☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער

דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15749
בלאט: 1 2 3 4

דונג » מאנטאג יאנואר 2, 2023 7:13 pm

· #514922
היסטאריע
דונג
לפי השמיעה האט ר' יעקב מאיר נישט קיין רעכטער ממלא מקום לעתיד.
נו, פיר אויס. אויף וואס איז די מדובר?
דער אייניקעל וויל ער זאל זיין דער ממלא מקום, און די גבאים ווילען נישט אים?
ניין, סתם, ס'איז נישטא קיין ממלא מקום פאר זיין קהילה אין פלאן.

דונג » מאנטאג יאנואר 2, 2023 7:15 pm

· #514923
[ציטאט אראפגענומען]
יעדע קהילה וואס זיי האבן אין די היסטאריע, האט זיך אויסגעלאזט אן א ממשיך.
און ס'האט זיך געעפענט א פרישע, און יענס איז אויך געבליבן אן א ממשיך.

היסטאריע » מאנטאג יאנואר 2, 2023 7:53 pm

· #514926
דער בית המדרש און מוסדות באלאנגען צו רי"מ, אדער עס איז נאך געוועהן א בית המדרש פין פריער?

ווער איז דער זארגער פין די בריוו?

Nanach » מאנטאג יאנואר 2, 2023 8:16 pm

· #514928
דונג
היסטאריע
דונג
לפי השמיעה האט ר' יעקב מאיר נישט קיין רעכטער ממלא מקום לעתיד.
נו, פיר אויס. אויף וואס איז די מדובר?
דער אייניקעל וויל ער זאל זיין דער ממלא מקום, און די גבאים ווילען נישט אים?
ניין, סתם, ס'איז נישטא קיין ממלא מקום פאר זיין קהילה אין פלאן.
פאר די קהילה איז יא דא א ממשיך לכאורה (אומאפציעל) ר שאול סירוטה, אבער דאס איז נאר פאר די קהילה, נישט פאר די וועלט

דונג » מאנטאג יאנואר 2, 2023 11:20 pm

· #514945
נו וואס איז ליבערשט, אז דער רבי זאל הייסן די גבאים וואס צוטון, אדער די גבאים זאלן זאגן די רבי וואס צוטן?
דער וואס לאזט זיך נישט פון די גבאים, דער איז ראוי צו ווערן גערופען א מנהיג. אפגעזען צו ער איז א יוד צו א גוי

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 3, 2023 12:15 pm

· #514954
בארואיגן זיך ביטע. מען ווייסט נישט דער מעשה דא.

מיליאנער » דינסטאג יאנואר 3, 2023 1:19 pm

· #514962
[ציטאט אראפגענומען]
I don't get it. אויב וויל די זיידע זיין מיט זיינע קינדער און געוויסע מענטשן לאזן אים נישט איז דאך עס א געהעריגע קינדנעפינג. ווי קומט דא אריין בזיון?

תוכו כברו » דינסטאג יאנואר 3, 2023 4:52 pm

· #514974
signout
יוסף דוד שעכער איז פין די גרויסע אנטי קאמאן קאר עסקנים אין פין די גרויסע אנדרייער אז ס'דא צענדליגע טויזענטער בחורים פארכפאט בכפי' וועגן גזירות גיוס - ער האט אויך אויפגעטרעטן ביי בארקלעי כינוס קעגן גיוס - א מערכה וואס די זאלי עסטעבלישמענט שעמט זיך היינט דערמיט
ער האט די שטיצע פין די סוקרוקים / רעכט געשטומטע זאליס, אין שפיץ פין ר' משה וואלף זארגער די דיין פין די זאליס אין ירושלים מגדולי אוסרי קאמאן קאר, וועלכע האט געגבן די היתר אריינצוטראגען א קלאגע אין ציוניסטישע פעמילי קארט אוועקצונעמן ר' יעקב מאיר פין די גבאים

