בית המדרש אור חיים (שיינער)
עס גייט שוין אן פאר א שיינע צאל יארן א שיינע קהילה אין מאנסי בנדבת הרבני הנגיד ר׳ אליעזר שיינער ביי דעם ווינקל פון קאלעדש און וויאולע ראודס.לעצטנס טוט זיך דארט גרויסע הרחבת גבולי הקדושה וואס מאנכע פארכטן אז עס גייט אוועקנעמען די געשמאק פון די ביז איצטיגע גרויסע טענטס.
אן א שיעור גוטע מנהגים האט מען איינגעפירט אין דעם פלאץ וואס עס פעלט זיך אויס א לענגערע באשרייבוג, וכל הקודם זכה.
נאר אפאר שיינע אנעקדאטן:
א) די שול האט נישט קיין אפיציעלע דענאמינאציע, אויב פאלט מען אריין שבת אינדערפרי 9 אזייגער וועט טרעפן א חסידישע מנין, א ישיבה׳שע מנין און א חבד׳סקע מנין ( די מאדערנע דאווענען מיט די חסידים...) אבער עס האט מיר זייער וויי געטון פאר וואס יעדע דענאמינאציע דאוונט עקסטער. אין אזא פלאץ ווי מען לייגט אזא דגוש אויף רעספעקטירן יעדע איד פארוואס מאכן אזא פילוג אין כלל ישראל.
ב) עס איז כסדר צוגעשטעלט עפל, קיכעלעך, און געשמאקע זופ לכל דיכפין,(די זופ איז גראדע ספעציעל געשמאק). אויך איז צוגעשטעלט טשאלנט און א קידוש מיט העררינג און משקה יעדן שבת.
ג) יעדער איינער וואס וויל געבן א שיעור קען באקומען רשות עס זענען דא אלע מיני שיעורים דורך אלע מיני מגידים.
ד) סליחות איז א ספעציעלע מעמד מיט נגינה ושירה.
ה) עס ארבייט שיינע בארוהיגנדע מוזיק פארנט פון ביה"מ און אין די מקוה.
פרנס החודש
ג) יעדער איינער וואס וויל געבן א שיעור קען באקומען רשות עס זענען דא אלע מיני שיעורים דורך אלע מיני מגידים.
וועם קאנטאקט איך צו באקומען רשות?
רביה"ק זי"ע: ביטע לאז מיר וויסן ווען דו באקומסט רשות (פון די הנהלת ביהמ"ד) צו געבן א שיעור אין ענייני אמונה והשגחה פרטית. ביזדערווייל הער איך שיעורים אין ענייני אמונה ודיעות פון אזעלכע גאונים (א געוועזענער ישיבה בחור) פראפעסאר יוסף (יוס'קה) אגסי און פראפעסאר יגאל בן נון. ספעציעל יגאל בן נון. וועלכער איז בקי אין גאנץ תנ"ך און ש"ס בבלי וירושלמי.
דא קענמען ניצן דעם משל וואס הרה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געזאגט. אז ווען ער איז געווען אין די לייברערי אין אקספארד האט ער באגעגנט א גוי וואס האט געקענט א יעדן תוס' אין ש"ס. האט ער געזאגט, במתק לשונו..."העט מען איהם דען געקענט אנרופן א תלמיד חכם"?! בן נון איז אבער א קנאפער מאמין בה'. ליידער.
יוסף אגסי וואוינט אין א פענסי געגנט אין תל אביב? ער געט א שיעור איינמאל א וואך אין זיין הויז פאר אלע חכמים און פראפעסארן. ער איז עטליכע ניינציג יאר אלט. זיין קאפ ארבעט נאך פריש און יונג. ער האט געשריבן עטליכע ביכער אין ענייני פילוסופיה. ער האט נישקשה פרנסה.
רביה''ק זי''ע פרנס החודש
ג) יעדער איינער וואס וויל געבן א שיעור קען באקומען רשות עס זענען דא אלע מיני שיעורים דורך אלע מיני מגידים.
וועם קאנטאקט איך צו באקומען רשות?
קענסט געבן א שיעור, קענסט אבער נישט זאגן וואס דו ווילסט…
ס'דא געווענליך מוזיק, אין די מקווה אדער אינדערויסן ספעציעל פאר א יו''ט.
געשמאקע הויף צו פארברענגען און רייכענען, מיט פיקניק טעיבלס.
Re: בית המדרש אור חיים (שיינער)
אמאל איז שיינערס געווען א גוטע אויסליפטערונג וו"ס דעם אלגעמיינעם סיסטעם שוהל. היינט איז דאס שוין א חלק פונעם סיסטעם, רוב מתפללים זענען דארעכשניטליכע מאנסי איינוואוינער.
ס'איז נאך אלץ א חידוש פון א שוהל, עס איז צוגעשטעלט פון אלעם בעסטן, קיינער טרייבט נישט, און עס קומען דארט דאווענען פון אלע שיכטן און אלע קרייזן. אבער ס'איז ווייט נישט ווי דער אמאליגע שיינערס.
סליחות איז א ספעציעלע מעמד מיט נגינה ושירה
איז דא א "נארמאלע" מנין סליחות אויך?
