☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » דאס וואוקס פון חסידות'ער

דאס וואוקס פון חסידות'ער

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15733

פאלגזאם » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:15 pm

· #514273
דאס וואוקס פון חסידות'ער
סתם אזוי קויף איך נישט קיין צייטונגען, אויסגאבעס, און אודאי נישט קיין בילדער מאגאזינען, אבער עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו פארברענגען ערגעץ ווי עס איז געווען די אלע סארט מאגאזינען. עס האט מיר צוריקגעטראגן צו מיין אינגערע יארן ווען דער 'כל העולם כולו' האט אנגעהויבן ארויסקומען, ווען מען פלעגט דארט כסדר קענען לערנען נייע רבי'ס, פון וועם מען האט קיינמאל נישט געהערט, און געזען אז עס זענען דא חסידות'ער, וואס על אף וואס זיי פאמפן נישט אין דער פרעמדע וועלט, האבן זיי א ריזיגע עולם וואס לעבט און אטעמט מיט זייערע רבי, און גייען ערליך צו די טישן.

עס איז מיר געווען גאר אינטערסאנט ווען איך האב באמערקט אז בשעת טייל חסידות'ן זענען זיך צעוואקסן אין דער לעצטע 15-20 יאר, זענען טייל עפעס געבליבן שטיין, און האבן א גאר פאמעליכע וואוקס. איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם האלט איז דער סיבה צו דעם וואס עס זענען דא אזעלכע וואס וואקסן נישט ווי אנדערע.

צום אנהייב, וויל איך באטאנען אז איך וועל דייקא אויסלאזן סאטמאר צוליב עטליכע סיבות. קודם כל, סאטמאר האט א גאר גרויסע עולם וואס שיקט אין די מוסדות, אבער וועלן צום ביישפיל נישט גיין צו קיין חתונות און מעמדים. צווייטנס, לויטן טרעק רעקארד, וועט עס בלויז אראפשלעפן דעם אשכול, דורך די עטליכע ניקס וואס זענען בארימט מיט דעם. אשר על כן וועל איך פארמעקן סיי וועלכע תגובה איבער סאטמאר, ואתכם הסליחה.

איך וועל שרייבן א ליסטע מיט פלעצער ווי עס איז זיך צעוואקסן זייער שנעל און גרויס אין די לעצטע 15-20 יאר, און דער וואס זענען נישט. עס מיינט נישט אז דער וואס איך שרייב אז נישט, מיינט אז זיי זענען בכלל נישט געוואקסן. עס מיינט אז זיי וואקסן גאר פאמעליך. אויך, א חסידות מיינט אז עס האט אלע מוסדות.

געוואקסן זענען:

באיאן
בעלז
וויזניץ (אלע)
סלונים
קרלין
גור
סקווירא
דאראג
צאנז (נתניה)
סערט וויזניץ
ראחמיסטריווקא
דושינסקיא

נישט געוואקסן:
באבוב
באבוב 45
פאפא
צאנז קלויזענבורג
תולדות אהרן
תולדות אברהם יצחק
טאהש
וויען

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:47 pm

· #514277
פאלגזאם

אשר על כן וועל איך פארמעקן סיי וועלכע תגובה איבער סאטמאר, ואתכם הסליחה.
דו גרויסע צולייגער... דו ביסט נאכנישט קיין שריפטשטעלער... קענסט נאכנישט מעקן... 😂

פאלגזאם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 12:03 am

· #514284
[ציטאט אראפגענומען]
צוגלייכענדיג בילדער פון מעמדים 15 יאר צוריק מיט היינט.
צוגלייכענדיג גרויסקייט פון מוסדות, ועוד.

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:29 am

· #514288
זיי מסביר פארוואס די האלטסט אז באבוב איז נישט געוואקסן. זייערע מוסדות ווערן גרעסער, געעפענט ניי מוסדות אין מאנסי.

פאלגזאם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 8:05 am

· #514302
שמעון וואלף
זיי מסביר פארוואס די האלטסט אז באבוב איז נישט געוואקסן. זייערע מוסדות ווערן גרעסער, געעפענט ניי מוסדות אין מאנסי.
זיי האבן שוין געהאט א תלמוד תורה, און ס'איז נישט געוואקסן אסאך.
איך האב געשריבן אז דער וואוקס איז גאר פאמעליך. קוק אויף זייערע מעמדים, חתונות, וכו'. עס איז נישט געוואקסן קיין דור, ווי רוב אנדערע.

דונג » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:59 am

· #514306
ספינקא?