די זאליס עסטעבלישמענט מיטן רבין אינאיינעם, וועלכע איז היינט שטארק לינק געשטומט האט זיכער געמאכט מיט די גבאים אז דער א''ד אייניקעל קען נישט באקומען קיין חתימה קעגן קאמאן קאר אזווי זיי האבען באקומען פין קאלמאנאווישט אין אנדערע סוקרוקישע רבנים,

לכבוד דעם האבען די גבאים עקסטרעם שטארקע בעקינג פין די זאליס
אין די אייניקלעך האבען בעקינג פין די סוקרוקים

אלעס ווענד זיך אין קאמאן קאר אין קריטיקעל טינקינג....
קפ
כ'ווייס נישט אויב דיין פלפול איז ריכטיג, אבער די טריקענע מציאות איז טאקע אזוי: ר' זלמן לייב שטיצט די גבאים, און די ירושלימ'ע קנאים - סיקריקים שטיצן די אייניקלעך...
#אבי נישט צווישן אידן...

טינט פען » דינסטאג יאנואר 3, 2023 5:11 pm

· #514976
דונג
טינט פען
האט איינער די קליפ וואס די אייניקלעך האבן ארויסגעגעבן ?
אוי האסטו מיר געמאכט לאכן...
היינט איז אלעס מעגליך... און קען זיין מ'גייט עס בקרוב איבערשפילען...
וואס מיינסטו צו זאגן?

מתבודד » דינסטאג יאנואר 3, 2023 6:19 pm

· #514980
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]
I don't get it. אויב וויל די זיידע זיין מיט זיינע קינדער און געוויסע מענטשן לאזן אים נישט איז דאך עס א געהעריגע קינדנעפינג. ווי קומט דא אריין בזיון?
געווארן עפעס א נייער משוגעת היינט אז א אדמו''ר צו סיי וועלכע אנדערע איש ציבור ווערט אפגעהאקט פון זיין פריוואטער לעבן, נישט נאר לגבי די קינדער און אייניקלעך נאר זיין רצון כלפי אנדערע פרטים אין זיין לעבן איז גארנישט ווערט אויב ס'איז נישט לרצון פון די גבאים אדער אויב האלט מען אז ס'גייט נישט זיין לתפארת החסידות.

האסטו דא אן אלטן איד, געווארן א משפיע צוליב זיין גדלות, און געענדיגט. זיין אייגענע רצון לגבי ''זיין'' לעבן, לגבי ''זיינע'' אייניקלעך איז שוין נישט נוגע אויב וועט ארויסקומען דורך דעם א 'בזיון לעיני כל העולם'.

מיליאנער » דינסטאג יאנואר 3, 2023 7:59 pm

· #514991
פון איין זייט שרייסטו אז מ'קען נישט וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען און א סעקונדע שפעטער באשולדיגסטו די קינדער אין מחלל זיין שם שמים, זאג, דו ווייסט וואס דארט איז פארגעגאנגען אדער נישט?

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 3, 2023 8:30 pm

· #514996
אבער דאס איז נישט קיין תירוץ צו טוען אזעלכע אקטן וואס שאפן בזיונות פארן זיידן בחוצות וברחובות. יא, די חילול השם ובזיון הקודש האבן די אייניקלעך געטוהן
טרייבסט איבער. נישט קיין חילול השם. נישט קיין בזיון הקודש.

פארוואס קען ער נישט זיין אליין? פארוואס איז עס אדער ביי די אייניקלעך, אדער ביי גבאים?

מתבודד » דינסטאג יאנואר 3, 2023 9:11 pm

· #515000
בזיונות איז ווען מ'לאזט נישט צו א מענטשנ'ס קינדער און אייניקלעך צו אים, צוליב נארישע סיבות פון כבוד און געלט. בזיונות און רשעות.

