער ציבור. אפילו א בת עין און ר' שעי'לע קערעסטירער צו דער ריבניצער, איז פאר זיי א מורא'דיגער שרעקליכע דראונג, ווייל עס מאכט אז דער חלק גלויביגער מענטשען, וואס קומען צו זיי בעטען פאר ישועות, אפילו זיי ווערען פארלוירען צו די טויטע, און דערפאר האקען זיי במישרים ובעקיפין אויף אלע סארט מיסטישע ישועות און סגולות וואס עולם גולם קען זיך אנכאפען, ווייל מען נעמט זיי צו זייער געווער, עס איז ממש בבחינת ויגזול את החנית מיד המצרי, זיי ווילען אז מען זאל נאר גלייבען אין זייערע הבלים, און נישט חלילה אין די הבלים פין א צווייטער.
בקיצור, געבען די מענער דער "אחריות" פין די פרויען, איז גאר א וויכטיגער טאקטיק פין אונזערע חריידישע מהלך, אזוי לערנט מען אויס די מענער צו זיין רשעים, און מען איז מסכים אויף אנדערע רשעות, ווייל אזוי גייט עס, מען רעדט אונז איין אז פרויען זענען ל"ע משוגעים און חסרי הדעת, אזוי אז מען בארעכטיגט די רשעות. דער חינוך פין די מיידלעך ווייטער, גייט אויף דער מהלך פין זיי איינרעדען אז זיי זענען שולדיג אין מעורר זיין תאוות אין מענער, און דערפאר דארפען זיי אכטונג געבען נישט ארויס צו געבען זייער תאווה צו ווערען "געזעהן", און אנדערע געוועהנליכע פרויע'שע רצונות וואס זיי זענען נארטירלעך געבוירען מיט. דאס אלעס דארפען זיי סופרעסען, אזוי אז זיי זאלען טאקע זיין צומישטע ברואים, און די מענער וועלען קענען טוהן מיט זיי כרצונם, און די רבנים וועלען קענען פירען די מענער כרצונם, והכל על מקומו יבא בשלום.
ממילא ווען אפאר פרויען הייבען אהן מאכען קאנצערטען, און זיי ווערען זעלבסט שטענדיג, איז עס באמת א סתירה צו אונזער מהלך אין אידישקייט. עס איז נישט קיין משוגעת.
פרויען טארן נישט באשטעלן לאנטש אויף אובער איטס, זען א אייניקל ווידיאו אויף וואטסעפפ, ווער רעדט נאך פון דרייווען א קאר. זיי זענען וואקענדיגע רחמים וואס ברויכן זען צו פאפן וואס מער בעביס כדי די נחת מאשין זאל ארבעטען וואס בעסער און שענער.
און גיין אנגעטון מיט הענגעדיגע שמאטעס. און פארדרייטע (אף סענטער) קורצע, שמוציגע שייטלעך, רח"ל. נישט געמאכט (ח"ו) פון היומען העיר. לויט געוויסע העיליגע רעביצינס...!
זיי האבן מורא אז זיי פארלירן קאנטראל.
ששון ושמחהא פרישע פרשה אין לאנדאן ווי נעקסטע וואך דארף פארקומען א קאנצערט פאר פרויען דורך פרויען זינגערינס, אריינגערעכענט ברכה יאפפא פון נ''י, און היימישע רבנים זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע איסור.
דאס איז נישט די ערשטע מאל. אין לעיקוואד איז אויך געווען אזא טומעל א שטיק צייט צוריק.
וואס קוועטשט פאר די רבנים? פארוואס קענען פרויען נישט האבן א כשר'ע אינטערטעיממענט דורך פרומע ערליכע פרויען מיט אלע גדרי צניעות?
כ'פארשטיי נישט פארוואס ווען אפאר רבנים זאגן עפעס מיינט עס אז "זיי" און אלע רבנים האבן אפגעמאכט עפעס.
כ'זאג נישט אז זיי זענען גערעכט, אבער ס'איז נישט "רבנים" נאר עס איז אפאר אינדווידיאלן וואס פארמאגן רבני'שע טיטלען.
ליידער אין אונזער סאסייעטי ווייסט מען נאר ווער עס אסר'ט און נישט ווער ס'כשר'ט.
היסטאריעוואס איז טאקע דער היתר צו הערן מוזיק אין גלות?
ווער לאזט דיך נישט גיין קיין ישראל?
וועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
שמעקעדיגוועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
ביזטו בכלל אמאל געוועהן אין ישראל?