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:01 am

· #514309
באבוב
באבוב 45
פאפא
צאנז קלויזענבורג
תולדות אהרן
תולדות אברהם יצחק
טאהש
וויען
. וועגן צוגלייכן מעמדים, לכאורה איז דאס א שאלה נישט אין דער געוויקס פין דער חסידות, נאר אין דער מיטהאלטן פין די מעמדים. איך בין נישט באקאנט מיט יעדעס חסידות וויפיל האלטען מיט.

די ערשטע צוויי, סיי באבוב סיי 45 זענען געוואקסן דריי מאל זייט זיי האבן זיך צוטיילט. ווען ביים טיילונג האבן ביידע נאר געהאט אין די הונדרעטער האבן זיי היינט אין די טויזענטער.

צאנז קלויזענבורג איז באקאנט דער סיבה, ער האט פארלוירען צום ברודער ווייל ער האט נישט גענומען אין באטראכט אז חסידים דארפען נישט א רבי וואס גזל'ט צו דאס גאנצע טאג. זיין פעניען און נישט קומען און שלעפן א שבת אינדערפרי אדער ביינאכט האט עס געמאכט נישט מעגליך צו זיין א חסיד. און דאס איז אויך דער סיבה פארוואס סקולען האט א פיצי עולם.

ביידע תולדות'ר זענען יא געוואקסן אזוי ווי יעדעס חסידות. געדאפעלט יעדעס צען יאר.

טאהש
ער האט נישט קיין געפארעכטס ווי זיי טאטע, און דער סיבה איז פשוט.

וויען, ווען ער זאל נישט זיין א קאפ אין וואנט מענטאליטעט וואלט ער געוואקסן.

אם אין דעת וכו'. דאס גייט אויף אלע רביס. זעלטן דא א רבי וואס האט סיי שכל, סיי מדות.

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:54 pm

· #514339
וויען, ווען ער זאל נישט זיין א קאפ אין וואנט מענטאליטעט וואלט ער געוואקסן.
אפשר קענסטו אביסל עקספלעינען פאר די פשוטי עם?

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 4:38 pm

· #514347
היסטאריע
סיי באבוב סיי 45

צאנז קלויזענבורג

ביידע תולדות'ר

טאהש

וויען,
אויסגעלאזט פאפא?

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 4:40 pm

· #514348
גראדע מיט די חלק פון וויען בין איך מחולק. במציאות האט ער מיט זיינע רעפארמען געראטעוועט וויען פון אינטערגאנג. און פארדעם האט ער זיך טאקע צוקריגט מיט די אלטע אשכנזים דארט.

סבא דבהתא » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:38 pm

· #514365
איז דא א וועג צו אויסרעכענען וועלכע חסידות האט די מערסטע או טי דיס?
לויט ווי איך האב געהערט איז ליובאוויטש די גרעסטע אבער כ’בין נייגעריג וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע.

פאלגזאם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 10:12 pm

· #514368
היסטאריע
סיי באבוב סיי 45 זענען געוואקסן דריי מאל זייט זיי האבן זיך צוטיילט. ווען ביים טיילונג האבן ביידע נאר געהאט אין די הונדרעטער האבן זיי היינט אין די טויזענטער.

צאנז קלויזענבורג איז באקאנט די סיבה, ער האט פארלוירען צום ברודער ווייל ער האט נישט גענומען אין באטראכט אז חסידים דארפען נישט א רבי וואס גזל'ט צו דאס גאנצע טאג. זיין פעניען און נישט קומען און שלעפן א שבת אינדערפרי אדער ביינאכט האט עס געמאכט נישט מעגליך צו זיין א חסיד. און דאס איז אויך דער סיבה פארוואס סקולען האט א פיצי עולם.

ביידע תולדות'ער זענען יא געוואקסן אזוי ווי יעדעס חסידות. געדאפעלט יעדעס צען יאר.

טאהש
ער האט נישט קיין געפארעכטס ווי זיי טאטע, און דער סיבה איז פשוט.

וויען, ווען ער זאל נישט זיין א קאפ אין וואנט מענטאליטעט וואלט ער געוואקסן.

אם אין דעת וכו'. דאס גייט אויף אלע רביס. זעלטן דא א רבי וואס האט סיי שכל, סיי מדות.
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
איך האב געזען בילדער פון ר' ב''צ'ס זון אין ישיבה געבענדיג א דרשה פאר בחורים. עס איז מיר געווען אויפפאלענד ווי ווייניג בחורים זיי האבן. האב איך געקוקט אויף בילדער פון ווען ער איז געווען לעצטנס אין אר''י, מיט די בחורים, און לויטן חשבון האט ער גאר ווייניג בחורים.