לאמיר זאגן » דינסטאג יאנואר 3, 2023 9:37 pm

· #515001
[ציטאט אראפגענומען]
דו ביזסט 'אליין' געווען דארט פאר פינף און צוואנציג יאר צוריק... דו אליין האסט אפילו נישט געוואוסט צו ער האט קינדער... פשי, א מין קלארקייט דאס.

#חילול ה'

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 3, 2023 11:42 pm

· #515014
תכלית
לאמיר רעדן וועגען דער עלעפאנט אין די שטוב.
די געלט.

מען רעדט וועגען קאנטראלען דער געלט וואס קומט אריין. וואספארע געלט רעדט מען דא? קוויטעל געלט? מוסדות געלט? און ווער וויל עס, די גבאים צו די אייניקלעך!! הייסט עס מענטשען קומען אריין און געבען געלט פאר א צדיק און גלייבען אז ער וועט זיי עפעס געבען אין עקסטזענדזש, און דערווייל טוט זיך אפ א וועלט מחלוקת צו דער גבאי זאל עס שפענדען אדער דער אייניקעל. אפשר איז דא טאקע יא א בזיון הקודש.

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 4, 2023 12:09 am

· #515018
איינער וואס גייט אסאך צו רי"מ זאגט מיר אז ער האט עטליכע מאל געוואלט גיבן א טיפ פאר די גבאים אבער זיי האבן בשו"א נישט געוואלט נעמען.
א צווייטער האט צוגעלייגט אז דאס איז געווען א תנאי ווען מ'האט זיי אויפגענומען, אז זיי טארן נישט נעמען קיין געלט.

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך יאנואר 4, 2023 7:02 am

· #515030
גערעכט זענען די אייניקלעך. אז מענטשען זענען גרייט צו באווארפן מיט געלט, פארוואס זאלן זיי נישט מאכן א פאמיליע ביזנעס דערפון.
געהערט אמאל א מעשה, א ראש הקהל אין א רב זענען ביידע געשטארבן און געלאזט יורשים. ווען די יורשים האבן זיך געטראפן האט די נייע ראש הקהל יורש געזאגט פארן נייע רב, מיין טאטע האט מיר געלאזט א גרויסע ירושה אבער וואס האט דיין טאטע דיר געלאזט? האט דער נייע רב גענטפערט, דיין טאטע האט דיר געלאזט קיען און די קענסט זיי מעלקען און טאקע פארקויפן די מילך און מאכן געלט, אבער מיין טאטע האט מיר געלאזט קיען וואס מ׳דארף זיי נישט מעלקען. זיי קומען אליינס און ברענגן די געלט. לעינינינו, אז די קיען ברענגען געלט, פארוואס זאלן זי אייניקלעך נישט מאכן א ביזנעס דערפון?

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 4, 2023 7:56 am

· #515034
[ציטאט אראפגענומען]
זעהט אויס אז דער פייט ענדעלט דער מעשה מיט דער קאטשקע וואס האט געלייגט גאלדענע אייער.

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 4, 2023 10:01 am

· #515037
https://twitter.com/hasidic_1/status/1610350097946279937?t=8oqNkygw3QuPbZhArQtabA&s=08

איינער ווייסט פארוואס די גבאים האבען נישט אריין געלאזט די אייניקלעך? געלט זעהט נישט אויס צו זיין דער סיבה.

סאשי פיש » מיטוואך יאנואר 4, 2023 1:04 pm

· #515041
Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער
איינער ווייסט פארוואס היסטאריע האט געשריבן האלב תגובות פון די אשכול?

געלט זעט אויס צו זיין די סיבה

signout » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 1:42 pm

· #515089
למעשה האבען די אייניקלעך דערווייל פול קאנטראל, אין באקומען גרויסע פאנדן פין די סוקרוקישע נגידים פין ניו יארק, מאנטריאל אין לאנדאן, ווי לענגער זיי סוקסעסורן זעהט מען שוואכערע מעגליכקייטן פאר די גבאים צירוקצוכאפען קאנטראל, חוץ אויב זיי וועלן פאלן פאר די פיס פין די קינדער אין מאכען א גיטע הסכם לטובתם - א זאך וואס איז זיי דערווייל נישט געלונגן

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 5:54 pm

· #515102
סאשי פיש
איינער ווייסט פארוואס היסטאריע האט געשריבן האלב תגובות פון די אשכול?