אוי דערמאנסטו מיך א זיסע מעשה. געוועהן אמאל א בחור וואס זיין טאטע האט איהם געשיקט לערנען אין ישיבת מיר, ווי פילע אנדערע בחורים איז ער געווארן פארנומען דארט מיט זייער וויכטיגע זאכן און האט נישט אריינגעטרויטן אין ישיבה ווי גרויס די יאר איז, מ'האפט אז אין דירה האט ער כאטש געלייגט תפילין פון צייט צו צייט. זיין טאטע האט באקומען די גוטע גריסן און איין טאג בעצם יום טוב חנוכה האט ער זיך באוויזן אין ירושלים און ער פרעגט זיין זוהן צו ער קען איהם ארומווייזן אין ישיבה... אינגאנצן פארלוירן רופט דער בחור אן א חבר און פרעגט איהם די אדרעס פון ישיבה, ממש מיט נסים האט ער עס געטראפן, ער דרייט זיך ארום מיט זיין טאטע און ווייזט איהם אן וואו ער לערנט כלומרשט, וועלכע חבורה ער לערנט, א.א.וו. אלעס איז געגאנגען געשמירט ביז... דעם נעקסטן צופריה ווען דער בחור איז געגאנגען מיט זיין טאטע אין שטיבלאך צום ערשטן מאל אין זיי לעבן און מ'האט געזאגט ברכת כהנים ביים דאווענען און דער בחור איז געווארן אביסל צומישט, גיבט ער א שושקע איבער צו זיין טאטע "אה, כ'האב פארגעסן דיך צו זאגן אז אין ארץ ישראל דוכנ'ט מען אום חנוכה..."
שמעקעדיגוועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
די סיבה פארוואס מען שפילט נישט קיין מוזיק אין ירושלים האט גארנישט מיט גלות, ס'איז א תקנה אין ירושלים פון די לעצטע הונדרעט אדער 200 יאר, און די סיבה דערצו איז ווייל ס'פלעיגט זיין געמישטע חתונות האט מען גע'אסרט מיוזיק כדי די פרויען זאלן נישט אריינקימען צי די מענער, אז ס'זאל נישט זיין אינטערעסאנט.
אן אריינגיין צו די פראבלעים איז טאקע א פראבלעים, און צו די עצה איז טאקע א גיטע עצה, האט עס זיכער קיין שייכות מיט גלות.
[ציטאט אראפגענומען]
וואטעווער, כ'האב געוואלט ארויסברענגען א נקודה, והבן.
קהל'ס נער שמעקעדיגוועלכע ישראל רעדסטו פון? דארט וואו מען האט נישט קיין מוזיק אפילו ביי חתונות?...
די סיבה פארוואס מען שפילט נישט קיין מוזיק אין ירושלים האט גארנישט מיט גלות, ס'איז א תקנה אין ירושלים פון די לעצטע הונדרעט אדער 200 יאר, און די סיבה דערצו איז ווייל ס'פלעיגט זיין געמישטע חתונות האט מען גע'אסרט מיוזיק כדי די פרויען זאלן נישט אריינקימען צי די מענער, אז ס'זאל נישט זיין אינטערעסאנט.
אן אריינגיין צו די פראבלעים איז טאקע א פראבלעים, און צו די עצה איז טאקע א גיטע עצה, האט עס זיכער קיין שייכות מיט גלות.
כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא מעשה, איך האב יא געהערט אז ס'האט מיט'ן חורבן ביהמ"ק.
האט נאך איינער געהערט אז ס'האט מיט תערובות?
שמן למאור
די מענער לאכן שוין פון די רבנים אין די פויסטן, זייער ווארט מיינט שוין גארנישט היינט, א קול קורא פון סאכדעס איז שוין ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית. א מענער קאנצערט איז שוין עפעס וואס איז א נארמאלע אנגענומענע זאך, הגם אין די נישט צו לאנגע פארגאנגענהיים האבן די רבנים פארפירט דערקעגן פונקט אזוי. זע בילד.
לעצטנס האט מיר א איד פארציילט אז יום טוב עהרליך האט געמאכט א קאנצערט חול המועד אין וויליאמסבורג אין די סקול אויף קיעפ סטריט פאר מענער און פרויען (אויף צוויי באזונדערע גאלעריען פארשטייצעך)
אינטערעסאנט אז התאחדות האט נאכנישט געוויסט דעמאלט פון די איסור פון "ישראל אל תשמח אל גיל כעמים",
Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?
ווער זאגט אז ס'האט טאקע געטויגט אפשר פארדעם האט מען אנגעפאנגען אסר'ן?
שערי יושרווער זאגט אז ס'האט טאקע געטויגט אפשר פארדעם האט מען אנגעפאנגען אסר'ן?
יא, מיין זיידע האט דעמאלטס זיך פארמיאוס'ט אין מיין באבע און איר אנגעהויבן פייניגן
Re: וואס שטערט זיי די פרויען קאנצערטס?
צקון לחש שערי יושרווער זאגט אז ס'האט טאקע געטויגט אפשר פארדעם האט מען אנגעפאנגען אסר'ן?
יא, מיין זיידע האט דעמאלטס זיך פארמיאוס'ט אין מיין באבע און איר אנגעהויבן פייניגן
[emoji1787][emoji1787]
צקון לחש שערי יושרווער זאגט אז ס'האט טאקע געטויגט אפשר פארדעם האט מען אנגעפאנגען אסר'ן?
יא, מיין זיידע האט דעמאלטס זיך פארמיאוס'ט אין מיין באבע און איר אנגעהויבן פייניגן
נו, פשוט מקיים געווען התאחדות קול קורא, ישראל אל תשמחו בגיל...