לגבי קלויזענבורג ביסטו גערעכט, און אסאך זענען טאקע געגאנגען צום ברודער אין די לעצטע 20 יאר.

די תולדות'ע טראכט איך קען זיין אז מען באמערקט נישט וויפיל זיי זענען געוואקסן, וויבאלד טייל האבן זיך אוועקגעצויגן פון ירושלים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 10:17 pm

· #514369
סבא דבהתא
איז דא א וועג צו אויסרעכענען וועלכע חסידות האט די מערסטע או טי דיס?
לויט ווי איך האב געהערט איז ליובאוויטש די גרעסטע אבער כ’בין נייגעריג וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע.
אפשר עפן א נייע אשכול דערפאר, איך מיין עס קומט נישט דא

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 10:19 pm

· #514370
פאלגזאם
לגבי קלויזענבורג ביסטו גערעכט, און אסאך זענען טאקע געגאנגען צום ברודער אין די לעצטע 20 יאר.

די תולדות'ע טראכט איך קען זיין אז מען באמערקט נישט וויפיל זיי זענען געוואקסן, וויבאלד טייל האבן זיך אוועקגעצויגן פון ירושלים.
קלויזענבורג, ווי אזוי קען מען גיין צום ברודער? יענער וואוינט דאך אין ארץ הקודש?
די תולדות'ער, איז פון איין ביהמ"ד אין א"י ארום 25 יאר צוריק ביים טאטן דער דברי אמונה זצ"ל געוואקסן צו צוויי ריזיגע חסידות'ן, תו"א און תוא"י, ביידע האבן שוין עטליכע מאל געדארפט צובויען ריזיגע בנינים (אין ירושלים) צו קענען מכיל זיין די קהלה. דאס איז חוץ די וועלכע וואוינען נישט אין ירושלים, ביידע תולדות'ער עפענען שטעטלעך אין ביתר אדער חריש וכו'.

פאלגזאם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 10:28 pm

· #514372
שמעקעדיג

לגבי קלויזענבורג, בערך 15 יאר צוריק ווען די שלעפעריי האט זיך אנגעהויבן, האבן אינגעלייט אנגעהויבן גיין צו זיין ברודער. האט מען דעמאלס אנגעהויבן ארויסווארפן דער אינגעלייט. דאן האט טאקע די קהילת שפע חיים זיך געגרינדעד אין בארא פארק.

לגבי תולדות, איך רעד בעיקר פון די לעצטע 15 יאר. און אגב די טאטע האט אויך געהאט גאנץ א גרויסע פארנעם, נאר עס איז געווען זייער פארמאכט צו די דרויסענדע וועלט.

סבא דבהתא » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 10:39 pm

· #514373
Re: דאס וואוקס פון חסידות'ער
קלויזענבורג האט אויך אסאך וואס זענען געווארן ברסלב, קלוגער אליינס איז געווען קלויזנבורגער
כ’האב שוין אסאך מאל געהערט פון קלויזענבורגע חסידים פון די אמריקאי רבי ווי זיי רעדן זיך שטארק אפ אויף אים אז דער איז צי א גרויסע עצב רוח, ער איז קוים ארויס יעצט פון זיין פלעסטיק קעידש ווי ער איז געוועין איינגעשפארט אפאר יאר, א גרויסע עולם אנטלויפט פון אים אבער ס’איז לאו דוקא צום ברידער.

באבוב איז לכאורה די ווארט אז זיי מופן אין די מאסן קיין מאנסי א.ד.ג.

Sent from my SM-T738U using Tapatalk

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:27 pm

· #514376
[ציטאט אראפגענומען]
פון איין חסידות צי די צווייטע הערט מען כמעט נישט, אבער ווי סריקט זיך יא ארום איז נייטראלע וואס שפארן זיך איין אין א חסידות אין חסידות'דיגע וואס ווערן נייטראל, למשל פאפא פון די נייע דור ווערט א גרויס חלק נייטראל מילא וואקסן זיי נישט, ווידעראום בעלזא כאטש זיי(/אונז) באקימען נישט צי קיין פרעמדע אבער זענען מצליח צי האלטן די אייגענע ביי זיך מילא וואקסט מען.

פאלגזאם » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:33 pm

· #514378
[ציטאט אראפגענומען]
עס ווערט נישט קלענער, אבער אויב 100 מענטשן וואלט נאטירלעך זיך געדארפט דאפלען אין 18 יאר, און עס געשעט נישט, איז די קשיא פארוואס טאקע נישט.