געלט זעט אויס צו זיין די סיבה
זעהט אויס די פארשטיקענע פיש האט געהאט גלגול מחילות דורך פרנס.

פרנס החודש » דאנערשטאג יאנואר 5, 2023 7:36 pm

· #515108
Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער
היסטאריע
סאשי פיש
איינער ווייסט פארוואס היסטאריע האט געשריבן האלב תגובות פון די אשכול?

געלט זעט אויס צו זיין די סיבה
זעהט אויס די פארשטיקענע פיש האט געהאט גלגול מחילות דורך פרנס.
Wow

דאס איז נישט מיך » זונטאג יאנואר 15, 2023 6:03 am

· #515615
אפאר בריווען וואס דרייען זיך ארום
איך נעם נישט קיין אחריות
📎 IMG_20230115_125625_582.jpg 📎 IMG_20230115_125636_359.jpg 📎 IMG_20230115_125702_328.jpg 📎 IMG_20230115_125711_978.jpg

אינטערסאנטער » דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:25 am

· #515787
די בילדער פון רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביי די שמחות פון די אייניקלעך שרייט אז עס איז ווערט געווען די אקציע פון די אייניקלעך.

עס גייט מיך ווייניג אן צו די אייניקלעך האבן יא געמיינט געלט אויך אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז נישט דאס איז געווען זייער עיקר ציל, (און אפילו אויב יא האו קערס), נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די געלעגנהייט צו פארברענגען מיט'ן זיידן. אדרבה עס איז נישט געווען קיין שום בילדער די לעצטע פאר יאר פון סיי וועלכע פארברענג מיט'ן זיידן, סיי וועלכע שמחת הבר מצוה, תנאים, חתונה פון אן אייניקל, ביי פורים סעודות וכדומה זענען די קינדער פון די גבאים געזיצן מיט רבי יעקב מאיר אנשטאט די אייניקלעך. הישמע כזאת?

נישט נאר דאס, יעצט שטעלט זיך ארויס, אז די גבאים האבן איבערגעשריבן אלעס אויף זייער נאמען, אפילו די הויז פון רבי יעקב מאיר איז אויף זייער נאמען, רי"מ מיז זיצן ביי אן אייניקל אינדערהיים ווייל פרעמדע מענטשן הנקרא גבאים האבן אוועקגעכאפט זיין אייגענע דירה.

גוט האבן די אייניקלעך געטוהן, יעצט האבן זיי די זכי' צו פארברענגן מיט זייער זיידע בערוב ימיו און דער זיידע שעפט נחת.

טינט פען » פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:29 am

· #515950
אינטערסאנטער

די גבאים האבן דען ארויסגעווארפן רבי יעקב מאיר? ווי זענען געווען די קינדער די לעצטע אכציג יאר? ווער האט זיך געזארגט פאר רבי יעקב מאיר אלע יארן?
איך זאג נישט, עס איז זיינע קינדער, אבער ווי זענען זיי געווען ביז היצטערט?

דאס איז נישט מיך » מוצ"ש יאנואר 21, 2023 2:30 pm

· #515986
.
📎 IMG_20230121_212836_395.jpg

דאס איז נישט מיך » מוצ"ש יאנואר 21, 2023 6:10 pm

· #515987
וויירשיינדליך איז די צעטיל פאלטש

signout » זונטאג יאנואר 22, 2023 4:55 pm

· #516052
דאס איז נישט מיך
וויירשיינדליך איז די צעטיל פאלטש
די אייניקלעך זאגען אז ס'קומט פין די גבאים וואס ווילן מאכען די מצב אז ער דארף צוקומען צו זייער מעדיקאל קעיר