היסטאריעסליחות איז א ספעציעלע מעמד מיט נגינה ושירה
איז דא א "נארמאלע" מנין סליחות אויך?
יא.
גראדע די לעצטע פאר יאר איז פארגעגאנגען דארט אינערן פאליטיק און יואלי לעבאוויטש האט מער נישט געקענט זאגן און זינגען זיין הערליכע סליחות מיט מוזיק. די אוהדים ידידים וחסידים פון יואלי האבן געמוזט ארויסנעמען אנאנדערן זאל (באבוב'ער ת"ת) וואו צו פראווען דעם ערשטן טאג סליחות. אבער ב"ה לא אלמן ישראל, ס'נאך געווען שענער אפילו ווי ביי שיינער'ס שול.
אז מ'רעדט שוין יא פון אינערן פאליטיק, וואס גייט פאר מיט ראביי לענקרי? דריי יאר צוריק האט געהייסן אז מען פארשיקט עם, but...?
פרנס החודש רביה''ק זי''ע פרנס החודש
ג) יעדער איינער וואס וויל געבן א שיעור קען באקומען רשות עס זענען דא אלע מיני שיעורים דורך אלע מיני מגידים.
וועם קאנטאקט איך צו באקומען רשות?
קענסט געבן א שיעור, קענסט אבער נישט זאגן וואס דו ווילסט…
כ'האב שוין געמיינט אז ס'איז דא "אלע מיני" שיעורים, אז נישט איז נישט, זעהט אויס אז דו האסט געמיינט אז בחינה ווי די גמרא אלץ זאגט "כולי עלמא מודי"..
Re: בית המדרש אור חיים (שיינער)
רביה''ק זי''ע פרנס החודש רביה''ק זי''ע פרנס החודש
ג) יעדער איינער וואס וויל געבן א שיעור קען באקומען רשות עס זענען דא אלע מיני שיעורים דורך אלע מיני מגידים.
וועם קאנטאקט איך צו באקומען רשות?
קענסט געבן א שיעור, קענסט אבער נישט זאגן וואס דו ווילסט…
כ'האב שוין געמיינט אז ס'איז דא "אלע מיני" שיעורים, אז נישט איז נישט, זעהט אויס אז דו האסט געמיינט אז בחינה ווי די גמרא אלץ זאגט "כולי עלמא מודי"..
אין די קנאת סופרים אשכול האט מען מיר שוין באשייגעצט ווען איך האב זיך אפגערעדט אז שיינער׳ס הייסט שוין אן אויפטוה, איך האב געשריבן אז דאס ווייזט נאר ווי פארמאכט די ״אפענע״ מאנסי איז.
אבער ווען איך עפן אן אשכול פרוביר איך צו זיין מער פאזיטיוו כדי מען זאל נישט זאגן אז איך בין נעגאטיוו.
אויב וויל מען באשרייבן א סמעדרעש אין מאנסי זאל מען באשרייבן ברייערוואד, פאקט איין שיינער 10 מאל, ווארט נאך אפאר יאר וועט ברייערוואד אויך ווערן סיסטעמעזירט אזוי ווי שיינער הייבט יעצט אן צי ווערן אין מוועט גיין צי די נעקסטע שיל.
ס’איז דא א שוהל אין קר”י וואס פארדינט אויך אן אשכול, די שוהל אויף פוירסט עוועניו (יאקאב) כ’ווייס נישט איר אפיציעלע נאמען אבער ס’באקאנט פאר יעדעם.
דער גאלדענער אדלער היסטאריעסליחות איז א ספעציעלע מעמד מיט נגינה ושירה
איז דא א "נארמאלע" מנין סליחות אויך?
יא.
גראדע די לעצטע פאר יאר איז פארגעגאנגען דארט אינערן פאליטיק און יואלי לעבאוויטש האט מער נישט געקענט זאגן און זינגען זיין הערליכע סליחות מיט מוזיק. די אוהדים ידידים וחסידים פון יואלי האבן געמוזט ארויסנעמען אנאנדערן זאל (באבוב'ער ת"ת) וואו צו פראווען דעם ערשטן טאג סליחות. אבער ב"ה לא אלמן ישראל, ס'נאך געווען שענער אפילו ווי ביי שיינער'ס שול.
גראדע איז דאס נישט וואר.
צוליב די גרויסע עולם וואס קומט מיט האלטן די סליחות איז נישט דא קיין פלאץ אין די טענט דינגען די בהמ"ד ארויס א זאל א גאס אוועק פאר יואלי'ס סליחות.
די זאל און יואלי ווערן באצאלט דורך אליעזר שיינער
קא משמע לןצוליב די גרויסע עולם וואס קומט מיט האלטן די סליחות איז נישט דא קיין פלאץ אין די טענט דינגען די בהמ"ד ארויס א זאל א גאס אוועק פאר יואלי'ס סליחות.
די זאל און יואלי ווערן באצאלט דורך אליעזר שיינער
מעגליך, אבער ס'האט נישט מיט אליעזר שיינער, ער האט א קנאפע ווארט ווען ס'קומט צו די זאכן. און פלאץ איז נישט די מדובר דארט, כ'גיי שוין אהין א שיינע פאר יאר און ס'דא פיין פלאץ דארט. פארקערט גאר, אין באבוב'ר זאל איז נישט דא קיין פלאץ.