מר. קלונימוס » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:52 pm

· #514380
בני יואל וואקסט אויף א שטערקער רעיט ווי זיי וועלכע אנדערע קהילות

מתבודד » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:12 am

· #514382
בפשטות זענען חב''ד און ברסלב די מערסטע געוואקסן אין די לעצטערע יארן.
אופס, זיי זענען נישט קיין חסידות'ער - צוליב אומבאקאנטע סיבות און אומפארשטענדליכע סברות...

שמעון וואלף » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:15 am

· #514385
[ציטאט אראפגענומען]
ווייטער שיקן אין די מוסדות, לאו דוקא. איך קען עטליכע געוועזענע פאפא'נע וואס שיקן נישט דארט די קינדער. זיי, די אינגעלייט, האבן נאך שייכות אהין דא דארט אבער די קינדער גארנישט

יאסל ראקאווער » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 8:05 am

· #514391
כלל ישראל האט פלאץ פאר צוועלעף שבטים וואס זענען זיך נישט משדך. להגדיל תורה ולהאדירה!

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 9:02 am

· #514392
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
זייערע מוסדות זענען יא געוואקסן, און זענען היינט צוויי צו דריי מאל גרעסער ווי 15 יאר צוריק.

וועגן די טישען, ווייס איך נישט. אויב איז אמת, פראביר דארט אריינקומען צום טיש, און פרעג איינעם ווי דער גאנצער עולם איז. איך בין זיכער זיי וועלען אייך נושא פנים זיין.

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:09 pm

· #514396
מתבודד
בפשטות זענען חב''ד און ברסלב די מערסטע געוואקסן אין די לעצטערע יארן.
אופס, זיי זענען נישט קיין חסידות'ער - צוליב אומבאקאנטע סיבות און אומפארשטענדליכע סברות...

וואס איז נישט פארשטענדליך?
קיין איין חסידות האט נישט מורא אז מענטשן גיין גיין צי א אנדערע חסידות ווייל זיי האבן נישט קיין תוכן, און פאר נישט-תוכן דארף איך נישט גיין צי פרעמדע פעלדער מילא בלייבט מען ביי די אייגענע.
משא"כ חב"ד און ברסלב וואס האבן יא צי פארקויפן איז עס א קאמפעטישען צי די חסידות-סיסטעם מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן.

פרנס החודש » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:21 pm

· #514397
ביידע האבן טויטע רבי'ס. עס זעט אויס אז א לעבעדיגע פערזענליכקייט קולט לאזט נישט קיין פלאץ פאר קיין תוכן.

פאלגזאם » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 3:59 pm

· #514401
היסטאריע
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
זייערע מוסדות זענען יא געוואקסן, און זענען היינט צוויי צו דריי מאל גרעסער ווי 15 יאר צוריק.

וועגן די טישען, ווייס איך נישט. אויב איז אמת, פראביר דארט אריינקומען צום טיש, און פרעג איינעם ווי דער גאנצער עולם איז. איך בין זיכער זיי וועלען אייך נושא פנים זיין.
וויאזוי האסטו געמאסטן? וויפיל פאראלעל קלאסן האבן זיי אין כתה א?

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 4:08 pm

· #514402
מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן
ווען עס זאל נישט זיין אמת....

איך בין זיכער אז די אלע וואס פורים קיין אומאן איז עס ווייל מען האט ליב דער תורה פין ר' נחמן.

ווידער חב"ד זייט דער רבי איז נישט געשטארבן, איז עס געווארען א טאטאלער משוגעים הויז. פארגעס פין משיחיסטן.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 2:28 am

· #514449
היסטאריע
מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן
ווען עס זאל נישט זיין אמת....

איך בין זיכער אז די אלע וואס פורים קיין אומאן איז עס ווייל מען האט ליב דער תורה פין ר' נחמן.

ווידער חב"ד זייט דער רבי איז נישט געשטארבן, איז עס געווארען א טאטאלער משוגעים הויז. פארגעס פין משיחיסטן.
יא אזוי גייט עס מען נעמט ארויס די פאר עקסטרעמיסטן און מען סטעמפלט אפ די גאנצע קהלה אזוי, מען וואלט פינקט אזוי געקענט אפסטעמפלען די בעלזא אלץ טעראריסטישע יושבים און די סאטמערע אלץ באבע יוטל ממזרים.