נחום הסופר » זונטאג יאנואר 22, 2023 7:00 pm

· #516063
דערווייל ווייזען די בילדער און קליפס אז ער איז געזונט און פריש

אינטערסאנטער » מיטוואך יאנואר 25, 2023 9:30 pm

· #516256
טינט פען
אינטערסאנטער
גוט האבן די אייניקלעך געטוהן, יעצט האבן זיי די זכי' צו פארברענגן מיט זייער זיידע בערוב ימיו און דער זיידע שעפט נחת.
די גבאים האבן דען ארויסגעווארפן רבי יעקב מאיר? ווי זענען געווען די קינדער די לעצטע אכציג יאר? ווער האט זיך געזארגט פאר רבי יעקב מאיר אלע יארן?
איך זאג נישט, עס איז זיינע קינדער, אבער ווי זענען זיי געווען ביז היצטערט?
ווי די קינדער זענען געווען? אויף די גאס ווייל מען האט זיי נישט אריינגעלאזט, פשוט און גראד, יעצט איז ער ביי די קינדער און עס פעלט אים גארנישט. מען האט אויפגענומען נייע גבאים וואס לאזן אריין די קינדער כסדר, און רבי יעקב מאיר שעפט נחת, און ער האט ווייטער מענטשן וואס נעמען קעיר פון אים.

דוראק » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 7:46 pm

· #516557
רביה''ק זי''ע
דאס איז דאס גאנצע... שוין, ווייס איך דאך יא וואס איך רעד...
אין חדר פלעגט מען דערציילן, אַז יאָסל איז צו צום רבי׳ן און פאַר עם געקלאָגט זיך איבער מאָטל׳ען, אַז ער האָט געוואָלט עם שלאָגן. פרעגט עם דער רבי, „פון וואַנענט ווייסטו אַז ער האָט דיר געוואָלט שלאָגן?” ענטפערט יענער „ווײלע ער האָט מיר געשלאָגן בפועל ממש...”

ולענייננו, פון וואַנענט ווייס מען אַז פּוטין וויל אײננעמען אוקרײנע? ווײלע ער איז בפועל ממש אָנגעפאַלן אויף אוקרײנע און האָט שוין אָפיציעל אַנעקצירט חערסאָן איידער ער האָט געמוזט אַרויסצוגיין מיט בושות.

במאמר המוסגר, איך וואָלט שטאַרק מייעץ זײן ר׳ רבינו הקדוש (וואָס רעדט מסתמא ניט קיין רוסיש צי אוקרײניש), ניט צו זאָגן אַ דיעה איבער זאַכן אין וועלכע ער האָט ניט קיין הבנה.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 9:40 pm

· #516558
דוראק
במאמר המוסגר, איך וואָלט שטאַרק מייעץ זײן ר׳ רבינו הקדוש (וואָס רעדט מסתמא ניט קיין רוסיש צי אוקרײניש), ניט צו זאָגן אַ דיעה איבער זאַכן אין וועלכע ער האָט ניט קיין הבנה.
מעגליך אז דו אליין פירסט זיך אזוי אבער ווען אלע וואלט זיך אזוי געפירט וואלט מען געקענט פארשפארן דעם גאנצן סייט...

דוראק » פרייטאג פעברואר 3, 2023 8:32 am

· #516565
רביה''ק זי''ע
דוראק
במאמר המוסגר, איך וואָלט שטאַרק מייעץ זײן ר׳ רבינו הקדוש (וואָס רעדט מסתמא ניט קיין רוסיש צי אוקרײניש), ניט צו זאָגן אַ דיעה איבער זאַכן אין וועלכע ער האָט ניט קיין הבנה.
מעגליך אז דו אליין פירסט זיך אזוי אבער ווען אלע וואלט זיך אזוי געפירט וואלט מען געקענט פארשפארן דעם גאנצן סייט...
ר׳ איד, איך רעד סײ רוסיש סײ אוקרײניש. איך בין געווען סײ אין זאַפּאָראָזשיע סײ אין מאָסקווע סײ אין קיעוו סײ אין דניעפּער סײ אין וויניצאַ וכו׳, איר רעדט וועגן זאַכן אין וועלכע איר הויבט ניט אָן צו פאַרשטיין.

קורקלענד » פרייטאג פעברואר 3, 2023 10:55 am

· #516568
זענען איינער פון די אויסגערעכנטע ערטער אין מזרח אוקריינא?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 3, 2023 11:12 am

· #516569
דוראק
ולענייננו, פון וואַנענט ווייס מען אַז פּוטין וויל אײננעמען אוקרײנע? ווײלע ער איז בפועל ממש אָנגעפאַלן אויף אוקרײנע און האָט שוין אָפיציעל אַנעקצירט חערסאָן איידער ער האָט געמוזט אַרויסצוגיין מיט בושות.
איך ווייס נישט פארוואס כ'האב פארזעהן דעם שורה, ווי ווייט איך ווייס וויל נישט רוסלאנד אנעקסירן אוקראינע, זיי ווילן נאר אריין אנ'מזיק'ן דאס לאנד למען ישמעו ויראו און אריינשטעלן א פאפעט סטעיט, אקוראט די זעלבע זאך וואס אמעריקע וויל פון אוקראינע... און וואס זיי האבן געוואלט פון וויעטנאם, עיראק, און וועם נישט...

דוראק » פרייטאג פעברואר 3, 2023 3:01 pm

· #516577
קורקלענד
זענען איינער פון די אויסגערעכנטע ערטער אין מזרח אוקריינא?
זאַפּאָראָזשיע און דניעפּער זײנען ביידע אין מזרח.

דוראק » פרייטאג פעברואר 3, 2023 3:11 pm

· #516579
רביה''ק זי''ע
דוראק
ולענייננו, פון וואַנענט ווייס מען אַז פּוטין וויל אײננעמען אוקרײנע? ווײלע ער איז בפועל ממש אָנגעפאַלן אויף אוקרײנע און האָט שוין אָפיציעל אַנעקצירט חערסאָן איידער ער האָט געמוזט אַרויסצוגיין מיט בושות.
איך ווייס נישט פארוואס כ'האב פארזעהן דעם שורה, ווי ווייט איך ווייס וויל נישט רוסלאנד אנעקסירן אוקראינע, זיי ווילן נאר אריין אנ'מזיק'ן דאס לאנד למען ישמעו ויראו און אריינשטעלן א פאפעט סטעיט, אקוראט די זעלבע זאך וואס אמעריקע וויל פון אוקראינע... און וואס זיי האבן געוואלט פון וויעטנאם, עיראק, און וועם נישט...
„אַקוראַט די זעלבע זאַך וואָס אַמעריקע וויל פון אוקראַינע”. לאָל.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 4, 2023 9:19 pm

· #516586
דוראק: שלום עליכם. שוין לאנג ניט געהערט פון דיר, כ'האב געמיינט אז דו ביסט צוריקגעפארן פייטן אין פוטינ'ס ארמיי.

איך מיין אז איך האב שוין אמאל פארציילט אט די מעשה'לע. איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסע ישיבה וואו ס'איז געווען א באס רבי נישט צו א קלוגער, זיין באסדרייווער א איד פון רוסלאנד האט זיך דערטראכט צו א גוטן שפיצל, ער האט געזאגט פאר דעם באס רבי אז "יא דוראק" מיינט א גוט מארגן אין רוסיש. דער (קלוגער) באס רבי האט געפאלגט, ער האט באגריסט א יעדן באסדרייווער וואס ער האט באגעגנט מיט די ווערטער "יא דוראק"...!

ווער ס'פארשטייט רוסיש וועט זיכער לאכן, ווייל די ווערטער מיינען (אין רוסיש) "איך בין א משוגע'נער"...!