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 6:57 am

· #514451
פאלגזאם
היסטאריע
באבוב און באבוב 45, ווי זעסטו אז זיי זענען 3 מאל גרעסער? זייערע מוסדות זענען נישט קיין סאך געוואקסן.
זייערע טישן זענען נישט מער פיל ווי 15 יאר צוריק (און באבוב איז א פלאץ ווי מען גייט צום טיש מער ווי אין אנדערע פלעצער ).
זייערע מוסדות זענען יא געוואקסן, און זענען היינט צוויי צו דריי מאל גרעסער ווי 15 יאר צוריק.

וועגן די טישען, ווייס איך נישט. אויב איז אמת, פראביר דארט אריינקומען צום טיש, און פרעג איינעם ווי דער גאנצער עולם איז. איך בין זיכער זיי וועלען אייך נושא פנים זיין.
וויאזוי האסטו געמאסטן? וויפיל פאראלעל קלאסן האבן זיי אין כתה א?
ביסט א גאון, די עפענסט א אשכול כאילו דו ווייסט פאר א פאקט אז א ליסטע פין חסידות'ער זענען נישט געוואקסן, באזירט אויף אפאר נארישע מעסטער'ס, דערנאך, טיף אריין, ווען מען זאגט דיר אז דו חלומ'סט, פרעגסט דו דער סאמע וויכטיגסטע שאלה, כאילו איך דארף דאס וויסן.

העלא, דאס איז דער ערשטער שאלה וואס דו דארפסט קענען ענטפערן.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 12:02 pm

· #514462
נער'ל, דו ברענגסט גוט ארויס אז די סאטמארע באבע יוטל ממזרים [כידוע אז אינדערהיים האבען זיי געהייסן דאס אפפאל פון די מענטשהייט, גרודפט און געצאפט דאס בלוט פון די רבנים וכלי קודש וואס זענען געווען אונלאקי אריינצופאלען אין שטעט ויי זי האבען געוואוינט. בעני ראיתי בריוון פון רבנים ווי זיי פרעגן זיך נאך אויב די חברה וואוינען דארט פארען מחליט זיין אנצונעמען א פאסטן] האבען מצליח געווען דיר משכנע צו זיין אז די הייליגע בעלזע יושבים זענען גאר געווען טעראריסטן.

Tachlis » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 1:23 pm

· #514473
היסטאריע
מילא האט מען אפגעסטעמפלט ברסלב אלץ סתם משוגעים און חב"ד אלץ משיחיסטן
ווען עס זאל נישט זיין אמת....

איך בין זיכער אז די אלע וואס פורים קיין אומאן איז עס ווייל מען האט ליב דער תורה פין ר' נחמן.

ווידער חב"ד זייט דער רבי איז נישט געשטארבן, איז עס געווארען א טאטאלער משוגעים הויז. פארגעס פין משיחיסטן.
עס זעט נישט אויס וואו דו האסט עפעס באקאנטשאפט מיט חב"ד, ביטע ווער געוואר מער איבער חב"ד פאר דו שרייבסט אז עס איז א טאטאלע משוגעים הויז 😳

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 1:40 pm

· #514474
כ'בין גאנץ באקאנט, איך גיי אריין דאווענען מנחה אין 770, ל"ע. אוודאי איז דא נארמאלע מענטשן, נישט יעדער האלט די זעלבער עקסטרעם. אבער, דער שולט דארט איז דער משגעת פין די משוגעים.
און ווען איינער גייט אהין, גייט ער צו די משוגעים, נישט צו קיין טיפע חסידות וכדומה.

Tachlis » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 2:01 pm

· #514478
דאס איז וואס איך זאג!! דו גייסט נאר אריין אין 770, רוב ליובאוויטשע חסידים טרעטן נישט אריין אין 770, די נארמאלע מיט די משוגעים זענען אפגעטיילט אינגאנצן! מאך אביסל research און וועסט געוואר ווערן.

פאלגזאם » זונטאג דעצעמבער 25, 2022 5:56 pm

· #514495
היסטאריע
ביסט א גאון, דו עפנסט א אשכול כאילו דו ווייסט פאר א פאקט אז א ליסטע פין חסידות'ער זענען נישט געוואקסן, באזירט אויף אפאר נארישע מעסטער'ס, דערנאך, טיף אריין, ווען מען זאגט דיר אז דו חלומ'סט, פרעגסט דו דער סאמע וויכטיגסטע שאלה, כאילו איך דארף דאס וויסן.

העלא, דאס איז דער ערשטער שאלה וואס דו דארפסט קענען ענטפערן.
בקיצור האסט געשאסן א 'צוויי אדער דריי מאל' סטעיטמענט, און יעצט ביסטו געבליבן מיטן צונג אינדערויסן.
איז דא איינער וואס ווייסט יא?