מר. קלונימוס » זונטאג אפריל 2, 2023 1:57 pm

· #520358
📎 IMG-20230402-WA0077.jpg

פנחסבןאלעזר » זונטאג אפריל 2, 2023 3:35 pm

· #520369
חצי שלי וחצי שלך קדוש. ווער באקומט דער חציו ולמטה?

מן הסתם » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 8:37 pm

· #536988
לאחר השלום המיוחל בין משפחת הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שכטר מגדולי רבני ומנהיגי חסידות ברסלב לבין לגבאים המאבק ניצת מחדש באלימות קשה מקרב עסקנים שהורחקו ע"י הרב בתקופה האחרונה.

הכל החל ביום שישי אחה"צ ערב חג הסוכות בשעה 15:00 בצהריים עת חזר הגרי"מ שכטר מהמקווה בליווי נכדיו נאמני ביתו למקום מגוריו בבית נכדו, מחוץ לבניין המתינו לרב כמה אנשים, והתחילו במסע אלימות נגד הנכדים שסובבו את הרב.

ברוב עזותם הגדילו לעשות ועל מול פניו המיוסרות של הגרי"מ, גררו החוצה בברוטליות את נכדו נאמן ביתו של הרב שמשמש גם כנהגו הצמוד והפליאו בו את מכותיו עד זוב דם כמופיע בתיעוד הוידאו ממצלמות האבטחה כפי שהגיע לידי 'בחדרי חרדים'

, כמו עלילה שתוכננה מראש פרצו לבניין העסקנים שהורחקו ע"י הרב, וחסמו את דרכו של הרב לעלות לביתו, כאשר תוכניתם המקורית לגרור את הרב למקום אחר. הגרי"מ בן ה-92 שצפה כל העת בזעזוע מהאלימות המתרחשת נגד בנו ונכדיו התחנן לתוקפים שיעצרו, כאשר הם מצדם המשיכו באדישות.

בחסדי שמים מרובים הרב שכטר הצליח לעלות לביתו ולחגוג את החג בשמחה ובטוב לבב.

אתמול ליל האושפיזין דיעקב אבינו ערך הרב שכטר סעודת הודיה בשילוב סעודת אושפיזין והודה להקב"ה על הזכות הגדולה לחגוג יחד עם בני משפחתו ואף הודה להם על עמידתם האיתנה לימינו.

חמול על מעשיך » דינסטאג אקטאבער 3, 2023 3:09 pm

· #537017

נייגעריגע אינגערמאן » מיטוואך אקטאבער 4, 2023 6:45 pm

· #537070
📎 ואתם תחרישון.pdf

נייגעריגע אינגערמאן » מיטוואך אקטאבער 4, 2023 6:47 pm

· #537071
חמול על מעשיך
דרך אגב ווי עס זעהן אויס פון די געשטיקלטע ווידיאו זעהט מען גבאים פון די אייניקל שלאגן די אלטע גבאים און איינער פון די אלטע גבאים לאזט זיך נישט, עכ״פ די פעטש הייבט אן צו קומען פון די אייניקל זייט פון דא און ווייטער איז א פאטש פאר א פאטש

איך הער.. » מיטוואך אקטאבער 4, 2023 7:31 pm

· #537073
Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער
חמול על מעשיך
די לינק ארבעט עפעס נישט ביי מיר.

נייגעריגע אינגערמאן » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 4:03 am

· #537088
📎 שומו שמים !!!!.pdf

נייגעריגע אינגערמאן » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 7:05 pm

· #537115
📎 הרים יד בתורת משה.pdf

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 11:36 pm

· #537125
קען איינער אריין קומען קלאר וואס דא גייט פאר

חמול על מעשיך » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 6:17 pm

· #540831
Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער
כהער זאגען אז סאיז דא א פרישע קליפ ווי די גבאים גייען אריין צו רי”ם אין ער איגנארירט זיי
בלאט: 1 2 3 4